ווי באקאנט האלטן ארכעאלאגן אין איין טרעפן מקוואות וואס אידן האבן גענוצט אין ארץ ישראל אין זמן פון בית שני. לעצטנס איז געווען באריכטעט וועגן נאך אזא מקוה אינעם גליל. שטייענדיג פאר סוכות איז דאס אן אינטערעסאנטע טעמע, וויבאלד רוב מקוואות זענען געפונען געווארן אין ירושלים, וואו הונדערטער טויזנטער אידן ...
דאס וואס די פודאמענטעליסטן פארשפרייטן בעו"ה אן איסור אויף זיך פארבן דעם פנים, און אין א פארזוך איבערצושרייבן היסטאריע שרייבן זיי בלי שום בושה אז ערליכע פרויען האבן זיך גאר קיינמאל נישט געפארבט, א חוץ פון דעם וואס דאס איז א שקר גס איז דאס נאך פארבונדן מיט פרעסעדענטלאזע איגנארענץ, די גאנצע טעמע ...
איך האמער איינגעהאנדלט די בוך, געליינט די הקדמה סאו פאר. איך קען נישט זאגן אז עס ליינט זיך ווי א מעשה ביכל, עס איז אן אקעדעמישע ארבעט, נישט קיין מעשה ביכל, אבער איך קען אויך נישט זאגן אז עס איז א ספעציעל שווערע ענגליש. סאו פאר - אין די הקדמה - קוקט אויס אז זי טייטשט ריכטיג אפ די מצב. אגב, זי דאנקט א...
כאטש די ביקורת המקרא אין ברייטן פארנעם האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די זיבעצענטע יאר הונדערט, טרעפט מען שוין אבער קערנדלעך דערפון פון נישט קיין צווייטן ווי די אבן עזרא אין זיין פירוש אויפ'ן חומש, און יא ס'איז געדריקט אין אלע 'מקראות גדולות' חומשים. אויפ'ן פסוק "והכנעני אז בארץ" (בראשית יב ו...
טענה 4) אין ספר מלכים ווערט פארציילט זאכן וואס צייגן אז באותו זמן איז ספר דברים שוין געווען באוויסט. די זאכן דארף מען דן זיין יעדע איינס באזונדער, לאמיר נעמען די ערשטע סיפור פון אמציה, ווי עס שטייט וְאֶת־בְּנֵ֥י הַמַּכִּ֖ים לֹ֣א הֵמִ֑ית כַּכָּת֣וּב בְּסֵ֣פֶר תּֽוֹרַת־מֹ֠שֶׁה אֲשֶׁר־צִוָּ֨ה יְהוָ֜ה ל...
טענה 3) אז אין דברים ווערט אדום דערמאנט פריינטליך וואס שטימט נישט מיט זמן יאשיהו, איז אויבנאויף א שטארקע קשיא, אבער ווען מ'קוקט אריין אין די קאנטעקסט פון די פסוק אין דברים (כ"ג ח') איז די קשיא נישט אזוי שווער. דארטן רעדט מען ווער עס קען קומען בקהל השם און ווער נישט, א ממזר, עמוני און א מואבי קע...
טענה 2) ספר מלכים דערמאנט כסדר די עבירה פון די במות. דאס איז א שטארקע טענה, די טענה אליין איז גענוג צו צייגן אז איסור הבמות איז געווען באקאנט בעפאר די צייטן פון יאשיהו. (הגם מ'קען דן זיין אז במות אין יענע צייטן איז - בדרך כלל - געווען סינאנים מיט עבודה זרה).
וועל איך דן זיין אחת באחת, אין עקסטערע תגובות מ'זאל קענען גרינגער דן זיין, און וועלמער זעהן היש דברים בגו אדער נישט. טענה 1) ספר דברים דערמאנט נישט ירושלים. דאס איז א שטארקע קשיא, די קשיא איז שטארקער אויב מ'אנערקענט אז 'במקום אשר יבחר ה'' קען מיינען שילה און בית-אל צוגלייך, מאן יימר אז עס מיינט ירוש...
אויף די הויפט יסוד - אז ספר דברים איז נתחבר געווארן בזמן יחזקיהו/יאשיהו - איז געפרעגט געווארן אסאך שאלות, עטליכע שטארקע קשיות זענען ווי פאלגענד. 1) ספר דברים דערמאנט נישט ירושלים אפי' איין מאל, אויב וואלט דער שרייבער געוואלט לכתחילה ארויסברענגען ריכוז הפולחן אין ירושלים, וואלט ער געדארפט רעדן קלאר פ...
אזהרה: ביקורת המקרא איז א נושא וואס אפי' אויב דו דיסעגריעסט מיט איהרע הנחות, וועסטו טוישן דיין בליק און קוק אויף תנ"ך אויף אייביג, ועל זה נאמר (משלי ב' י"ט): כל באיה לא ישובון. די געדאנק פון ביקורת המקרא דהיינו, לערנען פונעם מקרא אליין אויף די נאטור פונעם מקרא, האט איינגעזייעט שפינוזה, בר...
הלוואי זאל איך האבן די צייט צו מגיב זיין דא, איך האב א געוואלד צו שרייבן... אבער לע"ע קען איך ליידער נישט מגיב זיין 'אין דעפט'. להערה בעלמא, 'פאה' טייטשט נישט געפלאכטן, פאה ארגינעל טייטשט 'עק' למעשה מיינט עס 'לאקן' א שטיק האר. געפלאכטן וואלט געשטאנען קליעות (א שטייגער ווי די פרויען אין אפריקע מ...