דער זוך האט געטראפן 35 רעזולטאטן

דורך פראפעסאר
דינסטאג יולי 04, 2023 12:20 pm
פארום: אייוועלט קאמענטארן
אשכול: אייוועלט: וואס איז זייער היתר?
רעאקציעס: 37
געזען געווארן: 3103

סקעפטיקער האט געשריבן: יעקב
ריפליי צו די אימעיל וואס דו באקומסט גלייך נאכן זיך איינשרייבן מיט א בקשה אז מ'זאל דיך אננעמען, בדוק ומנוסה[/quote]

כ'האב געפאלגט אייער עצה און ס'האט גע'פעול'ט, יישר כח!

אגב, ווי הייסט איר דארט אויף אייוועלט, מסתמא נישט "סקעפטיקער" ;) ?
דורך פראפעסאר
דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:59 pm
פארום: אייוועלט קאמענטארן
אשכול: אייוועלט: וואס איז זייער היתר?
רעאקציעס: 37
געזען געווארן: 3103

פאר וואס קריג איך נישט קיין היתר פון אייוועלט? : - )

דווקא לצורך פרנסה - אלס פראפעסאר וואס שטודירט חסיד'ישע מעשיות און השקפות - וויל איך זיין א מעמבער פון אייוועלט. האב איך שוין געפרואווט עטליכע מאל זיך צו רעגיסטרירן דארט, נאר מע לאזט מיך נישט. כ'האב געפרואווט מיט מיין געוויינליכע בליצפאסט (אי-מעיל) אדרעס פון מיין אוניווערסיטעט -- גארנישט. (איך פיל או...
דורך פראפעסאר
דינסטאג יוני 08, 2021 12:33 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: לעקציע: שעפֿערישקײט אױף ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1655

די לעקציע אויף יו-טיוב / א בקשה

יישר כח אבטולמוס און יעקב מעקסוועל ! מ'קען יעצט זען די לעקציע אויף יו-טיוב, דא: [youtube]https://www.youtube.com/watch?v=Cbdt6RoRBXc[/youtube] וויבאלד איך רעד אין דער לעקציע איבער מיין חשק צו לערנען רעדן אידיש אויף א חסיד'ישע שטייגער, וועל איך בעטן (נאכאמאל) ביי אייך אלעמען, קאווע-שטיבל-ניקעס: וואלט...
דורך פראפעסאר
דינסטאג יוני 01, 2021 11:26 am
פארום: דער וועקער
אשכול: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רעאקציעס: 85
געזען געווארן: 31094

לאמיך אייך פרעגן צוויי קשיות אויף לייבוביץ. א. ער זאגט אסאך אז הלכה איז דער יסוד פין אידישקייט, ווייל עס איז מאחד אלע אידן וכו'. וויאזוי איז עס מאחד ווען הלכה האלט אין איין נתפתח ווערען זייט עס האט זיך אנגעהויבן? דא אין און אנדערען אשכול איז מען דן וויאזוי צו קוקען אויף די נ"ך אידן, אבער אפילו...
דורך פראפעסאר
מאנטאג מערץ 01, 2021 10:18 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: ר' מנחם אלדנדארף, "געדאנקען וועגן טויט" - וועקער 18
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 1725

יישר כח. דער חשוב'ער רעדאקטאר פון "וועקער" האט א גרויס חלק אין דער מצוה דערווייל האב איך צוגעגעבן א זייטל אויף אידיש צו ר' מנחם'ס וועבזייטל, מע זאל גרינג קענען לייענען זיינע אריגינעלע ווערטער אין אלטן אויסלייג פון כתב-יד, אויך צו נודשען דעם אידישיסטן עולם צו קויפן דעם "וועקער" ht...
דורך פראפעסאר
פרייטאג פעברואר 19, 2021 4:24 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: ר' מנחם אלדנדארף, "געדאנקען וועגן טויט" - וועקער 18
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 1725

ר' מנחם אלדנדארף, "געדאנקען וועגן טויט" - וועקער 18

נו, א חשוב'ער לייענער האט מיר געבעטן אנצוהייבן אן אשכול איבער ר' מנחם אלדנדארף'ס דרשה, געדרוקט צום ערשטן מאל אין וועקער נומער 18. אין "וועקער" האט איר א לייכט מאדערניזירטע נוסח פון ר' מנחם'ס ווערטער. איר קענט אויך לייענען דעם אריגינעל דא: https://toytgedanken.wordpress.com/the-texts/ (קליק...
דורך פראפעסאר
דינסטאג מאי 05, 2020 9:15 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 4866

נאך א ביישפיל פון דער השפעה פון חסידות

דא האטס עטץ אן ארטיקל (אויף ענגליש) וועגן דער השפעה פון חסידות אין דער מאדערן-ארטאדאקסישער וועלט היינט:
https://jewishaction.com/religion/jewish-culture/rekindling-flame-neo-chassidus-brings-inner-light-torah-modern-orthodoxy/?fbclid=IwAR0QBR9FCLHz0J8aQXW2suN91cpHK-xCdLIMhb78r1LaO_DJ1MDmvheJwA4
דורך פראפעסאר
מאנטאג אפריל 27, 2020 10:45 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 4866

רעפארם און חסידות

אבטולמוס האט געשריבן: א הערליכער "קה ריבון" איז מחיה נפשות ווען מ'איז מחליט עס צו זינגען לכבוד שבת קודש, אבער ווען ס'איז א חלק פון א ריטועל, אזוי "מוז מען" טון ביי א סעודת שבת, פארלירט עס דעם גאנצן טעם. דאס איז געווען צווישן די שטארקע און בארכעכטיגטע טענות פון די רעפארם-באוועגונ...
דורך פראפעסאר
מאנטאג אפריל 27, 2020 9:21 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 4866

חסיד'ישע ספרים, און נאך

אמת וצדק האט געשריבן: כ׳האב אזוי געטראכט צו מיר אז אין דיין פאריגע ארטיקל (וועקער 14) האסטו געשריבען וואס מיר חסידים קענען לערנען פון פראפ׳ ישעיהו ליבוביץ, און יעצט שרייבסטו וואס די פראפעסארן לערנען פון חסידות.. מע קען טאקע זאגן אזוי! אבער איך וויל אויך אויסזאגן אז מיין כוונה אין ביידע ארטיקלן איז ...
דורך פראפעסאר
דינסטאג אפריל 14, 2020 5:12 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רעאקציעס: 85
געזען געווארן: 31094

ועוד יש לומר: ליבוביץ מיט זיין גרויס חכמה און טיעף דענקונג האט פארזעהן א פשוט'ע זאך. חז"ל האבן אראפגעלייגט די מציאות אין שנת ג' אלפים תש"פ. נישט וואס ס'וועט זיין אין יאר ה'תש"פ. ממילא ווען זיי האבן געזאגט אז..."אין דרכה של אישה לישב בבית דין"... האבן זיי עס געזאגט פאר זייער...
דורך פראפעסאר
דינסטאג אפריל 14, 2020 5:04 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 4866

וועלוול זבארזשער, און נאך

מיין ערשטע הערה אויף אייערע הערות: כוכב : וועלוול זבארזשער'ס ליד דארף מען פארשטיין – האלט איך, אלץ פראפעסאר – פון זיין קאנטעקסט. וועט איר לייענען וועגן אים, וועט איר זען, אז ער איז נישט געווען קיין חסיד און אפשר בכלל נישט קיין פרומער איד. https://en.wikipedia.org/wiki/Velvel_Zbarjer ער פלעג שטענדיג ...
דורך פראפעסאר
דינסטאג אפריל 14, 2020 11:06 am
פארום: דער וועקער
אשכול: די השפעה פון חסידות אויף דער ברייטער וועלט (וועקער 17)
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 4866

איך בין גערירט, א הארציגן דאנק!

גוט מעוד כוכב , רביה''ק זי''ע , אמת וצדק , אבטולמוס , א הארציגן יישר-כח וואס איר האט אייך מטריח געווען צו שרייבן אייערע געדאנקען וועגן מיין ארטיקל. איך בין ממש גערירט. מיר לעבן ב"ה אין א צייט ווען אמת'ע דיאלאגן צווישן מענטשן פון פארשידענע קרייזן און דעות זענען מער מעגליך ווי אין...
דורך פראפעסאר
פרייטאג יאנואר 24, 2020 4:49 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רעאקציעס: 85
געזען געווארן: 31094

"דינען" און עבודת ה'

איך וואלט געזאגט אויף די מענשט און זיין פיליזאפיע, לדוגמא וואס איבערצייגט אים אז עס איז בכלל דעם ווילן פון די בורא אז מען זאל אים דינען אויב מיר קענען אים בכלל נישט משיג זיין, און וואס איבערצייגט אים אז דער אידישער מהלך איז דער וועג וואס דער בורא וויל מען זאל אים דינען, (מער פון סתם נאכגיין אונזער ...
דורך פראפעסאר
דינסטאג יאנואר 21, 2020 9:39 am
פארום: אנשי שם
אשכול: מרת איידל, די טאכטער פון שר שלום מבעלזא
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 2146

מרת איידל, די טאכטער פון שר שלום מבעלזא

איך זוך סיי וואסערע מעשיות אדער אינפארמעציע וועגן איידל (איידעלע), א טאכטער פון רבי שלום און רביצין מכלה פון בעלז, וועלכע האט זיך געפירט ווי א רבי (ובתו השני' של הרה"ק מוהר"ש מבעלזא היתה הרבנית הצדיקת המפורסמת מרת איידילי ז"ל מבראדי, והיא היתה מתנהגת ברבנות ונתנו לה קוויטליך - דובר של...
דורך פראפעסאר
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:08 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: לערנט מיר אויס חסידיש אידיש!
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 1964

לערנט מיר אויס חסידיש אידיש!

איך זוך עמעצן, וועלכער קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך SKYPE אדער ZOOM אדער וואס-עווער, כדי מיר אויסצולערנען רעדן חסידיש-אידיש. איך קען שוין לייענען, שרייבן און אויך רעדן אידיש, נאר מיין אידיש איז מער-ווייניגער אקאדעמיש/יידישיסטיש. איך וואלט דאס געוואלט פארבעסערן אויף חסידיש-אידיש, איך זאל גרינגער קענ...
דורך פראפעסאר
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:53 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: געט אפ אייער שטימע פאר חסידיש אידיש!
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 6408

יידישיסטן און חסידיש אידיש

אין א אידיש לייען-קרייז ביי דער אוניווערסיטעט טאראנטא האבן מיר נאר-וואס גערעדט וועגן דואלינגא'ס אנקעטע. מיר האבן זיך געפרעגט, וואס חסידים אליין האלטן פון דעם גאנצן ענין. איז, ס'איז אינטערעסאנט צו זען אייער פאסט! אבער איך בין אויך אנטוישט אז ביז אהער האט קיינער נישטט רעאגירט. א יונגער מענטש אין קלאס ...
דורך פראפעסאר
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:23 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: "ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער 14)
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 34626

יישר כח!

א הארציקן יישר-כח ליטוואק פון בודאפעסט אבטולמוס גדליה והאיש משה פאר די קלארע און אינטערעסאנטע ענטפערס. פאר מיר איז דער קלארסטער קאנטראסט, אז אין א סך חסידות'ן דערווארט מען טאקע הכנעה פאר'ן רבי'ן, אבער אין וויזניץ-מרכז איז דאס נעבעך געווארן די גאנצע זאך. ווי איר האט באמערקט זעט מען אין חב"ד און ...
דורך פראפעסאר
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:50 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: דער "וועקער" בעט 2-3 מינוט פון אייער צייט
רעאקציעס: 102
געזען געווארן: 27415

געשיקט

כ'האב געשיקט א בריוו, און געפאסטעט אויף מיין פעיסבוק וועגן דעם. הצלחה!
דורך פראפעסאר
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:46 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: "ולא לזנב" - מרכז-וויזניצער שוואנצונעס סומאכטוכע (וועקער 14)
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 34626

וויזניץ, חב"ד, ברסלב, צדיק'יזם

איך האב ערשט לעצטנס, פארשפעטיקטערהייט, געלייענט דעם ארטיקל "ולא לזנב" אין וועקער נומער 14. א הארציקן יישר-כח צום שרייבער. אן ארטיקל געפילט מיט איינזעעניש און הארצווייטיק. פון מיין קוקווינקל נישט אין דער היימישער וועלט פרעג איך זיך אבער, וואס איז דא אזוי מאדנע און שאקירנד וועגן וואס טוט זיך...
דורך פראפעסאר
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 6:40 pm
פארום: מוזיק!
אשכול: אלטע אידישע ניגונים
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 8745

ניגונים מיט אינסטרומענטן: "שיח השדה" פון מאנטריאל

איך לייג שטארק פאר די הארציקע רוחניות'דיק חסידישע ניגונים, ניי רעקארדירט פון דער קאפעליע "שיח השדה" פון מאנטריאל:
https://www.youtube.com/playlist?list=PLSVM0jGnlC32GsKvshbA4r4d54MRfjs7I
דורך פראפעסאר
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 3:38 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רעאקציעס: 85
געזען געווארן: 31094

א ווארט פון שרייבער

אני הקטן האב געשריבן דעם ארטיקל וועגן ישעי' ליבוביץ ז"ל (מיט הילף פון די חשוב'ע רעדאקטארן פון "וועקער", וועלכע האבן אויך צוגעגעבן די אלע שיינע פאטאס וואס באשיינען דעם אטיקל). איך בין גערירט ביז גאר צו לייענען די פארשיידענע באמערקונגען וועגן ליבוביץ'ס מחשבה, וואס איך האב געפרואווט באשר...
דורך פראפעסאר
מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:10 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: אידישקייט ? אדער א היימישער קולטור
רעאקציעס: 95
געזען געווארן: 9220

ווי אזוי פארטייטשן אנדערע אזעלכע אגדות?

כ'האב שטארק געהאט הנאה פון לייענען אייער ארטיקל. אלץ נישט-חסידישער/חרדישער איד פרעג איך זיך אבער: מע זעט דאך קלאר פון א סך אגדות אין גמרא און מדרש אז די לעבנס-שטייגער פון חז"ל איז נישט געווען קיין היינטיקע-חרדישע. איך נעם אן אז אייער "פירוש" איוף די מעשה מיט ר' יוסי הגללי און ברורי' א...
דורך פראפעסאר
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 11:39 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א געלעגנהייט, זיך צו באטייליקן אין אן אקאדעמישע קאנפערענץ
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 1151

א געלעגנהייט, זיך צו באטייליקן אין אן אקאדעמישע קאנפערענץ

ב"ה פון א' ביז ג' טבת תשע"ו (ולמספרם 15-13 דעצעמבער 15') וועט זיין אין באסטאן די גרויסע יערלעכע פארזאמלונג פון פראפעסארן און סטודענטן אין JEWISH STUDIES ד"ה אלץ וואס האט צו טון מיט אידן און אידישקייט, היסטאריש, ליטעראריש, סאציאלאגיש וכו' וכו'. אני הקטן ארגאניזיר דערווייל א פאר סעסיעס ...