א היימישער איד קען זיך אוועקזעצן ביי סיי וועלכע שבע ברכות, די מהדרין קענען אפילו אנבינדן די שפיץ טישטעך ארום דעם האלז, מעשה ביב, און אכל'ען ממצרים ועד הנה, פון די האלבע קענטעלאפ, א ראפאגאש בארכע, די בלינטשע באגאסן מיט כמהין ופטריות, הייסע סקוואש זופ, פלייש-אדער-פיש-אדער-ביידע איש איש לפי אכלו תאכעסו...