דער זוך האט געטראפן 93 רעזולטאטן

צוריק צו פארגעשריטענע זוך

דער רמב"ם אין מורה נבוכים גייט אויך ענדליך צו דעם. ער איז מסביר אז די וועלט ווערט געפירט דורך די חוקי הטבע (השגחה כללית) און רוב מענטשן (און אלע בעלי חי און צומחים) האבן נישט קיין עקסטערע השגחה פרטית. אבער ווי מער א מענטש ווערט נענטער צום באשעפער, איז ער זוכה צו א נענטערע השגחה פרטית. ער מאכט ...
דורך תחכמוני
פרייטאג אפריל 03, 2020 10:54 am
 
פארום: פאעזיע
אשכול: אוֹי גָאט, עוֹלָמְךָ חָרֵב בַּעַדְךָ
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2588

אין דעם אז דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ג) באגרעניצט ידיעת ה׳ [״יודע כל יצר״] אז עס איז נישט מגעת אל הפרטיים [דער פייטן, פארוואס? , שרייבט דאס דאך בגדר שאלה] אבער דאך ווערט דאס נישט גערעכענט ווי א ליאות וחסרון בזה אז ער איז א ״כל יכול״. ווי באקאנט, טאמער נעמט מען אן אזוי איז די פראבלעם פון שלעכטס ...
דורך תחכמוני
פרייטאג אפריל 03, 2020 10:04 am
 
פארום: פאעזיע
אשכול: אוֹי גָאט, עוֹלָמְךָ חָרֵב בַּעַדְךָ
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 2588

אזוי ווי לעיקוואד רעדט ארום אביסל צו מען מעג ארויסגיין אין גראסערי אין די צייטן, וויל איך דא מודיע זיין אז עס זענען דא עטליכע גראסעריס ווי מען קען באשטעלן (אויפן טעלעפאן, אויף אימעיל אדער אויפן געוועב) און זיי דעליווערן. איך ווייס נישט דעם מצב אין יעדן שטאט, אבער מען זאל זיך נאכפרעגן ביי די גראסעריס...
דורך תחכמוני
פרייטאג אפריל 03, 2020 9:49 am
 
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א שיעור און מקורות קלאר מאכן מציאות און הלכה - קורונה
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 550

א גרויסן יישר כח פאר די שיינע ארבעט. עס איז מיר אינטערעסאנט געווען צו לייענען ווייל אין די אינגע יארן בין איך געווען א גרויסן חסיד פונעם מלבי"ם און איך פלעג לייענען אלע זיינע ספרים. ר' יודל ראזענבערג איז באקאנט מיט זיינע זיופים. ער איז אבער געווען א סטאריטעלער פאר עקסעלענס. על כל פנים האט ער או...
דורך תחכמוני
פרייטאג אפריל 03, 2020 12:53 am
 
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר?
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 3428

איך הער וואס איר זאגט, אבער וואס ווילט איר איינער זאל טוהן וועגן די וואס גייען שטארבן? קויפען א לייף פאליסי איז שוין אויך צו שפעט. איך כשלעצמי האט מער מורא פין וואס וועט קומען נאך קאראנא ווי יעצט. איך בין נאר מעורר אז עס זענען דא מענטשן וואס זענען נאך אלס נישט גענוג איבערצייגט אין דער סכנה פונעם וו...
דורך תחכמוני
פרייטאג אפריל 03, 2020 12:25 am
 
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א שיעור און מקורות קלאר מאכן מציאות און הלכה - קורונה
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 550

איך האב נארוואס געלייענט דעם ארטיקל און זייער הנאה געהאט. דו האסט ארויסגעברענגט אז עס זענען דא צוויי וועגן וויאזוי אנצוקוקן אונזער יחס צו די גויים. אדער אז די אידן זענען א מדרגה העכער פון די גוים, אדער אז די גוים זענען נידעריגע ברואים וואס זענען אפשר בכלל נישט בגדר אנושי. איך מיין אז די צוויי אויסקו...
דורך תחכמוני
פרייטאג אפריל 03, 2020 12:22 am
 
פארום: דער וועקער
אשכול: יעקב שונא לעשו - וועקער #17
רעאקציעס: 37
געזען געווארן: 4491

זייער שיין ארויסגעברענגט. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אפילו אויב מיר האלטן זיך אלע צו די רעגולאציעס פון יעצט און ווייטער, זענען שוין ליידער דא הונדערטער מענטשן וואס זענען שוין אנגעשטעקט געווארן מיט דער ביטערער מחלה און ליגן אין ICU. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערעם אשכול, ווייזט דער מצי...
דורך תחכמוני
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:19 pm
 
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א שיעור און מקורות קלאר מאכן מציאות און הלכה - קורונה
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 550

אנשטענדיגע ייוד : ביזט גערעכט אז אונזערע רביס האבן נישט געהאלטן פונעם אשכול עפענער'ס רמב"מיסטישע מהלך אין אידישקייט, און ס'איז קלאר אז זיי זענען גערעכט געווען און נאך מיט א שמיץ אריבער. נישט נאר וואס אידישקייט איז אויך קולטור, גאנץ אידישקייט איז נאר קולטור, די 'אי אפשי' מהלך איז א שפעטערדיגע ע...
דורך תחכמוני
מיטוואך אפריל 01, 2020 10:36 pm
 
פארום: העמק דבר
אשכול: ר' איד דו ביזט נישט קיין שומר תורה ומצוות!
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 2016

איך האלט אז קבלה איז אסאך שולדיג אין דעם. פאר קבלה איז געווארן אזוי אנגענומען צווישן די אידן האבן רוב מפרשים געזוכט צו געפונען ראציאנאלע פשטים פאר די טעמי המצוות. קבלה, דאקעגן, האט פרובירט צו זאגן מער מיסטישע פשטים אין די טעמי המצוות. א שטייגער ווי אלע מצוות וואלטן געווען קנעפלעך וואס ווען מען דרוק...
דורך תחכמוני
מיטוואך אפריל 01, 2020 2:16 pm
 
פארום: העמק דבר
אשכול: ר' איד דו ביזט נישט קיין שומר תורה ומצוות!
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 2016

רביה"ק, דאס איז מער א שפעטערדיגע התפתחות פונעם ווארט דרך ארץ. ווען די משנה באנוצט זיך מיט דעם, מיינט עס בדרך כלל פרנסה. קוק דא יישר כח פארן לינק. איך האב שנעל דורכגעבליקט און עס זעהט מיר נישט אויס ווי ער טרעפט א קלארע משנה (נישט א מדרש אדער גמרא) ווי דרך ארץ מיינט נישט פרנסה. ער פרובירט אבער צ...
דורך תחכמוני
מיטוואך אפריל 01, 2020 2:07 pm
 
פארום: העמק דבר
אשכול: ר' איד דו ביזט נישט קיין שומר תורה ומצוות!
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 2016

מ'לייענט היינט ווי אידן זענען געווען להוט נאך ע"ז בזמן הבית, און ס'איז שווער צו פארשטיין. אין עטליכע הונדערט יאר ארום ווען מ'וועט באשרייבן אונזער היינטיגע תקופה, וועט מען נישט קענען פארשטיין ווען מ'וועט שילדערן אז ווי מער א מצוה האט געמאכט סענס פאר'ן שכל האט מען מזלזל געווען דערין, און ווי מער...
דורך תחכמוני
מיטוואך אפריל 01, 2020 1:39 pm
 
פארום: העמק דבר
אשכול: ר' איד דו ביזט נישט קיין שומר תורה ומצוות!
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 2016

רביה"ק, דאס איז מער א שפעטערדיגע התפתחות פונעם ווארט דרך ארץ. ווען די משנה באנוצט זיך מיט דעם, מיינט עס בדרך כלל פרנסה.
דורך תחכמוני
מיטוואך אפריל 01, 2020 1:14 pm
 
פארום: העמק דבר
אשכול: ר' איד דו ביזט נישט קיין שומר תורה ומצוות!
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 2016

וזה דרך ארץ קדמה לתורה. עס איז אויך כדאי אנצומערקן דא אז ווען די משנה באנוצט זיך מיטן ווארט דרך ארץ מיינט דאס בדרך כלל דאס ארבעט. אזוי ווי מיר טרעפן אין אבות "רבן גמליאל בנו של רבי יהודה הנשיא אומר, יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ , שיגיעת שניהם משכחת עון. וכל תורה שאין עמה מלאכה , סופה בטלה וגוררת ...
דורך תחכמוני
מיטוואך אפריל 01, 2020 12:54 pm
 
פארום: העמק דבר
אשכול: ר' איד דו ביזט נישט קיין שומר תורה ומצוות!
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 2016

גערעכט. די שטודיע וועלכע איך ציטיר איז זייער פארנומען מיט דעם. איך האב נאר נישט געוואלט צופיל מאריך זיין. אבער זיי מאכן קלאר אז אן קיין ערענסטע שריט וועלן שטארן 2.2 מיליאן מענטשן אין אמעריקע פונעם ווירוס אליין . זיי שטרייכן אונטער אז חוץ פון דעם וועלן שטארבן אן אומגעהויערן צאל פון מענטשן וויבאלד זיי...
דורך תחכמוני
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:42 am
 
פארום: וויסנשאפט
אשכול: קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 2711

ר' איד דו ביזט נישט קיין שומר תורה ומצוות!

איך האב גערעדט אמאל מיט א איד וואס האנדעלט מיט שוואכע בחורים. דערציילט ער מיר אז ער האט אמאל געהאנדעלט מיט א בחור וואס ער האט זיך געדארפט בעטן ביי אים אז ער זאל לייגן תפילין יעדן טאג. איין טאג קומט דער בחור אריבער צו אים וויינענדיג מיט בכיות נוראות אז ער האט געטוהן א געפערליכע זאך און ער קען זיך ניש...
דורך תחכמוני
מיטוואך אפריל 01, 2020 11:34 am
 
פארום: העמק דבר
אשכול: ר' איד דו ביזט נישט קיין שומר תורה ומצוות!
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 2016

איך האב נישט ממשיך געווען ווייל עס האט מיר אויסגעקוקט אז דער סופליי איז גרעסער ווי דער דימענד. אדרבה. פון דעם זאלסטו נעמען חיזוק אז די ערך און ״פרייז״ דערפון [פון דיינע תגובות] איז הויך און דערפאר איז די דימענד ווייניגער, עפ״י די געזעץ פון דימענד אין [מייקרא]עקאנאמיקס. ‏ ועיין כאן . אם תבקשנה ככסף ...
דורך תחכמוני
דינסטאג מערץ 31, 2020 1:01 pm
 
פארום: וויסנשאפט
אשכול: קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 2711

ווען ביסטו ממשיך ווייטער? איך האב נישט ממשיך געווען ווייל עס האט מיר אויסגעקוקט אז דער סופליי איז גרעסער ווי דער דימענד. למעשה איז דא שכלדיגע הסבר צו די הויכע טויט ראטע אין איטאליע? אזוי ווי איך שוין פריער אנגעמערקט איז דער IFR די זעלבע איבער אלע באפעלקערונג. דער IFR ווענדט זיך אבער אין דער עלטער פ...
דורך תחכמוני
דינסטאג מערץ 31, 2020 10:48 am
 
פארום: וויסנשאפט
אשכול: קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 2711

נעכטן האב איך געשריבן אביסל איבער דער מעסטונג וואס רופט זיך IFR. דאס איז א מעסטונג וואס רעכנט וויפיל פראצענט פון מענטשן וואס האבן דעם ווירוס שטארבן פון דעם. פארשטייט זיך אליין אז אויב וויל מען רעכענען וויפיל מענטשן גיין שטארבן פונעם ווירוס, איז גאר וויכטיג צו האבן אן אקוראטן נומער פונעם IFR. צו אויס...
דורך תחכמוני
זונטאג מערץ 29, 2020 10:42 am
 
פארום: וויסנשאפט
אשכול: קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 2711

קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס

פאריגע וואך מוצאי שבת רעדט איך אויפן טעלעפאן מיט מיינס א באקאנטער, פרעגט ער מיך "וואס האלטסטו פון דער פאניק וואס די מידיע זייעט אן איבערן קאראנעווירוס?" זאג איך אים, "איך הער זיך גאנץ ווייניג צו צו די מידיע, אבער די סייענטיסטן ווארענען אז מיר האנדלען דא מיט א שעדליכן ווירוס וועלכער אי...
דורך תחכמוני
זונטאג מערץ 29, 2020 12:54 am
 
פארום: וויסנשאפט
אשכול: קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 2711

דא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד. אודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה. אהא, פון די המשך הגמרא וואס זאגט "ודיקא נמי דכתיב כן ישיש ולא כתיב ישוש שמע מינה" האט מיר אויסגעזעהן אז ס'א...
דורך תחכמוני
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:56 am
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שואל כענין - קושיות ותמיהות
רעאקציעס: 843
געזען געווארן: 74215

יאיר האט געשריבן:און שלום עליכם תחכמוני, דער עולם בענקט זיך נאך דיר.

פון דיר האב איך געוואוסט. אבער ווער ביזטו צו רעפרעזענטירן די עולם? 8-)
דורך תחכמוני
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:08 pm
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שואל כענין - קושיות ותמיהות
רעאקציעס: 843
געזען געווארן: 74215

לויט די דאזיגע ווערטער שטעלט זיך ארויס אזא מציאות: דער גאנצער כדור הארץ איז ביזן צווייטן טאג געווען אנגעפילט גענצליך מיט וואסער, ביז אויבן ארויס פון די אטמאספערע, נישט לאזנדיג פלאץ פאר לופט (ליתר דיוק: עס איז געווען א כדור פון ערד, און העכער דעם אפגערוקט טויזנטע מייל ווייט איז געווען א כדור ארום או...
דורך תחכמוני
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:06 pm
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: קושיות ועיונים לסדר בראשית
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 616

צוויי וואכן צוריק האמיר געלייענט אין די תוכחה, די שרעקליכע פסוק: והיה כאשר שש ה' עליכם להיטיב אתכם ולהרבות אתכם כן ישיש ה' עליכם להאביד אתכם ולהשמיד אתכם ונסחתם מעל האדמה אשר אתה בא שמה לרשתה. די פסוק אויבערפלעכליך איז שרעקליך, נאך די אלע צרות וואס די תוחכה רעכענט אויס גייט נאך די באשעפער אונזער פא...
דורך תחכמוני
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:26 pm
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שואל כענין - קושיות ותמיהות
רעאקציעס: 843
געזען געווארן: 74215

ממי_שאמרו האט געשריבן:ווייל דא רעדט מען דאך די מעשה אז ער האט יא ״איינגעזעהן״ מיט זיינע פליישיגע אויגן אז חז״ל זענען גערעכט.

דאן איז מיין פריערדיגע תגובה נאך אלץ גילטיג. עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים?
דורך תחכמוני
דינסטאג אפריל 16, 2013 9:34 am
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: דרשות חז"ל וסיפורי מעשיות
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 5215

חאצקל, אויב איך מעג ענטפערן אנשטאט יידל, רוב אמאליגע פילאזאפן האבן טאקע געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג אויף איין זייט, און נישט אז מ'וואוינט אויף אלע זייטן, ווי עס שטייט אין ירושלמי עבודה זרה, "א"ר יונה, אלכסנדרוס מקדון כד בעא מיסק לעיל והוה סלק וסלק סלק עד שראה את העולם ככדור ואת הים כקע...
דורך תחכמוני
דינסטאג אפריל 16, 2013 9:06 am
 
פארום: היסטאריע
אשכול: די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?
רעאקציעס: 50
געזען געווארן: 10315
פריערדיגענעקסט

צוריק צו פארגעשריטענע זוך