דער זוך האט געטראפן 9 רעזולטאטן

דורך קל לראש
מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:36 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
רעאקציעס: 362
געזען געווארן: 68189

אז דאנאלד טראמפ איז א קרוב מיט פיהל אידען. דער וואס האט געליינט 'בוסתנאי' פון מארקוס לעהמאן ווייסט אז ער איז דער יחיד מבית דוד וואס איז געבליבען פון א פוטש פונ'ם פארסישען קעניג און ער האט שפעטער חתונה געהאט מיט'ן טאכטער פון יענע קעניג (נאך איהר גיור, פארשטייט זיך) הרב שרירא גאון און שפעטער דער מהר&...
דורך קל לראש
מאנטאג יאנואר 14, 2019 3:46 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
רעאקציעס: 362
געזען געווארן: 68189

שמעקעדיג: קודם צום ענין. דער חילוק איז אז הליפורנוס איז געווען א גרויסער רשע. אויך האט מען נישט געוויזן פאר א יעדן דעם קאפ. משא"כ ביי אייסיס. זיי הרג'נען אומשולדיגע מענטשן. אויך. מ'ווייזט עס אויף ווידיאו אין די גאנצע וועלט. שלא מן העניין: איך באמערק אז דו לערנסט פון די נייע סטייל משנה ברורה. ד...
דורך קל לראש
דינסטאג יאנואר 08, 2019 6:31 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: די חיוב אדער מצוה צוצושטעלן מציאות צו מקיים זיין מצוות הבורא
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 2062

חזה ושוק לכהנים האט מען אויסגעריסן? ויש מי שאומר שאינן נוהגות בחוצה לארץ וכן נהגו כן כתוב ביורה דעה סימן סא סעיף כא פתחי תשובה דארט אות ח [ועי' בתשובת ח"ס סי' ש"א שהוא ז"ל היה רגיל ליתן והיה דרכו בכל י"ט לשחוט בהמה ולהפריש ממנה מתנות. וכן ראשית הגז וכן עבד עובדא בפלתי ע"ש]:
דורך קל לראש
מאנטאג יאנואר 07, 2019 2:30 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
רעאקציעס: 73
געזען געווארן: 13754

היתר מאה רבנים

בת קול האט געשריבן:איך הער די רעבעצין איז געזיצן נאר איין טאג פארן מאן צוליב זיין חתונה האבן מיט א צווייטע ווייב דורך היתר מאה רבנים.

פארוואס דארף א ספרדי א היתר מאה רבנים?
דורך קל לראש
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 2:16 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: געדאנקען אויף די פרשה
רעאקציעס: 58
געזען געווארן: 16331

פרשת ויחי

ויבאו עד גרן האטד אשר בעבר הירדן ויספדו שם מספד גדול וכבד מאד ויעש לאביו אבל שבעת ימים שוין עטליכע יאהר מוטשעט מיר די שאלה. פארוואס זענען זיי געגאנגען אזא אומוועג? די וועג פון מצרים קיין חברון דרך ארץ פלישתים איז קרוב הוא, טא פארוואס פארקירעוועט מען די וועג דורך עבר הירדן? בשלמא נאך יציאת מצרים אמר...
דורך קל לראש
מיטוואך יאנואר 02, 2019 3:10 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מזל טוב מזל טוב, מיר האבן א רבי
רעאקציעס: 73
געזען געווארן: 13754

פאלגענד זענען עטליכע אויסצוגן פון ר' מאיר יששכר שליט"א: נש"א את ראש בני גרשון . נש"א איז דער ראשי תיבות פון דער כ"ק מרן אדמו"ר תמ"ל – נ'חמן ש'מעון א'ליהו . דאס זענען געווען די דריי מנהיגי ישראל בדורות עברו, וועלכע האבן אנדעקט א נייער דרך אין עבודת-השם; רבינו הננמ"...
דורך קל לראש
מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:43 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
רעאקציעס: 512
געזען געווארן: 125686

עס וואלט געווען ראטזאם אז די עסקנים זאלען יעצט קלאר אוועק שטעלן די עדות אויף די א חילול שבת, אז אין דער צוקונפט זאל עס דינען פאר אן ענדגילטיגע פירכא אויף אלעם. ביזדערווייל האט דער הערש הערנער נאכאנאנד געקענט זיך אויסדרייען און אפצאלען פראנקפורטער אפאר גרייצערס צו מאכען די טענות פאר קלייניקייטען. זי...
דורך קל לראש
מיטוואך יאנואר 02, 2019 5:35 am
פארום: העמק דבר
אשכול: עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 3031

שוכן עפר

אישתישבי האט געשריבן:דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.

טעות העולם חוזר
די לשון אין שולחן ערוך איז על המתים, משום לשון נקיה זאגן מענטשן שוכן עפר.
איך ווייס נאר נישט פארוואס שוכן עפר איז מער לשון נקיה.
דורך קל לראש
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:25 pm
פארום: שלום עליכם!
אשכול: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
רעאקציעס: 4789
געזען געווארן: 443832

דא הייסט א מקום וואס מען לאזט יעדעם רעדן - פארשטייט זיך מיט הגבלות - ווייל מיר זענען מוגבל בקדושה אין יעדע הינזיכט פון לעבן. אשרינו מה טוב חלקינו. זאל גאט ב"ה גיבן אז יתקדש שמו על ידינו, הרחמן הוא יתפאר בנו לעד ונצח נצחים ויתהדר בנו לעד ולעולמי עולמים.