הג"ר אהרן לעווין אבד"ק סאמבור (שפעטער אבד"ק ריישא) וויל עפענען א נייעם תלמוד תורה וואו מ'וועט לערנען תנ"ך, הויפט ידיעות אין תלמוד בבלי, און אזוי אויך שפת עבר ודקדוקה. כדי צו קענען זיין אן אנגעשטעלטער אין דעם מוסד מוז מען פירן א חרדיש לעבן, און מ'דארף האבן דאקומענטן פון העברעאישע ...
גייענדיג אין לבונה זכה 'ס פיסטריט, האב איך געבלעטערט אין דעם "מחזיקי הדת/קול מחזיקי הדת", און כ'האב געפונען עטליכע אינטערעסאנטע אויסשניטן וועלכע זענען כדאי דא נאכצוברענגען. וואס איז דאס "מחזיקי הדת"? לאמיר איבער'חזר'ן וואס לבונה האט געשריבן: אין די סוף תרל'ס זענען די פרומע ארטאדא...
א ריכטער אנערקענט אז דער 57-יאר אורטייל פאר א פארברעכער איז נישט יושר'דיג, און פירט א קאמפיין צו פארגיטיגן דעם אומרעכט: NYTimes: Citing Fairness, U.S. Judge Acts to Undo a Sentence He Was Forced to Impose http://nyti.ms/1l7MFOB
איינער האט דא פריער אין דעם אשכול דערמאנט (כ'האב עס נישט געקענט יעצט טרעפן) אז אין די ערשטע יארן פון די כ"א כסליו מסיבות איז עס כאילו נישט געווען אינגאנצן מיט דער צושטימונג פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל. דאס איז בכלל נישט אמת. אין די געזונטע יארן פונעם רבי'ן, ווען ער האט אוועקגעשטעלט זיינע ...
איך בין נישט אינגאנצן אויסגעקאכט אין דער מאריכואנא סוגיא, אבער ווי עס קוקט מיר אויס איז די טענה אז מאריכואנא איז נישט גורם קיין צוגעבונדנקייט (אדיקשאן), און איז בעצם נישט מער שעדליך ווי אלגעמיינע ציגארעטלעך. דאס אז די רעגירונג מישט זיך אריין אין פריוואטע מענטשנ'ס לעבנס און פארבאט עפעס וואס איז נישט ...
שבתי וראיתי ס'איז נישט אזוי פשוט וואס די ממשלה טענה'ט דא. דאס איז דאך ברור אז יעדע ראיה האט א שאנס צו זיין שקר, און מהאי טעמא איז טאקע נישטא קיין זאך וואס מ'ווייסט הונדערט פראצענט אז ס'איז אמת. אבער ווען איך ברענגע א ראיה מיינט דאס אז לעת עתה איז דאס די בעסטע וועג ווי אזוי צו אפלערנען די סיטואיציע....
אז מ'רעדט פון ר' דוד יהודה אייזנשטיין, איך האב גראדע אין באזיץ זיין סעריע אוצר ישראל, ווי ס'איז דארט פארהאן היבש קאנטערווערסיאלע טעמעס, ס'איז אבער מאדנע ביז גאר אז די ספר האט הערות צום סוף פון אזעלכע פרומע רבנים ווי הגאון רידב"ז און הגר"ח ברלין לענגאויס דעם גאנצן ספר, ווי אויך זענען זיי א...
אפלאדירן מיינט דא אן קיין צווייפל קלאטשן מיט די הענט. מ'רעדט דא פון הרב דוד זינגער, וועלכער האט גערעדט, נישט געזינגען, פאר די פרויען. עס איז כדאי צוצולייגן וואס הערץ פרענקל דערציילט, און וואס ער האט געשריבן אין זיין קאלום אין "עמי" עטליכע יאר צוריק, אז ער פלעגט יעדעס יאר רעדן צו די פרויען ...
הרב אפרים אשרי ז"ל, רב דביהמ"ד הגדול ניו יארק, שרייבט א בריוו, און ציטירט פון דעם באקאנטן משכיל ר' יהודא דוד אייזנשטיינ'ס "אוצר זכרונותי". 46.JPG פייגע טייטלבוים, סאטמארער רביצין, לאדנט צו דער יערליכער פארטי לטובת סאטמארער ביקור חולים "וואס וועט פארקומען אי"ה דינסטאג, ד...
זייער שיין און רייך באשריבן, הוגה . דיינע מסקנות זענען שטארק אין איינקלאנג מיט מיינע, וויבאלד דער אריגינעלער ארטיקל פון קרן זעט מיר אויס צו זיין טיילווייז געבויט אויף שפעקולאציעס וועלכע זענען נישט גענוג באפעסטיגט אין היסטארישער ווירקליכקייט, האב איך הנאה אז דו האסט זיך בעיקר באצויגן צו די קלארע דאקו...