ביי די וועי ןזאת למודעי אז מהר"א און מהרז"ל האבן זיך פאראייניגט ווען ס'איז געקומען צו מציצה און ווען ס'איז געקומען צום פראטעסט פון גיוס ביי די פרעזענליכע שווערע מצב פון מענטשן איז עפעס א נפק"מ צו זיי קריגן זיך ס'מאכט עפעס בעסער די מצב אדער ערגער איך שאץ אז דו האסט נישט גוט ארויסגעברע...
אז מרעדט שוין. מדארף מוחה זיין אויף די ניבול המת וואס ווערט פראקטאצירט טאג איין טאג אויס און מרעדט דא נישט דוקא דורך די עוכרי ישראל הציונים נאר דוקא פון אונזערע אידן אחים לדעה אנ"ש שהתאבקו בעפר רגליו הטהורים של אותו זקן נעמליך אז לויט די מיינונג פון די מומחים, פון די זעלבע סארט וואס טרעפן א העכ...
אבער דאס וואס מצוימט דיך צו מאכן דרשות הלכה למעשה איז די פשט אז ס'ווערט נישט פאררעכנט ווי קיין אמת מלאזט דיר נאר אויסנוצן דיין ארטיסטישע טאלאנטן דארט ווי ס'נישט נוגע הלכה למעשה, נו אז ס'ליגט דערין ארט האב איך נישט קיין טענות.
נהורא נפישא, עס פעלט נישט קיין דרשות אין חז"ל וואס זענען גאר ווייט פון פשט. דאס האט מען שוין ערגעץ געשמועסט אין שטיבל, און אין מיין תגובה האב איך געברענגט עטליכע דרשות חז"ל וואס זענען בלי ספק נישט עומק הפשט, משא ודומה זענען נעמען פון שטעט און בשום דרך פשטיי נישט כל השותק אדער עפעס. און שי...
בזמן הראשונים איז נישט געווען אזא דזשאנרע בכלל ס'איז א המצאה פון שפעטערדיגע ס'פארשטייט זיך נישט דא קיין שום אמת אין די סארט אזויגערופענע דרושים און רובא דרובא פון זיי ליגט אפילו נישט קיין שום ארט ווען ס'ווערט סיסטעמאטיש איבערגעקייט אויסגעדראשענע חקירות אויב יידן פאר מתן תורה האבן געהאט א דין פון בני...
די רמב"ם אין מערערע פלעצער איז אן אויסגעשפראכענע קעגנער פון די דעה אז די אויסגאנג פונעם מענטש איז פאראויס באשטומט מיט דעם אלעם איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ער האט דאס נישט אראפגעשטעלט אלס איינע פון די עקרי אמונה ווידעראום ר' חסדאי קרשקש אין ספר אור השם איז יא אן אנהענגער פון דיטערמאניזם ס'איז אב...
פארוואס שטעלט זיך אפ דעטערמיניזם ביים באשטראפן א פארלעצער? וויאזוי קען א דעטערמיניסט בכלל האבן טענות אז מ׳באשטראפט שלא ביושר, אלעס איז דאך פראגראמירט פון פאראויס. דער פאליס דער זשאזש די תפיסה אלעס איז פון פאראויס באשטימט. און דעבאטירן סימפאטיע פאר א רשע וויבאלד איך ווער געוואויר אז ער איז נישט שולד...
ידיעה ובחירה איז א פראגע וואס ווערט שוין באהאנדעלט אין פריערדיגע פיליזאפישע ווערק אריינגערעכנט אין אידישע פיליזאפישע ספרים הגם פון אינזער אויפפאסונג איז מער פארשטאנדיג די צד פון בחירה און די פראבלעם ליגט ענדרעש אינעם צד פון ידיעה פארשידענע דענקער מערקן אבער אן אז גענוי ווי אלע פאסירונגען זענען פאראו...
דער רעיון פון הסתגפות איז א נוצרישע, חז"ל און אנדערע מער תלמודיש-אוריענטירטע ראשונים זענען שארף דערקעגן, די חסידי אשכנז זענען די וואס האבןפארגעשטעלט אויך דעם רעיון פון הסתגפות ותעניתים לשם כפרה אין די אשכנזישע טראדיציע, דער נודע ביהודה אין א תשובה מאכט אוועק די ענין פון תעניתים לשם כפרה נישט גע...
הוגה לויט ווי איך פארשטיי ווילסטו מברר זיין אויב סאיז בכלל פארהאן אזא זאך ווי א מושג רוחני וואס איז אינגאנצן נישט פארבינדן מיטן מאטיריאליסטישע וועלט און וואלט טעארעטיש געקענט עקזעסטירן אומאפהענגיג פון די גאנצע ישות פון די יקום פאר איך גיי ערקלערן פארוואס איך פארשטיי נישט די עצם חקירה פון די נומערן ...