עס וואלט געקענט זיין אז איך זאל דארפן ניצען די פראסעס אף עלימינעישן לאנג און שווער, פשוט געוואר צו ווערן וואס דער עלעפאנט איז, אויב וואלט איך געווען בלינד. נו, נאך לאנגע יגיעה ווייס איך אז דאס איז אן עלעפאנט, מוראדיג. דער זעהעדיגער מענטש האט די הגדרות פון דעם עלעפאנט דורך דיירעקט פערסעפשאן. פון ביי...
יא. די תנאים פאר עוואלוציע זענען בהכרח געבויט אויף סדר. (די ען עי רעפליקעיט זיך כסדר, מוטאציעס געשעען כסדר, כאטש אויף א רענדאם וועג, כ'האף אז דו כאפסט די דיסטינקשאן). אויסער דעם, איך דארף נישט צוקומען צו עוואלושען, פיזיקס אליין האט א געוואלדיגע סדר אין זיך וואס טוישט זיך קיינמאל נישט (על כל פנים הע...
ר' מוח לעבן, ביטע זיי נישט ברוגז, אבער איך בין נישט גרייט צו אויפגעבן מיינע הגדרות אויף די וועלט און זאגן אז זיי זענען אלעס אילוזיעס. ערשטנס, ווייל דעמאלט וועל איך זיך נישט קענען טענה'ן מיט דיר, ווייל טענות באשטייען פון לאגישע מוגדר'דיגע ווערטער, און איך האלט נישט ביים זאגן טענות וואס זענען אילוזיע...
ר' קול דודי כ'האב שוין לאנג געהאפט אייך אמאל צו באגעגענען. אין אנדערע אשכולות האט זיך ביי מיר אוועקגעשטעלט אז דו ביסט אן אמתער קענער אין פיזיקס. וויל איך דיך עפעס פרעגן און זעהן צו דו קענסט מיך ארויסהעלפן. איך האב איין כלליותדיגער אי-הבנה אין דעם נושא פון עוואלוציע. אין דע ענד רעדט מען פון א נאמבער ...
אה, וועלקאם מוח שליט! כ'האב שוין געווארט זאלסט אריינקומען מאכן סדר. אלזא, לאמיר זען. קודם, בנוגע עוואלוציע, איך מיין אז דאס גיבט נאר פאר די יוניווערס א געוויסע סעט פון באשטימטע רולס וואס נאטור פאלגט עס, אבער דאס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די וואונדערליכקייט פון די רולס, ווי אזוי אלעס איז או...
לעקוואד, מאך מיר אביסעל ריסערש אויב די מכירה איז חל און בערך וויפיל עולם הזהדיגע דאלרען סאיז ווערט אין איך וועל בידען אויף די פרייז וואס די וועסט באשטעטיגען. (פאר דיין ארבעט צאל איך $20 א שעה כמעולם) פון מיין ריסערטש (עס האט נישט אפילו גענומען קיין האלבע סעקונדע. רעכן וויפיל דאס קאסט) איז אויסגעקומ...
ראביי הוגה, כנראה לי אז Bacon וויל זאגן אז ווען מען טראכט גענוג טיף וועט מען נישט זיין קיין אפיקורס. אפיקרוסות קומט פון אביסל מחשבה. עס איז די זעלבע געדאנק וואס דער גרויסער פייטן Alexander Pope האט געשריבען אין יאר 1709, "A little learning is a dang'rous thing;/Drink deep, or taste not the Pier...
איך האב געקוקט אין וויקיפידיע. קודם האב איך געשריבען אז ער איז געווען א פרומע קריסט ווייל אזוי שטייט דא אז ער האט געהאט דריי צילן אין לעבן. איינס דערפון איז צו דינען די Church. איך האב עס פארמעקט ווייל איך זעה דא אז מאנכע טענהן אז ער איז געווען א שטארקע שטיצער פון Rosicrucians. די Rosicrucians זענען...
דאס ווארט איז נישט ר' שלמה וולבה'ס. עס איז שוין אפאר הונדרעט יאר אלט. דער פילוסוף Sir Francis Bacon , די טאטע פון די scientific method, האט דאס שוין געזאגט. וזה לשון קדשו . It is true, that a little philosophy inclineth man’s mind to atheism; but depth in philosophy bringeth men’s minds about to rel...
היכי דמי חילול ה'. אין א אשכול דא ווערט געברענגט א מעשה א קו א ווייסע' אז א איד, וואס לויטן סיפור האט אים הצדיק ר' משה פיינשטיין געהאלטן פאר כמעט א בעל רוח הקודש, האט גערעדט מיט זילזול אויף די צדקניות ויחסניות הקדושים די בנות לוט זכותם יגן עלינו. די עונש האט נישט געשפעטיגט צו קומען. ער האט איינגענומ...
בשלמא ווען דו וואלסט געזאגט בערך כמו שכתבתי לעיל אז "עס איז גאנץ גרינג פאר יעדען ספקן אנצונעמן אז מען שטראפט נישט אויף האבן ספיקות, אויב איז מען מקיים תורה ומצות, ווייל מען קען זיך לכאורה נישט העלפן ", וואלט איך פארשטאנען. אבער אז דו זאגסט "על דעת כל הצדיקים שבכל הדורות\ אז סנישטא קי...