כ'וויל אראפלייגן וויאזוי די נפיחה רעוועלוציע וועט זיך איבערכאפן אין די חסידישע וועלט ס'וועט זיין א נפיחה גמ"ח פאר חולי ישראל וואו די גרעבסטע אידן וועלן זיין מעמבערס און גיין אין חסד גרופעס, שבת נאך די טשולנט, נפחה'נען אין די שפיטעלער.
ס'וואלט אפשר כדאי געווען אז יעדע מאל עמיצער עפנט א אשכול איבער אנטווערפענע נייעס זאל מען האבן איין באשטימטע אשכול וואו יעדער, און בכללם איך אויך, זאל קענען ממשיך זיין מיט די אטאקירונגען, בעד וכנגד, ווי כאילו ס'איז אפילו קיינמאל קיין ספק געווען בדבר.
איך פריי מיך חלילה נישט אויף מסירה, איך שפור אבער אז כדי מ'זאל קענען טענה'ן אז חסידישע קינדער דארפן יא האבן עדיוקעישן דארף מען קודם קענען אויפווייזן אז אהן עדיוקעישן מוז מען צוקומען צו אי-לעגעטימע מיטלען וויאזוי צו מאכן א דאלאר. ווי אויך איז זייער וויכטיג אז די וואס האבן די געלט און זיצן אויבן אן, ה...
געבנדיג א בליק אין דער אשכול אין אייוועלט בין איך נתפעל געווארן פון די פארצווייגטע שקלא וטריא ארום דעם נושא. דער וואס האט יענע תגובות געשריבן, (דארט אדער אין אן אנדער ארט און ס'איז פשוט געקאפיעט געווארן) האט בלי ספק אסאך צייט און קאפ אוועקגעגעבן דערויף. און אויף וואס? איבער א מחלוקת בנוגע די לעגיטימ...
איך פיהל ווי מ'מאכט נאך קאליע אידישקייט דורכדעם. פאר קינדער צו לערנען די דאזיגע געשיכטעס אין די תורה לערנט זיי אז אמאל זענען ווירקליך די דורות שטארקער געווען. בבחינת כל הגדול מח'.
ס'וועט קומען א צייט וואס דער מעשה אליין אז סקווער האט צענזורירט א חומש משום איזה סיבה וועט זיין א טאבו צו רעדן פון. ס'איז שוין יעצט אומבאקוועם פאר מלמדים מסביר צו זיין אז די סיבה פארוואס מ'טראגט למשל א גארטל איז לחלק בין לבו לערוה. "מ'טראגט עס ווייל די רבי טראגט עס."
אינעם דע מה שתשיב: מיין בחור איז אהיימגעקומען זאגן אז ער האט געלייענט אין קאווע שטיבל ווי מ'האקט אויף די סיסטעם קריטיקירער. אבי מ'מאכט אוועק קאווע שטיבל. האט מיין מאמע זיך אנגערופן אז ס'קומט פון די מעלות.. האט מיין טאטע געזאגט אז אלע דארט זענען געוועזענע מעלות לייענער.. חחח