דער זוך האט געטראפן 34 רעזולטאטן

דורך ספרא דמרא
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 11:17 am
פארום: פאעזיע
אשכול: גאט באווייז דיך צו מיר זעלבסט
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 1366

און גאט האט געענטפערט: איך בין א מיסטעריע פאר דיר איך בין א היסטעריע פאר מיר איך בין נישט נאר איין איך, ווייס נאר איך עקזיסטיר? יא און ניין, נישט קלאר איך בין העכער עקזיסטענץ, העכער צייטן איך בין נענטער ווי נאנט, אבער פונדערווייטן איך בין נישט מיט דיר, אבער איך טוה באגלייטן איך בין נישט גלייך מיט אי...
דורך ספרא דמרא
מאנטאג יולי 12, 2021 4:51 am
פארום: פאעזיע
אשכול: פיינפולע און דערדרוקטע שורות - כ'זעה גייסטער נישט צורות...
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1889

יאסל ראקאווער האט געשריבן:ער שרייבט אז ער האט אים/איר בארבאריש אומגעברענגט און ער ווייסט אז ער ליינט וואס ער שרייבט. ס'הערט זיך ווי א לעבעדיגע צוטיילונג משום מעשה שהיה.

דער געדיכט רעדט זיך איבער א נאנטער וואס איז אוועקגעריסן געווארן צוליב דאס זיין צוגעבינדן צו דראגס, אבער קען ווערן געטייטשט אויף עטליכע וועגן.
דורך ספרא דמרא
זונטאג יולי 11, 2021 8:54 am
פארום: פאעזיע
אשכול: פיינפולע און דערדרוקטע שורות - כ'זעה גייסטער נישט צורות...
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1889

פיינפולע און דערדרוקטע שורות - כ'זעה גייסטער נישט צורות...

איך האב פארלוירן א נאנטן, נישטא וואס קען טרייסטן, איך טרינק מיינע טרערן, איך עס מיין ווייטאג, איך דערשנאפ רייעס פון פיינפולע גראמען, איך זעה נאר גייסטן. עס קרענקט, עס בענקט, זיך געדענקט, מח פארשווענקט, פארלוירן וואס געשענקט. איך כליפע. איך הער נישט אויף פון דיר צו קלערן איך הער נישט אויף איך וועק או...
דורך ספרא דמרא
מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 5:50 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: א פארלוירענער געלעגנהייט - מיין איצטיגער פארלעגנהייט
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 1616

נישטא די ווערטער צו זאגן קוים וואס עס איז דא דער שפיר ווען דאס צושאסענע הארץ טוט נאגן ווי נעמט מען די שטיקער אפיר ווייטאג און קרעכצן זיץ איך און זעלבסט זיך פרעג געפילן וואס לעכצן פארדעם געמאכט דעם וועג? עס רינען די טרערן אריין אין דעם לאָך אין הארץ אבער עס קען נישט פיל ווערן דעריבער בלייבט עס ליידיג...
דורך ספרא דמרא
מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 3:51 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: א פארלוירענער געלעגנהייט - מיין איצטיגער פארלעגנהייט
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 1616

א פארלוירענער געלעגנהייט - מיין איצטיגער פארלעגנהייט

פארמישט און דערטראגן די געפילן מיר פלאגן אפשר צו אפווישן טרערן אדער עס גאר אויפהערן פארוויינט און אין נויט די באַקן שוין געשוואלן רויט די קאפ און די בויך קרעמפן וואו נעמט מען דעם קראפט צו קעמפן דער גרעסטער און איינציגער בראָך איז דאס שפירן אז אפשר דאָך אבער דאס געוויסן שלאגט אין טיפן קיינער וועט ניש...
דורך ספרא דמרא
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 6:50 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מיין ווענדונג צום דזשורנאליסט
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 1762

מיין ווענדונג צום דזשורנאליסט

בס"ד קודם כל צום אלעם ערשט, עס איז זייער ווייטאגליך צו זען וואס מען טוט מיט אייך, איר זענט א דזשורנאליסט און איר זענט אלס געווען אין מח עטוואס ברייטער ווי די קאמיוניטי אין וועלכן איר דרייט זיך. עס איז א שרעקליכע אומרעכט דאס וואס מען טוט צו אייך און עס האט נישט קיין זין און טאר ווי פארשטענדליך נ...
דורך ספרא דמרא
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:32 am
פארום: פאעזיע
אשכול: ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 4182

ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע

די געפילן רוישן מען קען זיי נישט פארשטילן אזוי זיך צו אנטוישן אנגעהויבן דאס יאר מיט שווארצע ברילן נארוואס געטון מיינען אז תכלה שנה אבער אצינד מיר וויינען וילך חרנה נארוואס געבעטן ביים גאט ער זאל זיך צו אונז נויגן אבער דער מלך המשפט האלט אונזערע העלזער אראפגעבויגן נאך אזא שווערע יאר מיר האבן שוין געו...
דורך ספרא דמרא
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:03 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: דאס ליד פון די שטומע געפיל
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 1935

דאס ליד פון די שטומע געפיל

בס"ד די אויגן זיי קוקן איינס אין דעם צווייט די מוחות פארבינדן ווי איינס עס פארשטייט שפירן זיי נאנט אבער ווייטער פון ווייט זעען זיך אלס אבער ווען איז די צייט בליקן זיך ווארפן און שעמעוודיגע קרומען די כימיע איז וואס מאכט עס שטימען קענען זיי אויסזען ווי א גארטן פון בלומען ווען וועלן זיי זיך צונויפ...
דורך ספרא דמרא
דינסטאג יולי 14, 2020 8:54 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: אז נישט דאן פארוואזשע?
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 1659

אז נישט דאן פארוואזשע?

אז נישט קיין א הבה און אויך נישט קיין געלט וואזשע א רבעט איך אויף דער וועלט אז נישט קיין ב אליבטער און אויך נישט קיין געלט וואזשע ב לאנזשע איך אויף דער וועלט אז נישט קיין ג וטס און אויך נישט קיין געלט וואזשע ג לאץ איך אריין אין די וועלט אז נישט קיין ד ורות און אויך נישט קיין געלט וואזשע ד ארף איך די...
דורך ספרא דמרא
דאנערשטאג יוני 25, 2020 1:00 am
פארום: פאעזיע
אשכול: איינזייטיגע ליבשאפט
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 1632

איינזייטיגע ליבשאפט

בס"ד העלא וואס טוט זיך מיין שטימע אביסל איך הייב אבער מיין ווידער קול הער איך געזאגט צו שטיל איך גלייב העלא א גוט מארגן איך שריי אביסל העכער איך הייב זיך אן זארגן צו איך בין דערהערט נישט זעכער איך שפיר דערווייטערט איך גיי אבער נענטער צו אינגאנצן פארמאטערט אבער צו דען הערסטו ווי א שאטן פון א טונ...
דורך ספרא דמרא
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:27 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: די צוביסלעכווייזע וועלטס אונטערגאנג
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 2008

די צוביסלעכווייזע וועלטס אונטערגאנג

אוי גאט! איך קען שוין נישט דערטראגן די ווייטאגן, די שמערצן און זעלבסטבאשולדיגונגען, איך קען זיך שוין נישט ברענגען מער צו פרובירן אפילו נאך איין מאל, גענוג איז גענוג, כ'ווייס אליין נישט פונקטליך וואס עס דרוקט מיר, אבער דער צייכן אז איך בין בארעכטיגט צו קלאגן איז אז אלעס טוט מיר וויי. פון וואו זאל איך...
דורך ספרא דמרא
זונטאג מאי 03, 2020 6:19 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: אונזערע אויגן
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 1469

אונזערע אויגן

מיר זענען קליין און רונדיג אויף דיין געזיכט צומאל שוואך און צומאל שיינען ווי ליכט אין אונז דיין גיסטע מען זעט די באריכט מיר געבן איבער פאר ווער עס וויל נאר וויסן מיר זענען מיט דיר אלס געשטאנען מיר קענען זיין טרוקן מיר קענען גיסן ווי קראנען מיר זענען אין דיין טעגליכע לעבן פארהאנען מיר שפייען געפילן פ...
דורך ספרא דמרא
זונטאג אפריל 26, 2020 5:18 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מער נישטא...
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 1998

מער נישטא...

בס"ד די טרער איך וויל ווישן ס'גייט נישט אראפ קיינער טוט זיך נישט רישן ס'גייט נישט אריין אין קאפ אז דו ביסט מער נישטא עלנד ווי א שטיין דיין לעבן אפגעלעבט חתונה געהאט אליין קיין פאמיליע אויפגעוועבט און ביסט שוין נישטא ווען דיר געזען כוחות אלס פארלוירן גארנישט איז געשען אבער שוין דיר אנגעוואוירן ב...
דורך ספרא דמרא
מאנטאג מערץ 30, 2020 3:06 am
פארום: פאעזיע
אשכול: גיי דיר וועלט!
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 2199

גיי דיר וועלט!

גיי דיר וועלט גיי שוין ווער ברויך דיין גוטס און שלעכטס גיי דיר וועלט גיי שוין אלס אונזערע הערצער דו צוברעכטס גיי דיר וועלט גיי שוין און פון מיר שוין פארגעס גיי דיר וועלט גיי שוין דו ביסט פאר מיר נישט דער ריכטיגער אדרעס גיי דיר וועלט גיי שוין פאלגסט מיר גייסט אין שוואנג גיי דיר וועלט גיי שוין מיר זעע...
דורך ספרא דמרא
זונטאג מערץ 29, 2020 9:14 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: ווען דער טייוול הערשט
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 1350

ווען דער טייוול הערשט

בס"ד ווינטן בלאזן ס'קאלט און ס'שרעקט יעדער אינדערהיים די לאדנס פארדעקט די לופט פון מגיפה שטארק און שרעקליך שמעקט די סירענעס פון די אמבולאנסן זיך ווידערוועקט דרייט זיך דער טייוול מיטן מעסער מיט לעבהאפט שעכט און פארשניידט מיט זיין גאנצע קראפט קיין פארזיכערונג קעגן אים נישט געשאפט דעם טייוול אין ד...
דורך ספרא דמרא
זונטאג יאנואר 19, 2020 5:51 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: צו איז נאך איינער אינטערסירט?
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 2357

צו איז נאך איינער אינטערסירט?

בס"ד א וועטער א קאלטער און א גרויזאמער שניי און שטורעם געוועלטיגן אין די גאס ער זיצט ביי זיך אין שאץ קאמער און ציטערט פון קעלט ער איז בלאס אריין איז ער מיט זיכערע טריט און פארהאקט אונטער זיך דעם טויער יעצט יעדע זאך ער טוט צו קענען עפענען דעם גרויסן מויער ער האקט און זעצט ער שרייט און פארפירט א...
דורך ספרא דמרא
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 7:44 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: לאמיר געווינען די האס מיט ליבע
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 1336

לאמיר געווינען די האס מיט ליבע

בס"ד ביטע אדורכליינען מיט ישוב הדעת און דאן קאמענטירן, א דאנק. היינט בין איך שוין זייער צובראכן די געפילן ציטערן אבער פון קעלט היינט האט מען מיר צושטאכן נישט ווייל מען האט געוואלט מיין געלט נאר ווייל איך שטאם פון אן ארט און נישט פון א צווייטן וואס פרימיטיווע האס קען דארט מיר נישט באגלייטן פאר י...
דורך ספרא דמרא
זונטאג אקטאבער 13, 2019 12:01 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: א מענטשעלע א קליינע
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 1711

א מענטשעלע א קליינע

בס"ד א מענטשעלע א קליינע מיט שאיפות ריינע שפירט זיך אין זיין מח'ל באוואכט א לערנער מיט א פאך א מענטש צו די זאך זיצט ער זיך אין טיף אריין ער טראכט א ווינט א קאלטן אין זיין הארץ מאכט שפאלטן און זיין לעבנסלוסט עס לעשט זיך אויס שיעור און אויף דעם דערויף שטעלט ער זיך אויף און קנאקט צו אויף יעדן די ט...
דורך ספרא דמרא
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:23 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: למעשה פאר איך יא קיין אומאן דאס יאר...
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 946

למעשה פאר איך יא קיין אומאן דאס יאר...

"איך פאר נישט קיין אומאן דאס יאר!" איז געווען מיין סלאגאן די לעצטע פאר מאנאטן פאר אלע מיינע ידידים וועלכע האבן מיר געפרעגט אדער געוואלט וויסן וואס מיין חוות דעת איז אויף די געפארעריי, איך האב ביי זיך געהאט אפגעמאכט א פעסטע החלטה אז אומאן מיט מיר גייען זיך נישט טרעפן דעם יאר, פארוואס? זייער...
דורך ספרא דמרא
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:36 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מענטשן מיינען...
רעאקציעס: 7
געזען געווארן: 2359

מענטשן מיינען...

אייביג הערט מען פון מענטשן, מיינונגען פון שעלטן און בענטשן, זיי מיינען אז זיי האבן אלעס ארויס, ווען אין אמת'ן איז זייער טעות גרויס, פון זייערע שטעלונגען נארישע און פוסטן, ווי א ווארט אויף געזונט פון ראקעט סייענטיסטן, מאכט נישט אויס אויף סיי וואסערע וועג, דער עיקר אז זיי האלטן חשבון אויף יענעמס לעבנ...
דורך ספרא דמרא
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:01 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ושבית שביו...
רעאקציעס: 32
געזען געווארן: 8125

ושבית שביו...

בס"ד ברק איז גאר אויפגעלייגט, ער גייט היינט ארויס אויף זיין לאנג ערוואטעטע מיסיע, ער גייט היינט ארויס אין קריג, ער גייט היינט ווייזן פאר די וועלט פאר א קעמפער ער איז, ער גייט אויסהארגענען זיינע שכנים און די ארומיגע פעלקער, ער גייט זיי ווייזן וואס די אידישע פאלק איז און וואס זי קען. עס איז א שטא...
דורך ספרא דמרא
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:07 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: קאנטראלירן די קאנטראלירער
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1226

קאנטראלירן די קאנטראלירער

בס"ד פון דעם טאג וואס ער איז געקומען אויף דער וועלט איז ער שוין געפירט געווארן ביים נאז, מען האט אים געגעבן א נאמען בעת וואס מען האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט מיט זיינע פראטעסטירנדע געוויינען אונטערן מעסער, ער ווייסט אויך נישט אז וואו מען וועט אים שיקן לערנען האט אויך נישט געהאט מיט זיין החלטה,...
דורך ספרא דמרא
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 8:24 am
פארום: פאעזיע
אשכול: איך מיט די מאמע קעצל
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 1378

איך מיט די מאמע קעצל

זי דרייט זיך ארום ביי די מיסטן יעדע נאכט, זי באהאלט זיך פון פרעמדע אויגן, זי קוקט ארויס פון איר באהעלטעניש און טרעפט זיך א וועג צו גיין, זי נעמט מיט איר רויב און טראגט עס צו אירע קינדער וואס זי האט נארוואס געבוירן, זיי זיצן דארט הינטער די טרעפ און ווארטן אז די מאמע זאל זיי ברענגען עסן, אט קומט זי מי...