דער זוך האט געטראפן 37 רעזולטאטן

דורך בן חכמוני
פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.
רעאקציעס: 47
געזען געווארן: 6684

Re: די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.

שוין געווארן אויסגעשמועסט. דער רמב״ן אליין ברענגט דעם געדאנק אין זיינע השגות מיט א לשון ואולי תתעקש צו פארענטפערן רמבם...


Sent from my iPhone using Tapatalk
דורך בן חכמוני
דאנערשטאג יוני 11, 2020 8:52 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?
רעאקציעס: 94
געזען געווארן: 11124

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

משנה תורה פון רמב״ם. ספר המצוות אליין מיט די נושאי כלים איז א תורה שלימה.

משך חכמה. אויסנאם טיף און שיין.

אברבנאל. מלא ידיעות און חידושים מיט א געשמאקע, פליסיגע לשון.

מהר״ל, אבער נאר לקנטר. איך פארשטיי אים נישט.
דורך בן חכמוני
מיטוואך יוני 10, 2020 9:22 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.
רעאקציעס: 47
געזען געווארן: 6684

Re: די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.

די געדאנק אז רצון השם אפי׳ עס שטייט נישט קלאר ארויס הייסט אויך מן התורה ווערט אויך געברענגט אין אור שמח הלכות קרי״ש אויף מזכירין יציאת מצרים בלילות. אן ענליכע קשיא ווי דעם פותח האב איך אויף די גמרא קידושין לז וואס לערנט ארויס אז חובת הגוף גייט אן אין חוץ לארץ מיט א דרש פון א פסוק (וואס זאגט פשוט פשט...
דורך בן חכמוני
מיטוואך מערץ 25, 2020 11:01 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: זיי כאטש אויפריכטיג; דו מיינסט נישט הלכה מיטן מנין!
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 1353

Re: זיי כאטש אויפריכטיג; דו מיינסט נישט הלכה מיטן מנין!

לינטש פּארק, בשכבך ובקומך
דורך בן חכמוני
מיטוואך מערץ 25, 2020 1:17 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: זיי כאטש אויפריכטיג; דו מיינסט נישט הלכה מיטן מנין!
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 1353

זיי כאטש אויפריכטיג; דו מיינסט נישט הלכה מיטן מנין!

אז מען קוקט פון די נאנט שטעלט זיך ארויס, בדרך כלל, אז די אלע נידעריגע, עקלהאפטיגע גרוילשטיקיגע כשרע חזיר פיסלעך וועלכע זענען יעצט פייער - עד כדי הכאה מיט די 90 פריסינקט אפיצירן - פאר הלכה און שלחן ערוך וועגן מנין זענען די זעלבע וואס האבן הלכה און שלחן ערוך טיף טייער ווען ס׳קומט צו געבראקטס וואס הלכה...
דורך בן חכמוני
מאנטאג פעברואר 03, 2020 7:02 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 6827

Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן

״ימי טוהר״ ממש ווערט געווענליך גענוצט נאר ביי א יולדת. די טעג צווישן ימי זיבה און נדה זענען מדאורייתא גוט אויף אזופיל אז אויב טרעפט מען א כתם אן א הרגשה איז מען נישט טמא. און באמת מן התורה איז מען אויך אין די ימי הוסת אויך נאר טמא אויב עס איז געווען מיט אן הרגשה, עכ״פ לויטן תורה שבעל פה. א הערה וואס...
דורך בן חכמוני
מאנטאג פעברואר 03, 2020 2:19 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 6827

און מיט דיין מרמז זיין און אונטערגעציפטקייט וועל איך יא קענען, קארעקט? אז דו ווייסט עפעס איבער ״די השתלשלות פון די מנהג״ מער ווי איך האב שוין געברענגט, שמועס עס אויס! סיי דער רמב״ם ברענגט די געוויסע מנהגים און ער מאכט זיי אוועק און אין בית יוסף ווערט אויך געברענגט די אלע חומרות וואס דער רמ״א נעמט אן...
דורך בן חכמוני
מאנטאג פעברואר 03, 2020 12:09 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 6827

אבער למעשה שטומט עפעס נישט, קומסט אריין אין 'תורה און מחשבה' און נעמסטיך שיסן בענקלעך אויף די רבי'ס פון כלל ישראל, אזוי עמי בבית, דו ווילסט אפשר מציע זיין א נייע תורה וואס קראסט אויס דעם רמ"א און ש"ך? און ניין, גדולי הפוסקים האבן נישט גע'פּאוסט דברי זלזול איינער אויפ'ן צווייט'ן איך א נייע...
דורך בן חכמוני
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 11:44 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 6827

איך קען פארשטיין די דזשאדזשמענט דא? דער האלט איך פרעג פראגעס ווען איך האב נישט געשטעלט קיין איין גאט-באהאלפענע פראגע, דער אנדערער האלט אז איך בין מזלזל ווען איך האב נישט גענוצט א מיליאנסטעל פון די פעך און שוועבל וואס גייט צווישן די גדולי הפוסקים איינער אויפן צווייטן אליין, יעצט בין איך שוין גאר א תל...
דורך בן חכמוני
פרייטאג יאנואר 31, 2020 12:50 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 6827

זלזול שמולזל. גייטס שוין גייטס, א געשעפט האב איך. די מעריטס איז אזאנס אפגעפרעגט אז עטץ זענטס פרייליך איך האב ענק געגעבן אויף וואס זיך אנצוכאפן. נישטא גארנישט דארט הגם איך האב באמת געוואלט שרייבן שארפער ווייל ס׳איז מיר הייס דאס הארץ אין מיינע געדערים. און איך האב בכלל נישט קיין קשיות. די קשיות לאז אי...
דורך בן חכמוני
דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:42 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 6827

כהאב גערעדט מיט מיין ווייב איבער די נושא, זאגט זי מיר אז איר האט מען אויסגעלערנט אז די פינף טעג איז ווייל על פי רוב איז די ווסת בערך פינף טעג, סאו אויב סהאט זיך געענדיגט פריער זאל מען ווארטן ביז פינף אלס חשש אז אפשר וועט נאך קומען. האט איינער אמאל געהערט פון דאס אדער סאיז סתם ׳מן הארצות׳? זיכער ניש...
דורך בן חכמוני
מיטוואך יאנואר 29, 2020 3:46 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 6827

אָאָאָ..איך האב געמיינט איך בין אויף קאווע שטיבל. וואס ווייס איך. זלזול? ארויסשרייבן ״ר׳ משה איסערליש״ איז א זלזול?! ״דער הייליגער רמ״א״ איז גרויליג?! יונגערמאן, נעם דיר א קאלטן שויער! און @טראכטמוני, דו ביזט נישט גערעכט אז די פרויען זענען זבים מספק דאורייתא. צוערשט האט רבי גוזר געווען ששה נקיים ווע...
דורך בן חכמוני
מיטוואך יאנואר 29, 2020 1:25 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מנהג ״פינף״-און-זיבן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 6827

מנהג ״פינף״-און-זיבן

שוין געהאט א לאנגע צייט אין קאפ איבער די אין די ענין פון זבה שפלטה ש״ז שסותר יום אחד. די גאנצע זאך אז אונזערע בנות זענען דינם כזבים איז דאך נאר זייער אייגענע חומרא וואס מ׳האט שפעטער געמאכט הלכה פסוקה. אבער פון דארט האט עס גענומען א טרעין רייד ביי די אחרונים און נאך מער ביי די תמימי חכמי אשכנז ביז יה...
דורך בן חכמוני
דינסטאג יוני 25, 2019 1:03 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: איך זוך א ספר - איז עס שוין דא?
רעאקציעס: 7
געזען געווארן: 5315

א גרויסן דאנק.
דורך בן חכמוני
מאנטאג יוני 24, 2019 11:10 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: איך זוך א ספר - איז עס שוין דא?
רעאקציעס: 7
געזען געווארן: 5315

איך האב געליינט פריערט א קורצע ביאגראפיע אויפן לעבן פונעם רלב״ג זצ״ל געשריבן דורך ארטער היימאן, דער געוועזענער דיען פון ישיבה אוניווערסיטי׳ס גרעדועט סקול פאר יודישע שטודיעס, און ער שרייבט בתוה״ד אז עס איז נאך פארהאן “two extant responsa” פון אים. איך ווייס נישט אויב עס מיינט צוויי ספרי שו״ת אדער פשו...
דורך בן חכמוני
מיטוואך אפריל 17, 2019 12:56 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: קורצע נייעס פון וויליאמסבורג
רעאקציעס: 60
געזען געווארן: 15478

איינער קען דא קלארשטעלן וועגן די צעדרייטע מעשה וואס דרייט זיך אויף וואטסעפ איבער א בעיביסיטער וואס האט צוגעבינדן און אויסגעהונגערט די קינדער?
דורך בן חכמוני
דינסטאג פעברואר 26, 2019 11:35 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: זכריה בן אבקילוס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו!
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1164

יישר כחך פאר די לינק. העכסט אינטערעסאנט.
דורך בן חכמוני
דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:39 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: זכריה בן אבקילוס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו!
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1164

זכריה בן אבקילוס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו!

א צייט צוריק האבן די מתנגדי העירוב אין וויליאמסבורג געדריקט א בראשור אין וועלכע דער שרייבער האט גענוצט די גמרא אין בבא מציעא ל: אמר ר׳ יוחנן ״לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה״ אראפצורייסן די מתירים פונעם עירוב אז הגם עס איז מעגליך אז ע״פ הלכה איז דער עירוב מותר דארף מען זיך נישט און...
דורך בן חכמוני
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:10 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: ביכער איבער יודישע היסטאריע
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 5753

א גרויסע שכח. זאלסטו זיין געבענטשט.
דורך בן חכמוני
מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:29 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: ביכער איבער יודישע היסטאריע
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 5753

איך זוך א קאמפריהענסיוו, ערנסטע היסטארישע בוך איבער די היסטאריע פון השכלה און די שיטות פון אלע רבנים פארמישט אנגעהויבן פון מענדלסאן ביזן ערשטע וועלט קריג. אויך זוך איך אן ענליכע בוך מיט א focus אויף די אונגארישע רבנים. זייער צוגאנג, וויאזוי די שטעט האבן אויסגעזעהן פארן אנקום פון השכלה, נאכדעם, און ו...
דורך בן חכמוני
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 5:13 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מיינע הערות אויפן ספר 'ותינוק ללמדו ספר'
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 763

מיינע הערות אויפן ספר 'ותינוק ללמדו ספר'

קטלא קניא'ס בוך 'ותינוק ללמדו ספר' איז א מייסטערווערק, פאליצער מאטעריאל. עס איז סיי אבנארמאל גוט ארגומענטירט און סיי אויסנאם גוט געשריבן. די בוך איז מוז פאר יעדן צו ליינען, אפי' מען האלט אז מען קען גוט די נושא. די ביכל נעמט גאר שטארק צוזאם אלע פאקטן און שטעלט עס אזוי אוועק אז דער ליינער גייט אוועק מ...
דורך בן חכמוני
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 2:37 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: לנו ולבנינו - אנאנימעס חסידים פאר מאסטער
רעאקציעס: 111
געזען געווארן: 14144

אין איינוועגס ביטע אראפלייגן די גדרים וויאזוי 'הצלחה' איז דעפינירט? 1) לויט וויפיל 'געלט' מ'מאכט? (אזוי זאגט מאסטער ענד קא.) 2) וויפיל אומאינטערסאנטע און אומוויכטיגע נוצלאזע ידיעות מ'פילט אן דעם קאפ מיט? 3) אז מ'פארמאגט א שטיקל דעגרי וואס רוב וועם איך האב געטראפן דערמיט לאכן דערפון און פיהלן ווי דא...
דורך בן חכמוני
זונטאג יולי 29, 2018 5:13 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רעאקציעס: 518
געזען געווארן: 81748

איך האב פריערט געדאונלאוד פון די אשכול די קונטרס פון הרב מנדלסון פון קוממיות אבער בטעות האב איך פארקלאפט די טעב און יעצט קען איך עס פאר די לייף או מי נישט טרעפן דא. איך האב שוין דריי מאל איבערגעקוקט די אשכול און עס איז -מאדנע- נישטאמאל אין מיין היסטארי. ווער קען מיר פליז צו צייגן די תגובה ווי די קונ...