דער זוך האט געטראפן 31 רעזולטאטן

דורך קליינער
דינסטאג מאי 26, 2015 8:27 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קלוגע דעוועלאפערס פארקויפן בלויז פאר אידן
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2431

קלוגע דעוועלאפערס פארקויפן בלויז פאר אידן

די אלטע דעוועלאפערס ווייסן דאס ממילא. זיי ווייסן אקוראט וואו עס לוינט צו אינוועסטירן זייערע געלטער און וועלכע פלענער מען קען ארויסזען די גרעסטע פראפיטן. צומאל איז אבער וויכטיג צו ערקלערן די פרישע ריעל עסטעיט סוחרים אז זיי זאלן וויסן נישט אריינצופאלן מיט שלעכטע געשעפטן. א קלוגער מאן דהוא האט מיט שיינ...
דורך קליינער
מאנטאג מערץ 10, 2014 2:22 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: "די צייטונג"
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 10057

ווייטאגליך אז דער צייטונג וואס איך גלייך שוין יא אביסל זאל זיין אריינגעטינקען אין נארישע קנאות און דמיונות'פולע שקרים.
דורך קליינער
מאנטאג מערץ 10, 2014 2:10 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: "די צייטונג"
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 10057

איך האב זיך דערמאנט אינעם אשכול איבער די ליגנס וואס די היימישע צייטונגען פארקויפן פארן איגנאראנטן עולם, ווען כ'האב געליינט די וואכיגער "צייטונג" עדיטאריעל.

איך האב עס נישט ביי דער האנט. קען עס עמיצער דא ארויפשטעלן?
דורך קליינער
פרייטאג מערץ 29, 2013 4:36 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מדריגות פון צדיקים
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 491

א מדריגה אין יראת אלוקים:

הרה"ק מקרלין היה חולה מאוד בסוף ימיו והרה"ק ר' אשר מסטולין היה משמשו והיה מקנחו בעשית צרכיו, ופ"א ראה אצלו דם, ואמר לו שכך היה מעולם מפני היראה, וכל ימיו היה מצטער ועושה תשובה על שלא קינח לרבו בלשונו"... (ספרן של צדיקים עמ' קכא).
דורך קליינער
פרייטאג מערץ 29, 2013 4:31 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מדריגות פון צדיקים
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 491

מדריגות פון צדיקים

אין די ספרים הק' טרעפט מען כמה סיפורי צדיקים וואס מען זעט זייער גדלות און גרויסע מדריגות, און צומאל קען מען זיך דערפון אפלערנען, און אמאל איז עס בלויז א שיינער סיפור. אט וועל איך ברענגען א שיינער מעשה וואס האט מיר געמאכט טראכטן און זיך פארנעמען צו גובר זיין אויף מיין כעס און אויסברוך אפי' ווען עס אי...
דורך קליינער
פרייטאג מערץ 29, 2013 3:19 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: די באדייט פון פסח פאר די קיהלע, אין די אויגן פון הרב סעוועדש
רעאקציעס: 7
געזען געווארן: 853

געשיקט דורך א ידיד וואס איז מעגליך געווען ביים סעוועדזש סדר... ד"ר סעבעדזש האט געמאכט א סדר די ערשטע נאכט די יום טוב פסח מיט זיינע גוטע פריינט. פסח איז די זמן חירותינו האט ד"ר סעבעדזש עקספלעינד פאר זיינע פרענדס און תוך כדאי דיבור האט ער צוגעלייגט זיין אייגענע אינטערפעטעישען וואס די גרויסע ...
דורך קליינער
זונטאג מערץ 17, 2013 12:25 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קמחא דפסחא מיט בושות
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 2158

קמחא דפסחא מיט בושות

עס איז מיר דערגאנגען א שמועה אז צווישן די פילע צדקה אונטערנעמונגען וואס ווערן פארמירט די טעג אלס הכנה צום גרויסן יום טוב פון זמן חריתינו, זענען אויך פאראן גוטע אידן וואס טוען אויסטיילן פעקלעך און זעקלעך פאר נויטבאדערפטיגע משפחות אבער פארגעסן און אפשר ווילן זיי גאר אז מען זאל זיך בשעת'ן אויפפיקן די פ...
דורך קליינער
זונטאג מערץ 17, 2013 12:16 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: איין לאנגע אדער עטליכע קורצע באשרייבונגען
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 2478

איך קען קוים ווארטן אויף די באשרייבונגען, אבער איך בעט דיר זאלסט זיך נישט לאזן פון דיינע אינסטינקטן און גיין אויף די פארקערטע מהלך ווי די היימישע צייטונגען, און זיך לאזן דיקטירן פון וואס מען האט דיר געלערנט אלס יוגנטליכער... דער אמת איז דער באליבטסטער אפילו ווען עס טוט וויי. און איך בין שטארק פאר א ...
דורך קליינער
פרייטאג מערץ 15, 2013 2:00 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: סודות און טראסט
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 397

סודות און טראסט

סודות איז א זאך וואס כמעט יעדער האט און ווייסט, אבער מענטשן זענען פארשידנארטיג אין האלטן א סוד. עס זענען פאראן די וואס וועלן פאר כל הון דעלמא נישט ארויסגעבן א געהיימניס וואס זיי ווייסן, אפילו ווען זיי זענען דערצו נישט פארפליכטעט, און אנדערע וועלן ארויסגעבן אלעס וואס מען האט זיי פארטרויעט אן טראכטן צ...
דורך קליינער
מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:38 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: אנטדעקונג: קופערניקוס ליידט פון פאראנאיע
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 601

אנטדעקונג: קופערניקוס ליידט פון פאראנאיע

אין א שכינות'דיגער אשכול האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין א העפטיגער זוך אקציע נאכן בארימטער אלעמען באליבטער שטיבל הומאריסט וואס א טאג וואס ער פעלט, דוכט זיך אז שוין א חודש וואס ער איז נישט בתוכינו. אט האב איך געטראפן די סיבה פארוואס ער נעמט אורלויב אזוי אפט. אין דער שטערן דיזן חודש אינעם סאמען הויפ...
דורך קליינער
מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:09 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: הרב מרדכי נויגרשל
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 4822

יידל האט געשריבן:איך בין אינטערעסירט. נו, לאמיר הערן.
דורך קליינער
זונטאג פעברואר 03, 2013 2:34 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: אשכול פאר חניוקישע יונגעלייט
רעאקציעס: 77
געזען געווארן: 10830

איינע פון די אן-א-צאל גליונות וואס קומען ארויס וועכנטליך איז "אונזער שיין בלעטל", מלוקט ע"י ת"ת בת עין בצפת, דארט איז פאראן אן א צאל פאסיגע ווערטער. ווארשיינליך קען מען עס באקומען ערגעץ צווישן די גליונות וועבזייטלעך, ואשרי דער וואס וועט מזכה זיין דעם רבים און אהערשטעלן. עטליכע וו...
דורך קליינער
זונטאג פעברואר 03, 2013 11:15 am
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: "די צייטונג"
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 10057

א גוט ווארט, איידער איך גיי אוועק פון דעם אשכול.

איך האב הנאה פון דעם וואס ער לייגט אריין בריוו צו דער רעדאקציע, און ענטפערט יעדן אפ, און עס איז איינע פון מיינע בעסערע בלעטער וואס איך ליין דארט, ווען ער צוברייטערט זיך מיט זיינע געדאנקען אפי' ווען יענער שרייבט אים שארף און מיט ביטול טיטלען.
דורך קליינער
זונטאג פעברואר 03, 2013 11:12 am
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: "די צייטונג"
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 10057

שיין געשריבן, קליינער. אבער איך מיין אז דו מאכסט א טעות מיט'ן מיינען אז "די צייטונג" האט זיך געוואלט אנגעבן אלס אומאפהענגיק פון סאטמאר. אברהם פריעדמאן האט זיך אייביג געהאלטן פאר א סאטמארער און ער האט חלילה פאר א רגע נישט געטראכט איבערצולאזן זיין אמונה טהורה פאר א נזיד עדשים. זיין צייטונג ...
דורך קליינער
זונטאג פעברואר 03, 2013 11:10 am
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: "די צייטונג"
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 10057

די שאלה איז וועלכע צייטונג איז די מערסטע פיל. דער איד און דער בלאט פון פאר פסח האבן מער בלעטער ווי דריי נוא יארק טיימס, אבער אין פאקט קען מען ענדיגן אין א שעה ווייל עס איז אנגעפילט ווי א גיפט באקס מיט באבל רעפ, עס האט גארנישט אויסער פארטיי פראפאגאנדע, אויסגעדראשענע סחורה, בילדער און גראפיקס. די ציי...
דורך קליינער
זונטאג פעברואר 03, 2013 11:04 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אוממענטשליכקייטן וואס מוז פארדאמט ווערן
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 976

קענסט עס אריינלייגן אין דעם אשכול: m איך האב נארוואס צוגעלייגט מיין אונטערשריפט און זאל דא געזאגט ווערן אז צוליב דעם וואס איך וויל זייער שרייבן, אבער צייט האב איך באמת נישט דערצו, און מיינע צוויי טעג וואס איך ארבעט נישט, פרייטאג און זונטאג, דארף איך עס אויסנוצן פאר אלעם וואס איך האב פארפאסט אין דעם...
דורך קליינער
פרייטאג פעברואר 01, 2013 10:37 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אוממענטשליכקייטן וואס מוז פארדאמט ווערן
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 976

אוממענטשליכקייטן וואס מוז פארדאמט ווערן

נישט אז איך קלער אז מען קען איבערמאכן די וועלט, און נישט אז מען קען טוישן דאס שלעכטס פון א לאנד, און נישט אז מען האט די מעגליכקייט פון איבערדרייען די מענטאליטעט פונעם אייגענעם קהילה, אבער איך בין יא ביי דער מיינונג אז מען דארף פרובירן וואס מעגליך. פאראן מענטשן וואס זעען נאר דאס פאזיטיווע אין טעגליכן...
דורך קליינער
זונטאג יאנואר 27, 2013 12:00 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: "די צייטונג"
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 10057

דער אשכול איז צום באדויערן ארויס האלב רוי און אומגעפארטיגט. אט איז דער השלמה: ווי געשריבן פריער, האט "די צייטונג" געטראגן א נאמען כאילו עס איז אן אלטערנאטיוו צו די אנדערע "אומאפהענגיקע" צייטונגען וואס געהערן אפיציעל צום סאטמאר'ן קרייז, אבער עס איז למעשה קיינמאל נישט עכט געווען או...
דורך קליינער
פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:10 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ס'איז געווען באשערט...
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 850

ס'איז געווען באשערט...

א איד רייסט זיך ארויס פון ביהמ"ד און לויפט מיט איין אטעם צום ארבעטס באס, און קוים וואס זיין אטעם ליגט נאך ביי אים, און ממש פאר אים, רוקט זיך דער באס מיט א מאיום'דיגער קרעכץ ארויס און פארט אוועק. דער איד ווערט נישט געפאלן, און מורמלט ארויס די ווערטער: וואס קען מען טון, ס'איז געווען באשערט... א א...
דורך קליינער
פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:59 am
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: "די צייטונג"
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 10057

"די צייטונג"

דער באגאאבטער שריפטשטעלער קארל (ער פלעגט דא אמאל באלייכטן און זיין פון די רעדל פירער אינעם קאווע שטיבל און ווער עס געדענקט נאך יענער תקופה ווען מען פלעגט מיט געשפיצטע אויערן אויסהערן זיינע פערל ווערטער וואס פלעגט מיט א שטארקייט געזאגט ווערן, וועט באדויערן דעם פאקט אז מען זעט אים שוין זייער זעלטן אינ...
דורך קליינער
זונטאג יאנואר 06, 2013 12:28 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: היימישע מייקרי שער
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 2600

היימישע מייקרי שער

אן אלטער פראבלעם וואס ווייטאגט מיר שוין א צייט און איך וויל עס דא אביסל אויסשמועסן. ליידער איז קיין בית דין כשר בישראל כמעט נישט פארהאנען און די מיטלען אפצושטעלן דעם פארברעך איז נישט דא. דעריבער איז פאסיג עס דא אויסצורעדן. דער ענין איז איבער די מייקרי השער, די וואס שרויפן ארויף די פרייזן בלויז פאר ד...
דורך קליינער
זונטאג יאנואר 06, 2013 12:13 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מעג א חסיד'ישע איד ארבייטן צווישן אדער מיט פרויען/מיידלעך?
רעאקציעס: 31
געזען געווארן: 3714

איך ארבעט און האב א שטארקע שייכות צו פרויען דורכאויס מיין טאג און אזא שייכות וואס אויב וויל איך וואלט עס געקענט פירן צו מער ווי סתם א שאקל און באגריסונג אדער א פריינטליכן גוט מארגן. אלא מאי? איך בין א צדיק און איש קדוש? זייער ווייט דערפון. אבער איך טו מיין ארבעט און זיך נישט קיין בושות און באשרייבונ...
דורך קליינער
דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:52 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דער פעטרעיוס סקאנדאל א מוסר השכל?
רעאקציעס: 57
געזען געווארן: 5168

זר זהב האט געשריבן:די גאנצע זאך איז איין שטיק באלאני. איך קוק ארויף אויף אזא גוי. פארוואס זאל א גוי נישט האבן פאן? א גוי וואס נאשט נישט אביסעלע ארום דארף א דאקטאר.

און פארוואס זאל א איד נישט האבן אביסעלע פאן?