דער זוך האט געטראפן 158 רעזולטאטן

דורך סופר ומונה
פרייטאג מערץ 24, 2023 9:04 am
פארום: העמק דבר
אשכול: ד"ר הרב נתן סליפקין, און ראציאנאליסטישע אידישקייט
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 836

ד"ר הרב נתן סליפקין, און ראציאנאליסטישע אידישקייט

פון די גרעסטע פיגורן אין ארטאדאקסישער ראציאנאליסטישער אידישקייט איז ד"ר הרב נתן סליפקין, באקאנט מיט זיינע פילצאליקע ביכער אויף אט-די טעמעס. זיין בלאג, ' ראציאנאליסטישע אידישקייט ', איז בארימט ביי אלע חובבי מחשבה, און האט א ווייטגרייכנדע השפעה. ער איז אויך דער דירעקטאר פון דעם ' תורהדיקן מוזעאום...
דורך סופר ומונה
פרייטאג מאי 10, 2019 10:14 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מיין לאוו אטאקע
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 5369

כוכב האט געשריבן:(העמיר זען וויפיל לייקס כ'על באקומען פון טעגן א האלבן בית החיים.)

איין זיכער.
דורך סופר ומונה
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 8:10 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ניו יארק סיטי מאראטאן
רעאקציעס: 38
געזען געווארן: 4615

אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער מאראטאן האט ערשט אנגעהויבן דורכלויפן וויליאמסבורג אין די תש"ל-יארן. עס איז דאן קיינעם בייגעפאלן צו מאכן א 'ויצעקו' אפצורופן די 'שרעקלעכע גזירה', ווי עס וואלט געוויס היינט געווען.
דורך סופר ומונה
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 8:07 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: דזשעי-קעי ראלינגס ליטערארישער שפיצל
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3382

מיט א צוויי וואכן צוריק איז דערשינען ראלינגס דריטער בוך אין דער סעריע. 'קאריערע פון שלעכטס' פאלגט נאך 'זיידווארם' וואס איז ארויס פאראיאר.

בילד
דורך סופר ומונה
דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:48 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: פראפ' מארק שפירא
רעאקציעס: 213
געזען געווארן: 64334

שפיראס בוך איז דערשינען די וואך, אבער עס איז נישטא צו באקומען. לייענער לויפן פון איין געשעפט צום צווייטן, אבער ווערן נישט געהאלפן. אמאזאן איז שנעל אויסגעלאפן דערפון, און גיט אן אפשיק-דאטומען אזוי שפעט ווי יולי.
דורך סופר ומונה
מאנטאג אפריל 13, 2015 3:19 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: פראפ' מארק שפירא
רעאקציעס: 213
געזען געווארן: 64334

שפיראס נייער בוך דערשיינט אט אט. לויט אמאזאן אום יוני, און לויט די פובליקירער נאך אום אפריל. אינטערעסאנט אז נאך אכט יאר צוריק האט שפירא גערעדט וועגן דעם בוך אין אן אינטערוויו מיט דעם 'דזשואיש פרעס', ווי ציטירט דורך 'אן די מיין ליין'.
דורך סופר ומונה
מוצ"ש יאנואר 24, 2015 10:36 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: אמן יתומה, א מעשה מיט די ויחי יוסף
רעאקציעס: 53
געזען געווארן: 6824

דער איינציקסטער לימוד-זכות אויף דעם רב איז אז ער האט נישט באמת געגלייבט אין 'פארקויפן מחלות'. וואלט ער יא געגלייבט דערין, און געהאלטן אז דער וואס קויפט דעם פעקל מחלות קען אפשטארבן, וואלט ער אוודאי נישט איינגענארט דערמיט א וואוילן תמימותדיקן מענטש וואס שפילט מיט מיט זיינע רעליגיעזע 'מכירת חמץ' ריטועלן.
דורך סופר ומונה
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:07 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: פראפ' מארק שפירא
רעאקציעס: 213
געזען געווארן: 64334

פראפעסאר שפיראס קומענדיקער בוך קען מען שוין באשטעלן אויף אמאזאן.
http://www.amazon.com/dp/1904113605/
דורך סופר ומונה
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:16 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: ירא שמים מרבים, פירושו ?
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1186

זעט דא, וואו איך וויל פארשטיין ווער עס איז א גרעסערער ירא-שמים, יאהאן אדער פאטרישא.

ווער איז א גרעסערער ירא-שמים?
דורך סופר ומונה
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:03 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: אטעאיסט מייקל שערמער איבערראשט פון שטוינענדער געשעעניש
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2832

יאיר האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, סופר ומונה, און א דאנק פאר'ן באשרייבן. א קליין תיקון טעות: די געשיכטע האט פאסירט מיט מייקל שערמער, דער זעלבסט דערקלערטער אולטימאטער סקעפטיקער.

:oops: כ'האב פאראכטן דעם טעות.
דורך סופר ומונה
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:07 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: אטעאיסט מייקל שערמער איבערראשט פון שטוינענדער געשעעניש
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2832

אטעאיסט מייקל שערמער איבערראשט פון שטוינענדער געשעעניש

דער בארימטער עטעאיסט מייקל שערמער דערציילט איבער א מאדנער געשעעניש וואס האט אים באטראפן מיט עטלעכע חדשים צוריק, אויף וועלכער ער האט נישט קיין געהעריקער דערקלערונג. יוני 25, 2014, האט שערמער חתונה געהאט מיט זיין ווייב, דזשעניפער גראף, פון דייטשלאנד. גראף איז דערצויגן געווארן דורך איר מוטער; איר זיידע...
דורך סופר ומונה
זונטאג אפריל 27, 2014 7:59 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מנהג שטות אדער מקור
רעאקציעס: 72
געזען געווארן: 8464

אי איתמר האט געשריבן:איז דא א מקור צו די שטארק אויפגעכאפטע מנהג צו קויפן בלומען ער"ש?

דוכט זיך אז דער מנהג ווערט געבראכט אין 'חתם סופר'.
דורך סופר ומונה
מיטוואך אפריל 16, 2014 10:00 pm
פארום: קונסט
אשכול: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
רעאקציעס: 47
געזען געווארן: 12050

א פרישע מאלעריי וואס איז אנגעבלעך פון באנקסי איז איצט אין די נייעס. אין דעם בילד טוט דער קינסטלער אפשפעטן פון צוגעבונדנקייט צום סמארטפאן, און ווי דאס צעשטערט אמתע מענטשלעכע קשרים.
דורך סופר ומונה
מאנטאג מערץ 31, 2014 6:43 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
רעאקציעס: 154
געזען געווארן: 40590

א 1,300-יעריקע עגיפטישער מומיע איז געפונען געווארן מיט א טאטוע וואס ווייזט דעם נאמען פון דעם ביבלישן מלאך מיכאל, געשריבן אין גריכיש - Μιχαήλ.
http://news.discovery.com/history/ancie ... 140326.htm
דורך סופר ומונה
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:49 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
רעאקציעס: 154
געזען געווארן: 40590

ניין קליינע מגילות פון ים-המלח זענען פריש אנטדעקט געווארן. די מגילות קומען פון תפילין וועלכע זענען ווארשיינלעך גענוצט געווארן דורך די איינוואוינער פון די דארטיקע היילן. רוב פון די תפילין וועלכע מען האט געפונען פון יענער תקופה פארמאגן אנדערע נוסחאות פון דעם היינטיקן מסורהשן נוסח פון דער תורה. m http:...
דורך סופר ומונה
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:34 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מעגן פרויען גיין אין תפילין וציצית?
רעאקציעס: 54
געזען געווארן: 4614

לעיקוואד , איר זענט גערעכט וועגן 'ערקתא דמסאני', אבער נישט וועגן דער צירקולאריטעט פון דער 'מינים' טענה. הרב שעכטער באציט זיך נישט צו די ארטאדאקסן וועלכע לייגן תפילין, נאר צו די קאנסערוואטיוון וואס ביי זיי איז עס געווארן ווי א סימבאל. אן ארטאדאקסישער רב מעג נוצן די כפירה פון די קאנסערוואטיוון ווי א ...
דורך סופר ומונה
מאנטאג פעברואר 03, 2014 2:12 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"
רעאקציעס: 82
געזען געווארן: 12903

גאר טרעפלעכע ווערטער אין ספר 'קב הישר' (פרק נב) איבער היפאקריטן וועלכע זענען פארנומען מיטן 'בין אדם למקום', און ווילן נישט וויסן פון דעם 'בין אדם לחברו', כאטש דער וועג ווי אזוי אפצושאצן א מענטשנס צדקות איז דווקא מיט עניני ממונות. דער מחבר, ווי זיין סדר, נוצט פאנטאסטישע געשיכטעס צו אילוסטרירן זיינע ג...
דורך סופר ומונה
מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:15 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "ירידת הדורות" א פאקט אדער א יסוד אין אמונה?
רעאקציעס: 64
געזען געווארן: 8327

'ירידת הדורות' איז דייקא א חרדישע אמונה, און ווי לעיקוואד האט שוין ציטירט שטייט אין ספר 'קהלת' פונקט פארקערט. דאס איז א טעמע פון וואס הרב נתן סליפקין האט שוין פיל גערעדט, צום ביישפיל, דא און דא . און לגבי מיין עיקר שאלה צו קען א היינטיגע מענטש מחולק זיין אויף א חתם סופר? [פארשטייט זיך איינער א בר הכ...
דורך סופר ומונה
דינסטאג יאנואר 07, 2014 1:27 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יסוד גדול איבעראל: זיך פארלייגן אויף שטותים
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 2541

קען מען אויך זאגן אז זייער לאנג צוריק האט מען געזען אוניווערסאלער מאראליטעט ווי דער עיקר, און דאס צו פארהיטן האט מען גענוצט דעם 'יסוד גדול' צו בויען דעם 'שטות' פון תורה מן השמים? די שאלה גרעניצט זיך מיט אנאכראניזם. ביז די תקופת הנאורות האט נישט עקזיסטירט אזא מושג ווי אוניווערסיאלע מאראליטעט, און בי...
דורך סופר ומונה
דינסטאג יאנואר 07, 2014 1:22 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יסוד גדול איבעראל: זיך פארלייגן אויף שטותים
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 2541

shem-tov זאגט אן אינטערעסאנטער געדאנק, און אויב דאס איז א 'יסוד גדול' האט מען דאס אוודאי געטאן אין אלע דורות. דאס ברענגט צו טראכטן: וואס זענען געווען די 'שטותים' וועלכע מען האט געפרעדיקט, זאג, צוויי הונדערט יאר צוריק? און האט מען אמאל איינגעזען אז זיי זענען שטותים, אדער זענען זיי בטעות געווארן א חל...
דורך סופר ומונה
דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:59 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: יסוד גדול איבעראל: זיך פארלייגן אויף שטותים
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 2541

shem-tov זאגט אן אינטערעסאנטער געדאנק, און אויב דאס איז א 'יסוד גדול' האט מען דאס אוודאי געטאן אין אלע דורות. דאס ברענגט צו טראכטן: וואס זענען געווען די 'שטותים' וועלכע מען האט געפרעדיקט, זאג, צוויי הונדערט יאר צוריק? און האט מען אמאל איינגעזען אז זיי זענען שטותים, אדער זענען זיי בטעות געווארן א חל...
דורך סופר ומונה
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:03 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פיקטשור פון יאר אין ניו יארק טיימס
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 1702

הארצרייסנד
דורך סופר ומונה
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:47 pm
פארום: קונסט
אשכול: יומענס אף ניו יארק
רעאקציעס: 36
געזען געווארן: 8941

שמערצלעך.