דער זוך האט געטראפן 233 רעזולטאטן

דורך קרעמער1
פרייטאג אפריל 24, 2015 3:08 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 4847

יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם

דאַך קאָזע שמאַטע דאס ריין יודישע ווארט "סטאָל-יער" (טישלער - קאַרפּענטער) קומט ווארשיינליך פון פויליש וואו טיש איז א "סטאָל", כאטש א טישלער זעלבסט רופן זיי "סטאָלאַש" ס'איז זיכער דא נאך ווערטער פון פויליש וואס זענען אריין אין יודיש כמות שהוא ווער ס'קען זאל ביטע מוסיף ז...
דורך קרעמער1
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:56 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: נטורי קרתא מיטגליד: אידן מחוייב צו לייקענען האלאקאסט
רעאקציעס: 28
געזען געווארן: 3696

איך מיין אז דו האסט א שטיקל טעות, קודם אלעס איז געווען געבויעט אויף הצעות באלפור: א בריטישער לארד האט ארויסגעגעבן א דעקלאראציע אז יודן האבן אן היסטאריש רעכט אויף ארץ ישראל, ווייל אזוי שטייט אין די בייבל, און די בריטשע אנערקענען דעם בייבל. תיקון טעות: עס הייסט הצהרת בלפור , ד.מ. די דערקלערונג פון לא...
דורך קרעמער1
מיטוואך אפריל 22, 2015 4:22 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
רעאקציעס: 154
געזען געווארן: 40575

ביים טוישן א צוועלף-יאהר אלטער טעפיך איז אנטדעקט געווארן א רעליגיעזער הייל אונטערן מקום המקדש אין ירושלים m ס'גאנץ מעהגליך אז דאס איז די ארט וואו מ'האט באהאלטן דעם ארון, צנצנת המן און אפר-פרה ביים חורבן בית ראשון מען ווייסט נישט פונקטליך וואסערע סודות עס זענען דארט אלס באהאלטן ווייל די מוסלעמענער לא...
דורך קרעמער1
זונטאג מערץ 01, 2015 7:23 pm
פארום: ביזנעס וועלט
אשכול: וואל-מארט וועט העכערן געהאלטן
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 4042

וואל-מארט וועט העכערן געהאלטן

איהר האט מעגליך מיטגעהאלטן די נייעס-מעלדונגען נישט לאנג צוריק אז וואל-מארט וועט אויסגעבן א ביליאן דאלער צו העכערן די וועידזשעס פון ארום א האלב מיליאן אנגעשטעלטע אנגעהויבן פון קומענדיגן אפריל דאס וועט מאכן אז די מינימום וואס א באצאהלטער ארבעטער באקומט ביי זיי איז כאטש $9 א שטונדע, וואס איז $1.75 מער ...
דורך קרעמער1
זונטאג מערץ 01, 2015 9:12 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
רעאקציעס: 311
געזען געווארן: 33890

איך האב נישט ליב צו רעאגירן אין זאכן וואס איך פארשטיי נישט צופיל דערין, אבער דא מוז איך ארויסברענגען א גאר מערקבארער נקודה וואס קיינער האט נישט עכט בארירט דער אשכול הייסט "ווען איינער רירט אהן א בחור" און שאולי רעדט פון איינער וואס האט איהם געטשעפעט אלס "יונגל" אז אן ערוואקסענער ...
דורך קרעמער1
דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 12:15 am
פארום: פאעזיע
אשכול: פיינעליסטן שטים בודקע
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 1790

איך האב צוליב געוויסע סיבות ליידער נישט אנגעיאגט צו שטימען, ממילא שרייב איך דא מיינע פיער באליבסטע פאעמען אויף וואס איך וואלט ווען געשטימט: 11- טב למיתב 23 - והמבין יבין 31 - לא נתקבל 26 - שיר החסידים ס'מיינט אוודאי נישט אז די אנדערע זענען חלילה אוועקצומאכן, יעדער פאר זיך האט א מערקבארן טאלאנט און ב...
דורך קרעמער1
מיטוואך יאנואר 14, 2015 5:34 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
רעאקציעס: 254
געזען געווארן: 50027

ר' בערל איר האט זיך געלערנט פראנצויזיש? מיר האט געזאגט אמאל א גרויסע חוקר אויף לעזי רש''י - ר' אברהם מאיר גלאנצער פין אנטווערפן (בעמח''ס אגם מים אויף לעז''י רש''י, מן הסתם אינטערעסאנט פאר די וואס זענען אינטערעסירט אין לעזי רש''י ) אז די פראנצויזיש מיט וואס רש''י האט זיך באניצט איז אלט פראנצוזיש אין...
דורך קרעמער1
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:25 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: דער פילם "דער אינטערוויו" און די סאני העקינג סקאנדאל
רעאקציעס: 47
געזען געווארן: 6156

יאנטעף האט געשריבן:די אינטערנעט אין גאנץ צפון קאריא איז טויט!
http://www.cnbc.com/id/102289459

פארשטיי איך נישט וועם טוט מען אפ דערמיט, די פּאָר בירגער דארט וואס האבן שוין יא נעט?

--------------

עס ווערט יעצט געמאלדן אז עס זעהט מער אויס ווי רוסלאנד שטייט אונטער דעם
דורך קרעמער1
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:39 am
פארום: קונסט
אשכול: די היבּרוּ מאַמיטאַ (ווענעסע הידערי)
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 642

די היבּרוּ מאַמיטאַ (ווענעסע הידערי)

איך גיי נישט אזוי שטארק פאר פאעטרי ווי א גרויסער עולם דא, אבער די די דאזיגע פאעם האט מיר געכאפט ווענעסע הידערי (Vanessa Hidary), א יודיש מיידל אויפגעוואקסן אין מאנהעטן'ס אפער וועסט סייד, איז א גוטע דיכטערין - היפ-האפ\רעפּ סטייל - מיט א קענטיגע חוש פאר הומאר זי ברענגט גאר גוט ארויס טיפע אינטרעסאנטע ג...
דורך קרעמער1
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 4:26 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: עספּעראַנטאו - Esperanto
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 1023

יא
עס גייט נאך צוריק צו גאנץ אנהייב פון די שפראך

זעה דא מער:
https://en.wikipedia.org/wiki/Native_Esperanto_speakers
דורך קרעמער1
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:29 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: עספּעראַנטאו - Esperanto
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 1023

עספּעראַנטאו - Esperanto

אסאך שפראכן זענען במשך די יאהרן געשאפן געווארן מיטן ציהל צו צאמברענגען די אונטערנאציאנאלע געמיינדע אז מ'זאל זיך בעסער פארשטיין אהן געבן א פאליטישע אויבערהאנט צו א ספעציפישע מדינה די ערשטע בכוונה-געבויעטע-שפראך וואס מענטשן האבן פאקטיש גערעדט איז געווען "וואלאפוק" m וואס שטייט היינט ביי בלוי...
דורך קרעמער1
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:52 pm
פארום: קונסט
אשכול: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
רעאקציעס: 123
געזען געווארן: 44555

א פראפעסיאנאלע דראמאטישע חרדישע פילם "שרה אחת מול כולם"
אין א לייכטן העברעאיש מיט אונטערקעפלעך
http://movie.koshare.me/%D7%A9%D7%A8%D7 ... %A8%D7%94/
דירעקטירט דורך טלי אברהמי
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%98%D7 ... 7%9E%D7%99
דורך קרעמער1
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:53 pm
פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אשכול: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רעאקציעס: 4897
געזען געווארן: 549708

איך האב אין מיין באזיץ אן אמעריקנער צוואנציג דאלאר ביל פון יאַרע 1981 וואס די פּרינט איז נישט אין צענטער, ד"ה די גליון אויבן איז סאך ווייניגער ווי אונטן, און א 1993 וואס איז פארקערט, נעמליך אויבן איז די ליידיגע אביסל מער אלזא וויל איך וויסן: איז דאס נארמאל, אדער א מיספרינט וואס איז מער ווערט? -...
דורך קרעמער1
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:33 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: אויסלייג פון אידיש שפראכיגע פאמיליע נעמען אויף העברעאיש
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2155

ווען איך בין געווען א בחור האב איך איין מאל באמערגט אז משפחה נעמען ווען זיי ווערן גערשיבן אויף גוי'אישע בוכשטאבן ווערן זיי געשריבן ווי דער קוואל שפראך , צ.ב.ש. פאמיליעס: שווארץ, דויטש און קליין ווערן געשריבן: Schwartz, Deutsch, און Klein און נישט shvarz, Doich, און Klain. ווי זיי וואלטן געדארפט ווע...
דורך קרעמער1
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:58 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: דיסלייק קנעפל?
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 1823

דער ערפינדער פונעם פעיסבוק לייק קנעפל ערקלערט פארוואס עס וועט ווארשיינליך נישט זיין א דיסלייק אפשן
http://www.businessinsider.com/facebook ... on-2014-10
דורך קרעמער1
זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:21 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: wow א קליפ פון אידן תרצ''ד ראש השנה אין נ.י. שול און תשליך
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 2625

איך האלט אז די קליפ איז פאלש ווייל דו וועסט הערן דארט מי בקיטו ומי לא בקיטו וד"פ אויך מישן זיי אויס סליחות מיט ראש השנה אויך בלאזן זיי שופר ווי די גרעסטע עם הארצים וואלט נישט איינגעפאלן אויך אז זיי זאגן ונתנה תוקף זיצעדיג נאך סיבות פארוואס ס'איז מעגליך א שפיל: ס'זעהט אויס ווי דער שאקלדיגער יוד...
דורך קרעמער1
זונטאג אקטאבער 19, 2014 8:41 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: Diangello [Deutsch] comitted suicide
רעאקציעס: 108
געזען געווארן: 13769

יעצט קומט אריין די נייעס פון קראנטע קוועלער אז ווי ס'זעהט אויס איז עס נישט געווען זעלבסטמארד

די סוסייד מעסעדזש קומט פון נחום ראזענבערג, וואס ס'איז איבריג צו זאגן אז ער איז נישט באגלייבט
בפרט אין דעם פאל וואו ער האט אן אגענדע
דורך קרעמער1
מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 11:47 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
רעאקציעס: 254
געזען געווארן: 46924

די סת"ם ארטיקל איבער גרינפעלד איז מיר געווען די אינטרעסאנטסטע פון די אויסגאבע גענומען האב איך עס אין די האנט צוליב ירמיה דאמען, אבער דארט האט ער מיר גארנישט מחדש געווען די ארטיקל פון סטיטשינער איז טאקע אביסל קינדעריש אבער די חברים קאלס וכדו' איז נאך די גרעסטע מעלה און קרעקער: איהר מעגט זיין שטא...
דורך קרעמער1
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:15 am
פארום: וויסנשאפט
אשכול: אבלה הארץ
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 5951

א קראנקן שוועסטער אין טעקסאס וועלכע האט איהם באדינט איז זעלבסט דיאגנאזירט געווארן מיט די וויירוס טראץ וואס זי האט אויבנאויפיג אנגענומען אלע פארלאנגטע זיכערהייט פארשריפטן דאס זייעט נעבעך אהן א פארשטענדליכע פחד אין די געגנט m דאס איז די ערשטע פאל פון די וויירוס איבערגאנג אין די יו. עס. און די צווייטע ...
דורך קרעמער1
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:05 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: וואס איז בעסער: מער שפראכן אדער ווייניגער?
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 2774

וואס איז בעסער: מער שפראכן אדער ווייניגער?

ס'איז פארהאן היינט אויף דער וועלט ארום דריי טויזנט נאטירטע שפראכן, וואס די רוב דערפון איז אין געפאר פון אונטערגיין צום ביישפיל אין קאנאדא אליינס איז דא ארום זיבן הונדערט שפראכן וואס איטליכער ווערט גערעדט ביי ווייניגער ווי הונדערט מענטשן איך גלויב נישט אז מ'קען צופיהל עפעס טוהן דערצו, די פראגע איז נא...
דורך קרעמער1
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:36 pm
פארום: מוזיק!
אשכול: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 25823

סאשי פיש האט געשריבן:ווי אויך האט ער זיך געטראפען מיטען בעל מחבר פון די באקאנטע ״הסתרה״ ניגון יואלי קליין.
(מיט די שווארצע בארד)

דאכט זיך אז ישעיה גראס איז דער בעל מחבר
יואלי קליין איז געווען דער זינגער און פארשפרייטער
דורך קרעמער1
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:10 pm
פארום: קונסט
אשכול: אינטערעסאנטע פאקטן סעריע: טיטאניק
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 3195

אויב רעכנסטו אינפלאציע גייט אוואטאר טאקע אראפ צו די צווייטע אבער טיטאניק קומט אויס די פערטע
http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_hi ... sing_films
דורך קרעמער1
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:11 pm
פארום: קונסט
אשכול: אינטערעסאנטע פאקטן סעריע: טיטאניק
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 3195

אבי גערעדט האט געשריבן:וואס ווערט באטיטולט אלס בעסטער פילם נאך טיטאניק?

"בעסטער פילם" איז צו א ברייטער אויסדרוק צו געבן איין ענטפער
אבער אוואטאר, אויך פון קעמעראן, האט איבערגעשטיגן טיטאניק מיטן פארדינען די מערסטע געלט אין די היסטאריע פון פילם