דער זוך האט געטראפן 1179 רעזולטאטן

דורך קופערניקוס
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:10 am
פארום: שלום עליכם!
אשכול: איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן
רעאקציעס: 142
געזען געווארן: 62395

אכשיר דרא, בארוהיגט אייך. קיינער וועט נישט ווערן פארכאפט פון די אומבאלומפערטע רייד זייערע. אויב איז יא דא אזא סכנה וועסטו זיין דער וואס זאל עס באלאנסירן מיט דיינע שיינע און סברה'דיגע רייד. די סכנה פון צושטאפן מיילער איז גרעסער ווי די סכנה פון א העלבראנס פארכאפעכטץ, פארקערט די גאנצע טריק פון קלעיריקא...
דורך קופערניקוס
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 8:46 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: "דער איד" איבערן פטירה פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל.
רעאקציעס: 94
געזען געווארן: 8671

אמת שושן, און בדרך אגב, שלום עליכם, עס איז צייט צו באגריסן דיין געשמאקן הומאריסטישן טאלאנט, יהא בואך לברכה ולצחוק, אבער דאס איז די מהות פון יעדע פאלקס'ישע תנועה, אז הרב יוסף האט דאס געהאט, טאקע נישט קיין אקעדעמיקער וואס זענען געקומען אויפריכטיג, נאר אזוי המון עם'יש, אבער עס איז פארט היסטאריש און ווי...
דורך קופערניקוס
זונטאג אקטאבער 13, 2013 6:29 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ירושלים ד'אמעריקע
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 3885

איך בין געזיצן אין טורא בורא דאמעריקא, נאכן זיך אומקוקן אויף די הייפעלע עקסטרעמיסטן פארשקלאפן א שטאט, און עס האט זיך מיר געזינגען גאנץ אן ענדליכער ניגון'דל אויר דחוס, ריחות חרוכים משונים נישא עם בליל קולות זלונים וארונים ובתרדמה שבויים תושבים, העיר שבויה בחלומה העיר בדד יושבת, סביבה הקימה חומה ווילי...
דורך קופערניקוס
זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:17 pm
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: "דער בלאט"
רעאקציעס: 882
געזען געווארן: 142224

העי, עס עפעס, טרונק עפעס, בארוהיג זיך, שרייב ציוויליזירט, שמעקעדיג שרייבט אייביג איידל און עס קומט אים א יחס של כבוד.
דורך קופערניקוס
זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:50 am
פארום: אנשי שם
אשכול: אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 15086

נו, נישט שיין אויספויקן יענעמס ווייטאג ברבים, ווי קען מען טון אזא זאך?
ווי איז איז אונזער צורת האדם?
איינער וויינט אריין אין קישן ביינאכט צוליב איינעמס אומסענסיטוויטעט!
שוין אויסמעקן נעמען!
דורך קופערניקוס
זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:07 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: "דער איד" איבערן פטירה פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל.
רעאקציעס: 94
געזען געווארן: 8671

וועגן די טונקעלע גלעזער איז עס פאקטיש געווען דער סימבאל וויאזוי ער איז געווען אריינגעקריצט ביי מענטשן אין מח וואס האבן אים געזען הונדערט פראצענט אזוי. וראיה לדבר, "דער איד" איז זיך נוהג צו שרייבן אויפן קאלוב'ער פון א"י, "דער מיטן נאקעטן געזיכט." יא, און ווי זיי שרייבן אייבי...
דורך קופערניקוס
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:03 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מזל טוב! 1000 לייקס
רעאקציעס: 394
געזען געווארן: 47493

מיר האבן אלע הנאה!
דורך קופערניקוס
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:37 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
רעאקציעס: 103
געזען געווארן: 29273

diff האט געשריבן:Foi. Dirty mouth

זייער א באלערנדע תגובה, יישר כח די זכות זאל אייך ביישטיין בזה ובבא.
הייסט לויט די וועג וויאזוי איר לערנט אפ די סוגיה קומט אויס אז וואס?
דורך קופערניקוס
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:36 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!
רעאקציעס: 624
געזען געווארן: 80683

ווי איז מענדל עפשטיין ווען מען דארף אים? העלבראנס-קרני הצבי וואלט געווען א גוטער קאנדידאט פאר א עפשטיין באהאנדלונג אינעם פייניגונגס קעלער אין נוא דזשורזי
דורך קופערניקוס
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:33 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: פראטעסטירט נישט אייער שמוץ וועש אינדרויסן
רעאקציעס: 167
געזען געווארן: 13019

נאר,,פרייליך האט געשריבן:פארשריט איבער די שמוץ וועש פרשהם


אויך מיר פארשריט. בריוון, מחאות, פארברענטע גארבעדזש קענס, ברבבותנו נלך, פאשקעווילן, געוואלד... די אלע זאכן זענען נישט פארשריט, דאס זענען אלע צוריקוועגס.
מיט אזא פארשריט האלטן מיר שוין נאנט צו די מיטל אלטער
דורך קופערניקוס
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:20 pm
פארום: אחיעזר
אשכול: א שב"ק במצבי האיומה
רעאקציעס: 131
געזען געווארן: 23023

לבי לבי על חלליך! איך וויל נישט סתם ווארפן אומגעבעטענע עצות, אבער אסאך זאכן קען אריינגעבן א געשמאק אין לעבן אויסער די סטרוקטור פון א ווייב און קינדער. האבן אפאר חברים אין די זעלבע מצב זאלן פארברענגען סעודות אינאיינעם, פארן צו פארשידענע שבתון'ס, פארן נסיעות מפעם לפעם ארום די וועלט, זיך אנשליסן אין א ...
דורך קופערניקוס
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:50 am
פארום: העמק דבר
אשכול: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
רעאקציעס: 103
געזען געווארן: 29273

יאיר , (למעשה, איז דער מהלך אז די מושג "ביאת משיח" איז א קאלעקטיווע awakening פון די גאנצע וועלט, א yearning פאר געטליכקייט מער פארשטענדליך ווי די פיזישע ביאת משיח. וואס איז די גרויסע שמחה וגדולה אז עפעס א הייליגע איד קומט צו פארן אויף אן אייזל, און באגיסט אונז מיט הייליגע וואסער וואס...
דורך קופערניקוס
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:39 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: מאסיווע FBI איבערפאל אויף מאנסי ישיבה "שערי תורה"
רעאקציעס: 152
געזען געווארן: 21126

עס איז א שווערע דילעמא, מחד, לאזן פרויען עגונות איז עק וועלט, מאידך, נעמען יוסטיץ אין די אייגענע הענט, נמצא העולם חרב. ווען א אמתער עדין הנפש צווינגט מענער מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט איז איין זאך, אבער ווען א משחית נוצט עס צו רייך ווערן איז ער דאך א געהעריגע געדינגענע אסעסין- שכיר חרב. עס איז מעגליך...
דורך קופערניקוס
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:51 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: הרב זמיר כהן וספריו
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 1581

כישוף?? וויאזוי קען ער זיך קריגען מיט אן אפענע רמב"ם??? כישוף אהער כישוף אהין, אז החכם זמיר זעהט מיט די אייגענע אויגן אויף עפעס א מאדנע מיסטיסיזם- האראר- מאזוכיזם-קאנפירעסי זייטל א קלארע בילד פון א וויטש, פון גייסטער און מלאכי חבלה זאל ער נאך פרעגן? מען זעהט דאך עס מיט די אייגענע אויגן. אויסער...
דורך קופערניקוס
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:38 am
פארום: העמק דבר
אשכול: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
רעאקציעס: 103
געזען געווארן: 29273

איך האב יעצט נישט געליינט די ווערטער פון יאנקלאוויטש, אבער ישעי' לעבאוויטש גלייבט אז דעם רמבם'ס משיח איז די עצם תיקון עולם, און די דראנג צו מתקן זיין ווייטער, און ווי ער האט טיפזיניג געזאגט "משיח איז דער וואס גייט קומען... ווער עס איז נאר געקומען איז געווען א משיח שקר". בקיצור, די ציפייה א...
דורך קופערניקוס
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:09 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: דעים גאון'ס כאריזמאטישער זייט!
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 3308

ווען גייט זיין אן אשכול און האדמו"ר מהר"א'ס סטעיטמענט "עפרא לפומיה פארן קאשויער רב" וועט זיין א כאריזמאטישע זייט? סיריעס? הרב עובדיה איז געווען זייער גרויס, און גרויסע מענטשן מעגן האבן חסרונות, ער האט געהאט א ברייט מויל און א שנעלע טעמפער. ער איז נישט געווען דער איינציגסטער, אויך...
דורך קופערניקוס
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:44 pm
פארום: טעכנאלאגיע
אשכול: ביליגע טאבלעט'ס
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 4188

ערקלער ביטע, קען מען צוטשעפען א קיבאורד? אויב יא וואס איז די אפקומעניש?
וואס הייסט א קלענערע ווערסיע פון ווארד?
דורך קופערניקוס
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:33 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: זענען ראדיקאלן ראדיקאל?!
רעאקציעס: 28
געזען געווארן: 3971

שוין מערערע מאל געווארן אויסגעשמועסט דא אין שטיבל די יחס צו אומות העולם, אין תוך אריין איז עס א מחלוקת צווישן צוויי אסכולות פון חכמים. די ראציאנאליסטן אין שפיץ פון רמבם, מאירי, ובדורות האחרונים הנצי"ב, רבי שמשון רפאל הירש ומקצת בעלי המוסר, ווי אויך עטליכע בעלי קבלה, וועלכ מאכן נישט קדושת ישראל ...
דורך קופערניקוס
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:27 pm
פארום: טעכנאלאגיע
אשכול: ביליגע טאבלעט'ס
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 4188

וויאזוי איז די טייפן אויף די טאבלעטס, קען מען צוטשעפען סיי וועלכע קיבארד?
קען מען ארויפלייגן מייקראסאפט ואורד? זענען דא אנדערע פראגראמען וואס זענען אזוי גוט פאר טייפן ווי מייקראסאפט ווארד?
דורך קופערניקוס
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:01 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!
רעאקציעס: 624
געזען געווארן: 80683

הדד בן בדד האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:קיין?


איך מיין ער זאל פארן קיין מאראקא...

זיי קענען אהינטראגן אליאור חן.
דורך קופערניקוס
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:37 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
רעאקציעס: 54
געזען געווארן: 5083

אויך מיר העפי, זי גייט אויסגעשניטן ביז רבי חנינא'ס מוטער, אויך מיר העפי...
דורך קופערניקוס
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:26 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: פארצייטישע בילדער/פילם פון צדיקים ואנשי שם
רעאקציעס: 50
געזען געווארן: 8237

הרב רויטע וואנצעס אחוץ פון וואס כ'האב דיר געלייקט פאר'ן ברענגען די קליפ פון מרן החוזה, דארף איך דיר זאגען האסט מיר מחייה געווען און באין כאחד מיר געשטאכען און הארץ, די ערשטע מאל וואס איך זע דעם צורה פון דעם מלאך זיך רירען מקען זען זיינע תנועות, דער קאפ וואס איז אויסגשניצט פון רמבם און רשבא'ס דרייט ...
דורך קופערניקוס
זונטאג אקטאבער 06, 2013 6:32 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: כחומץ לשיניים וכעשן לעיניים.
רעאקציעס: 55
געזען געווארן: 4706

מנשה, טוה דיר אן די הויזן....


(כ'מיין גארנישט, כמיין וואס די שרייבסט יעצט דא דאס איז א אינטעלעקטואלע טאנץ אן הויזן)