דער זוך האט געטראפן 124 רעזולטאטן

דורך לולקע-ציבעך
דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 5:54 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מזרח'דיגן רוחניות קעגן חסיד'ישן ספיריטואליזם
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1035

יישר כוח פאר די קאמפלימענטן. mevakesh אויב כ'האב גוט פארשטאנען זענען רוב אינדיאנישע רעליגיעס קינדער אדער קוזינען פון בודאאיזם. יתכן אז כ'האב נישט גוט פארשטאנען. איך בין נישט גענוג אויסגעקאכט אין די מזרח'דיגע קולטורן צו וויסן אויב זיי זענען עובדי עבודה זרה, וועגן וועמענס הלכות איך ווייס נאך ווייניגער...
דורך לולקע-ציבעך
מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 4:52 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מזרח'דיגן רוחניות קעגן חסיד'ישן ספיריטואליזם
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1035

מזרח'דיגן רוחניות קעגן חסיד'ישן ספיריטואליזם

מיר געדענקען אלע דעם טומל מיט עטליכע יאר צוריק ארום די שייטלען פון אינדיע. אין א ווארט איז נולד געווארן אז די האר פון וואס די שייטלען ווערן פראדוצירט קומען פון טעמפלען אין אינדיע. די מתפללים וואס קומען דארט אריין זענען זיך נוהג אפצושערן די האר און עס מקדיש זיין פאר די געברויכן פונעם טעמפל. די טעמפל-...
דורך לולקע-ציבעך
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 2:50 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: ווען דער מלך איז פונעם שדה אויך אוועק
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 1140

ווען דער מלך איז פונעם שדה אויך אוועק

דעם אויבערשטן קען מען נישט מגדיר זיין אין ווערטער. "ער" איז "עפעס" וואס מ'קען נישט מקיף זיין און משיג זיין. יעדער פרואוו "אים" צו באצייכענען אויף סיי וואספארא אופן עס זאל נאר זיין איז בעצם אזא סארט אפצווייג פון מינות. ווייל איינמאל ער איז דעפינירט – דורך א מושג, ווארט, ...
דורך לולקע-ציבעך
דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:34 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: א חסידישער פלפול אין מתנגדישן התלהבות
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 587

א חסידישער פלפול אין מתנגדישן התלהבות

אין די בראשית יארן פון חסידות, ווען דער בעש"ט און זיינע תלמידים האבן אראפגעברענגט דעם נייעם אור אויף דער וועלט, איז אנטשטאנען ביי אידן א ריזיגע מחלוקת ארום דער באוועגונג. ביים צווייטן און דריטן דור פון די תלמידי הבעש"ט האט די מחלוקת געפלאקערט עד לב השמים. די חסידים זענען באשולדיגט געווארן ...
דורך לולקע-ציבעך
מיטוואך יוני 10, 2015 6:38 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שלום עליכם, איך
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 578

יישר כוח ברסלבער . ברוך שכוונתי לדבריך. טאמבל סאס , אין דיין משל טוט דעם מענטש וויי אז עפעס צו *אים* געשען. קענסט זאגן אז זיין איך איז באטראפן געווארן פון דער געשעעניש - וואס איז אבער נישט געשען צום עצם פון זיין וועזן. וואס איז דען דער איך אויב נישט צונויף געבונדן פון א רייע מעלות און חסרונות, פיזיש...
דורך לולקע-ציבעך
מיטוואך יוני 10, 2015 6:16 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 3194

הערליך שיין, ברסלבער :like
דורך לולקע-ציבעך
מאנטאג יוני 08, 2015 6:29 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שלום עליכם, איך
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 578

שלום עליכם, איך

פון וואס באשטייט א מענטש? ווער איז ער? פון וואס באשטייט זיין וועזן? דער מענטש איז נישט דער קערפער אין וועלכן ער וואוינט – וואס איז מער אזא דירה אין וועלכער ער האלט זיך צייטווייליג אויף. ווען עמיצער ווערט געשעדיגט, זעט ער זיך נישט ווי א צעקליעטשעטער "איך", נאר ס'איז מער דומה צו א שטוב אין ד...
דורך לולקע-ציבעך
דינסטאג מאי 05, 2015 6:16 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: לינק אויף רעכטס
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 368

לינק אויף רעכטס

ווערטער האבן א טייטש. יעדעס ווארט האט א משמעות. ווען איך זאג "קאמפיוטער", קומט אינעם מוח אויף א בילד פון דער כלי אויף וועלכער די שורות ווערן יעצט געשריבן. א ווארט איז אבער נישט קיין טיפע פשט'ל – עס מיינט וואס עס מיינט און איז טייטש וואס ס'איז טייטש. אנדערש ווי א פאראגראף, וואס קען געשריבן ...
דורך לולקע-ציבעך
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:56 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארשוואונדענע ניקס, וואו זענט עטץ?
רעאקציעס: 1723
געזען געווארן: 236619

כ'בין נישט פארשוואונדן. האסט מיך פשוט נישט געזען. עיין דא פון [tag]ונבנתה העיר[/tag] ותמצא נחת :D
דורך לולקע-ציבעך
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:53 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: חכמה = טאלערענץ
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 4600

ונבנתה!!!
כ'דארף שוין היינט נישט קיין לאנטש און נאכטמאל :like :)
דורך לולקע-ציבעך
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:48 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארשוואונדענע ניקס, וואו זענט עטץ?
רעאקציעס: 1723
געזען געווארן: 236619

דורך לולקע-ציבעך
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:47 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: העלפן דעם מלך ארויסקריכן פונעם משל
רעאקציעס: 28
געזען געווארן: 3550

העלפן דעם מלך ארויסקריכן פונעם משל

יעדער היינט קען דעם משל מיט יענעם מלך, וואס איז מיט הונדערטער און הונדערטער יארן צוריק איינגעשפאנט געווארן אין דער ארבעט פון נאענטער ברענגען צום שכל פונעם מענטש כל'ערליי באגריפן און השגות איבער ג-ט און ג-טליכקייט. יעדעס מאל מ'וויל אילוסטרירן עפעס וועגן אזא אדער אן אנדערן שייכות פונעם אויבערשטן מיט א...
דורך לולקע-ציבעך
דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:16 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: סייגים אויף איסורים, נישט גדרים אויף מענטשן
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 418

סייגים אויף איסורים, נישט גדרים אויף מענטשן

דער ענין פון "בחירה" איז א פאקט פונעם מענטשליכן לעבן. יעדער געזונטער מענטש האט אין זיך צוויי כוחות, וואס שלעפן אים אהער און אהין. דער "אהער" און "אהין" קענען זיין אנדערע זאכן, אין אנדערע ריכטונגען. עס ווענדט זיך אינעם מענטש און די כללים פון דער סביבה אין וועלכער ער געפי...
דורך לולקע-ציבעך
דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:16 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: ווען דער "בעקאפ" דרייוו קומט אריין אין בילד
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 756

* עס ווערט פארגעסן - טייטש: עס פארשווינדט פונעם זכרון. עס ווערט אבער נישט פארלוירן. ערגעץ וואו בלייבט עס איבער. אזוי האלט די מאדערנע פסיכאלאגיע. אונטער היפנאסיס שווימען ביים מענטש אויף זכרונות איבער זאכן וואס ער האט שוין לאנג פארגעסן. * יעדע איבערלעבעניש לאזט איבער א צייכן אויפ'ן מענטש'ס פסיכיק, ווא...
דורך לולקע-ציבעך
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 5:28 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: ווען דער "בעקאפ" דרייוו קומט אריין אין בילד
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 756

ווען דער "בעקאפ" דרייוו קומט אריין אין בילד

יעדער אקט וואס א מענטש טוט, יעדע איבערלעבעניש וואס א מענטש האט, יעדער דורכגאנג, יעדע ערפארונג, אלעס וואס ער זעט און הערט - אלעס ווערט רעקארדירט אינעם מוח. א קאפי דערפון ווערט אוועקגעלייגט אינעם הינטערן-באוואוסטזיין, וואו עס בלייבט זיצן לעולם וועד. פונעם זכרון קענען זאכן פארגעסן ווערן. און זאכן האלטן...
דורך לולקע-ציבעך
פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:09 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: בעש"ט: נישט נשתכח, נאר נישט פארשטאנען
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 2882

ממרום שלח אש , די נקודה איז נישט אן אי-ידיעה אזוי ווייט ווי אן אי-השגה. דער פשט איז אז דער בעש"ט איז גרעסער ווי דעם פלאץ וואס השגה נעמט אויף אין אונזער פסיכיק. און ווי כ'האב אנגעוויזן: דער בעש"ט האט ערנסט צעשאקלט דעם יסוד פון יהדות, אבער למעשה אים כמעט נישט בארירט. ער האט ווי איבערגעמאכט ...
דורך לולקע-ציבעך
פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 11:10 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: בעש"ט: נישט נשתכח, נאר נישט פארשטאנען
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 2882

סאו וואט האט געשריבן:איז דער בעש"ט אזוי ווי איוב, בלויז א משל, כדאיתא במדרשים.

באמת פאראן אזא דעה, אדער דו זאגסט עס בתורת מליצה?
דורך לולקע-ציבעך
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 6:04 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: בעש"ט: נישט נשתכח, נאר נישט פארשטאנען
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 2882

ראש הישיבה , איר זענט גערעכט. באמת האב איך נישט געשריבן וואס דער בעש"ט איז יא געווען, נאר אז איך ווייס נישט און אז כ'האב באקומען דעם זעלבן איינדרוק נאכ'ן לייענען עטליכע ספרים אויף דער נושא און רעדן מיט מענטשן וואס קענען די סוגיא בעסער ווי איך. אבער, אייער באמערקונג איז ריכטיג והנה: איך ווייס נ...
דורך לולקע-ציבעך
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 4:05 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: בעש"ט: נישט נשתכח, נאר נישט פארשטאנען
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 2882

בעש"ט: נישט נשתכח, נאר נישט פארשטאנען

יעדער ווייסט און יעדער וואס ווייסט זאגט, אז דער בעש"ט איז געווען א חידוש וואס קומט אויף דער וועלט אראפ איינמאל אין טויזנט יאר. אפשר ביי די גאר עקשנות'דיגע ישיבה'שע קרייזן האלט מען נאך היינט נישט ממש אזוי, אבער איבער דער וועלט בכלל, אפילו נישט דער נישט רעליגיעזער און אפילו דער נישט אידישער, ווער...
דורך לולקע-ציבעך
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:44 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: דער תענוג פון ביטול היש
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 1479

אוודאי איז ביטול היש א תענוג, אבער פארוואס עפעס נאר דורך דביקות? ס'איז נישט נאר דורך דביקות. עס זענען פאראן מערערע וועגן ביז אהין. פארוואס כ'האב זיך אפגעשטעלט דווקא אויף דביקות, ווייס איך אליין נישט... דער אמת איז אבער אז ס'איז נישט קיין נפקא מינה וויאזוי, אזוי לאנג ווי מען קומט אן אהין. דארט אליין...
דורך לולקע-ציבעך
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:54 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: דער תענוג פון ביטול היש
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 1479

דער תענוג פון ביטול היש

כמעט יעדע פסיכישע ווייטאג וואס א מענטש פילט, איז א תוצאה פון דעם מענטש'ס ערווארטונגען. א מענטש ווערט אנטוישט, ווייל ער האט זיך באשטימט אן אנדערן אויסגאנג. א מענטש ווערט צעבראכן פון א דורכפאל, ווייל ער האט געוואלט מצליח זיין. ווען מען קוקט אביסל מער אריין, געפינט זיך דער יסוד פאר אלע יסורי נפש אינעם ...
דורך לולקע-ציבעך
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 3:10 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: דער טעכנאלאגישער לא-זכו
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 704

[tag]דער (פינטעל) איד[/tag], א דאנק.

[tag]יאנקל[/tag], קענסט דאך די מעשה מיט יענעם מיט דער לאנגער בארד וואס האט אליין נישט געוואוסט צי ער לייגט ביים שלאפן די בארד העכער אדער אונטער דער דאכענע :קראץ:
דורך לולקע-ציבעך
מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 6:36 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: דער טעכנאלאגישער לא-זכו
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 704

דער טעכנאלאגישער לא-זכו

די גמרא אין סנהדרין זאגט אויפ'ן פסוק אין ישעי' "אני ה' בעתה אחישנה": "זכו אחישנה; לא זכו -- בעתה." אויב דער דור וועט דערצו זוכה זיין, וועט דער רבונו של עולם צואיילן די גאולה און זי ברענגען פריער ווי די געפלאנטע צייט. ס'איז נישט קלאר פון חז"ל וויאזוי די פאסט-גאולה וועלט גייט ...