איך וואלט געוואלט רעאגירן צו דיין תגובה. אבער איך האלט אז די מקום איז נישטא. אויב דו וועסט אהנהייבן א אשכול איבער דעם וועל איך רעאגירן. על פי רוב ביסטו גערעכט.
איך גיי יעצט שרייבן עפעס וואס איז געווען אויפן וועג אהיים. אפשר שפעטער וועל איך נאך שרייבן עטליכע קלייניגקייטן וואס איז געווען במשך די נסיעה. איך קום ארויף אויפן פליגער, גראדע א 777 וואס איז רעלאטיוו באקוועמער. מיך אין מיין ווייב האבן באקומען א זיץ איינער לעבן די צווייטע די אייעל סיט און דערנעבן. ד...
אויפן וועג ארויף צו די ציון הרשב"י איז געווען א דוכן (סטענד) וואס האט מפיץ געווען די זוהר הקדוש מיט די ביאור פון די אשלג'ער רבי ז"ל. ער פרעגט מיר אויב איך האב א זוהר מיט די ביאור. זאג איך אז איך האב א זוהר מתוק מדבש. זאגט ער מיר אז דאס איז נישט קיין ביאור, דאס איז א מעשה ביכל....
אין ירושלים האב איך געהאט די געלעגענהייט צו זיין ביי עטליכע שיעורים פון הרב חיים שלום דייטש. הרב חיים שלום איז א באקאנטע משפיע פון חסידי חב"ד. ער איז שוין דערמאנט דא אויף ק"ש א שיינע פאר מאל. ער גייט אהנגעטוהן מיט א סאמעטע הוט און שטריימל און בעקעטשע. ער האט אן ענוות חן, גאר א איידעלע לעכ...
גראדע זאגט מיר איינער פון מיינע עלטערע קינדער אויף איינער פון די קינדער אין זיין כתה אז עפעס א אינגל וויל זיין 'באמיש'! פרעג איך אים וואס הייסט באמיש? איינער פון די זאכן וואס ער האט מיר געזאגט איז אז ער הערט אויס טעיפס פון רבי יואל ראטה. זעהט אויס אז ער זאגט דארט באמישע זאכן?!
איך בין שוין געווען אויף ל"ג בעומר 12 אדער 13 מאל. און עס האט מיר קיינמאל נישט אינטרעסירט דעם הדלקה. דער עיקר וואס האט מיר אינטרעסירט איז זיין דארט, דאווענען און אויך מיטהאלטן די שמחה. איך האב אלס געהאט א הרגש אז איך פאר צו רבי שמעון, א שטייגער מען פארט צו א רבי. גלייך ווי איך קום אהן גיי איך א...
אלע יארן פיר איך זיך נישט דוקא צו זיין ביי די הדלקה. מה כל הרעש? איינער צינד דארט אהן די הדלקה, נע, איך בין נישט געקומען צו די שאו, איך בין געקומען צו רבי שמעון. מען קען זיך פרייען ווען אימער ווי אימער בשמחת רבי שמעון. דאס יאר האב איך מחליט געווען אז נאך אזויפיל מאל וואס איך בין געווען ביי רבי שמעו...
דערמאנסט מיר ווען איך בין אהנגעקומען אלץ בחור אין ישיבה אין ארץ ישראל איז געווען א בחור דארט וואס האט ליב געהאט חצילים. ער וויל בעטן פון די קעכער נאך חצילים. פרעגט ער אן איזראעלי לץ וויאזוי רופט מען דיע עגפלענט? זאגט ער 'חיתולים'. גייט ער צו צי די קעכער און בעט אים איידעלערהייט: יש עוד חיתולים????? ...
מיין ווייבס מאן וויל אויך בשום אופן נישט פארן מיט א רוסישער פליגער! בשעת איך האב געקויפט די טיקעט האט מען געקענט קויפן פאר 367 א טיקעט דורך רוסלאנד. איך האב אבער מעדיף געווען צו קויפן דיירעקט. איך האב נישט געהאטן ביי בלייבן שטעקן אין רוסלאנד אין די עירפארט וכדומה. איך פיר זיך אויף נישט צו פליען דורך...
מזל טוב ראש הישיבה ! יעצט מיטן ברענגען לעבעדיגע רעפארטס פון ארצינו הק' האסטו געמאכט די זאך! כן יעזור ה' להלאה. שכוח פאר די באגריסינג. טאקע א גרויסע עררייכונג. איך באדאנק די אלע וואס געבן מיר חיזוק אין די עבודת הקודש דא אין ק"ש. פאר מיר אליינס וואלט בעסער געווען אויב איך וואלט שטאלצירט מיט וויפ...
שמעתי פון הרב חיים שלום אז איינער איז געקומען צום מיטעלן רבי פאר א תיקון אז ער האט בועל געווען א פנויה. פרעגט דער רבי און וואס איז מיט איסור נדה האט ער געענטפערט אז ער האט זיכער געמאכט אז זי איז ריין. האט ער געענטפערט אז פאר די עבירה קען זיין אז מען קען האבן א תיקון, אבער פאר דעם וואס דו האסט דיך אז...
וועלכער קהילה איז עס? ווער איז דער פריעדמאן? בעלז (מאכניווקא) לאנדאן. די רב איז הרב אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א. ער איז א חסידישע ליבליכע איד, וואס איז א פה מפיק מרגליות. בנוגע דעם צעטיל האב איך נישט קיין הארות. בעל מפי ספרים וסופרים על התורה פרקי אבות. זייער שיין. ער איז פון די יודען וואס פליע...
גאר אינטרעסאנט איז צו זעהן ביי די כותל און אין מירון, וויאזוי די איזראעלי שנארערס שמעקן ווער עס איז אן אמעריקאנער. זיי שארען זיך צו צי יענעם אין בעטן א נדבה פאר די טאטע וואס מאכט חתונה די זיבעצונסטער קינד און איז אליין קראנק מיט יענע מעשה און די מאמע קען נישט וואקן. זיי האבן לכאורה א דיטעקטער וואס ד...
א דאנק פאר די אשכול, ראש ישיבה. איך בין אויך געפארן אןיף די נסיעה און מיר איז גאר אינטערעסאנט געווען אז אויף די באס פון צפת קיין מירון זענעו פרויען און מענער געפארן געמושט, געזעסן זייט ביי זייט, אינגאנצן אויסגעמישט אן קיין שום פראבלעם. דא אין אמעריקא מיינט מען אז דארט זיצט מען עקסטער. לא דובים ולא ...