דער זוך האט געטראפן 898 רעזולטאטן

צוריק צו פארגעשריטענע זוך

דער בערל איז שוין גארנישט קיין בעל עגלה. זיין ענגליש פאסט פאר א קאלעדזש גראדואירטע
דורך דריידל
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:17 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קלויזענבורג'ער חיות/עופות
רעאקציעס: 47
געזען געווארן: 2272

וואס גייט פאר דארט? אויף אייוועלט שרייבט מען אז ס'איז נישטא כפרות אין ישראל
דורך דריידל
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:31 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: כפרה שלאגן
רעאקציעס: 99
געזען געווארן: 4336

איך האב דאך געלייגט א פינקטליכע מראה מקום. קוק נאך דארט וועסטי פארשטיין. כ'האב נישט געהאט קיין געדולד מעתיק צו זיין דאס גאנץ שטיקל
דורך דריידל
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:29 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: כפרה שלאגן
רעאקציעס: 99
געזען געווארן: 4336

בד"ה ווייסט איינער איבער זיין היסטאריע? אלץ קינד האט מען געשמיעסט אז ער איז געווען א סאטמארע תלמוד, געווען חתונה געהאט מיט קינדער. זעהט אויס עפעס האט אים געכאפט (אפשר מאלעסטעט געווארן) און ער האט באשלאסן צו פראווענען גלות. מיט יארן צוריק איז געווען א שמועה אז מ'האט אים פארכאפט און אים ערגעץ אוו...
דורך דריידל
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:25 pm
 
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: יהא זכרו ברוך
רעאקציעס: 1619
געזען געווארן: 119109

סאו וואט, ביסט זיכער אז דער רבי ווייסט דערפון אז דו שעלסט אים אזוי? קודם כל, די חסידים גלייבן דאך זיכער אז די רבי ווייסט צווייטענס, אויפ'ן סיין שטייט בנשיאות כק אדמו"ר הגה"ק שליט"א. איך גלייב נישט אז אין עשרת ימי תשובה וואלטן זיי געזאגט ליגענט. אגב, ס'האט מיר דערציילט איינער וואס האט...
דורך דריידל
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:12 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קלויזענבורג'ער חיות/עופות
רעאקציעס: 47
געזען געווארן: 2272

א געוואלדיגער איינפאל איך וועל אבער נישט קענען נהנה זיין דערפון צופיל ווייל איך טראגן נישט מיט'ן א. ג. עירוב.

קען מען נישט אויפקומען מיט א פאטענט אז ס'זאל מיך נאכוואקן ווי איך גיי?
דורך דריידל
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:27 pm
 
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שבת עפפ וועט ערשיינען בקרוב
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 525

פיין געשריבן אבער די טענה איז גילטיג אויף אסאך אנדערע מוסדות נישט נאר קלויזענבורג. באמת איז די געפיראכץ זייער אומאחריות'דיג. יעדעס יאר הערט מען ווי די ענימעל רייטס חברה פראטעסטירן קעגן די כפרות. לענ"ד איז א פראגע פון צייט ביז די סיטי וועט זיך אריינמישן דא און דעמאלטס וועט די פאקט אז מ'מאכט אן א...
דורך דריידל
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:34 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קלויזענבורג'ער חיות/עופות
רעאקציעס: 47
געזען געווארן: 2272

יעדער (עכ"פ וועם איך האב געפרעגט) מיינט אז כפרה איז פשט אז די עבירות ווערן נתכפר. ווען איך האב געפרעגט וויאזוי דאס ארבעט אז מיט אזא קלייניקייט ווערן אלע עבירות פארווישט, הייבט מען אן צו קעקעצן אהער און אהין. דער אמת איז אבער אז כפרה איז א לשון פון אויסטויש אזויווי תמורה און חלופין. דער אלף המגן...
דורך דריידל
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:58 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: כפרה שלאגן
רעאקציעס: 99
געזען געווארן: 4336

פילייכט וואלט געווען כדאי אויסצוטיילן פון דעם רבי'נס מיליאנען פאר צדקה לזכות רפואתו. איים סארי, אבער דיין תגובה איז זייער נישט פאסיג. ממה נפשך, אפרישיעטסטי זיין ערליכקייט, דאן ווי קומט דא אריין ליצנות? ; טאמער האלטסטי נישט פון אים, פארוואס זאגסטי נישט עפעס ערענסט וואס ער דארף מתקן זיין? קענסט מיר ז...
דורך דריידל
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:32 am
 
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
רעאקציעס: 33
געזען געווארן: 4093

דער פותח האשכול האט דאך געברענגט דער ערשטער משל פון ר' ארי' לוי וואס איז געווען א ליטוואק, נאכדערצו א תלמוד פון רב קוק.
דורך דריידל
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:23 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ערליכע אידן זענען מענטשליך
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 1760

זאגט מיר איינער אז ר' נחמן האט זייער שטארק געארבעט אויף מקרב זיין די גאולה. ער האט געהייסן יעדעם קומען צו אים אויף ראש השנה ווייל ער האט פארשטאנען וואסארא חברה וועלן זיך צוכאפן דערצו. יעדעס יאר זאגט ער פאר'ן באשעפער: קוק וואס ווערט פון דיין כלל ישראל, פאר דריי יאר צוריק זענען געווען 6,000 משוגעים (א...
דורך דריידל
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:29 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן
רעאקציעס: 73
געזען געווארן: 4029

עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט. מקור ביטע? חכם וואס די ביסט. ער שרייבט דאך אז ס'איז באקאנט כדי נישט צו דארפן ברענגן א מקור... דער אמת איז אז איך האב אויך געהערט פון מיינע ...
דורך דריידל
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:59 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ערליכע אידן זענען מענטשליך
רעאקציעס: 35
געזען געווארן: 1760

דעמאלטס פארוואס זענען דא מער פרויען ווי מענער אויף דייעט?

:P
דורך דריידל
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:22 pm
 
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מאן אדער פרוי, וואס איז שווערער?
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 1101

מ'דערציילט אז א יונגערמאן איז אמאל אריין מיט'ן ווייב אין שפיטאל ביים האבן א קינד. דער מאן האט געווארט אינדרויסן כנהוג בשעת די חבלי לידה זענען אריבער אויף די ווייב זיינער. אזוי גייט אריבער נאך א האלבע שעה, נאך א שעה און דאס געדולד פלאצט שוין באלד. ער פראבירט זיך אינטערהערן און הערט ווי זי מיטשעט זיך ...
דורך דריידל
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:17 am
 
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מאן אדער פרוי, וואס איז שווערער?
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 1101

קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז מיר איבערגעבליבן פון לעצטען שבת חריין, ס'האט וויניגער, מעג איך עסן ראש השנה כדי נישט עובר זיין אויף בל תשחית?


קאווע, איך בעט דיך זאלסט עס נישט טון. לעצטעס יאר האסטי דיך בע'נער'ישט און קוק אן וואסערע זויערע פנים דיין אוואטער האט.

זאלסט האבן א זיס פרייליך יאר!
דורך דריידל
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:30 pm
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שואל כענין - קושיות ותמיהות
רעאקציעס: 672
געזען געווארן: 18355

לכתחילה זאל מען מאכן היי יאר אויך. אגב, אויב האט מען נישט די צעטל, איז גענוג אז מ'זאגט פאר א בי"ד (עני דריי מענטשן) אז מ'געט זיי איבער אלע חובות וואס אנדערע זענען שילדיג, ס'מוז נישט זיין געשריבן
דורך דריידל
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 1:12 pm
 
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ערב ראש השנה 'צו טון' ליסטע
רעאקציעס: 55
געזען געווארן: 1176

איך האב געהערט אז נישט אייביג מעג מען אנצינדען הייס וואסער יו"ט, ס'ווענד זיך וואספארא באילער מ'האט. אויב איז דא א hot water tank מעג מען אויב נישט דעמאלטס איז מותר נאר אויב ס'איז דא א pilot. לגבי זיך וואשן די גוף מעג מען נאר אבר אבר אבער נישט איגאנצן אויף איין מאל כתבתי להלכה, ולמעשה יעשה שאלת ...
דורך דריידל
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:32 pm
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: שואל כענין - קושיות ותמיהות
רעאקציעס: 672
געזען געווארן: 18355

ס'געפעלט מיר ווי די שרייבסט אז די חלוקה בבית מילק שעיק איז "אזויווי" אנדערע חסידות'ן ווען אין פאקט איז די באבוב און סאטמאר חלוקה בלויז א משל כטיפה מן הים פון וואס קומט פאר אין מילק שעיק. כ'על געבן אפאר דוגמאות, וואס איז שוין ביז דערווייל פארגעקומען. 7 צייטונגען זענען געעפענט געווארן בתי מד...
דורך דריידל
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 10:22 am
 
פארום: צימעס
אשכול: ברעקינג! בית מילק שייעק פאראקוויי- נתחלק
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 376

כ'האב נארוואס אנדעקט דעם זאפטיגע ארטיקל פון @יאיר און אלץ א דבר בעתו ברענגט איך עס ארויף לתועלת הרבים
דורך דריידל
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 7:49 am
 
פארום: קונסט
אשכול: מיין ראש השנה'דיגע געוויין
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 1159

יעקב אבינו האט מתקן געוועהן תפילת מעריב! קען מיר איינער זאגן פארוואס פונקט מעריב האט ער געמאכט?? נאר וואס? האט דער זיידע געזאגט בשם דער בדחן: אז יעקב אבינו האט געהאט צווי ברירות. אדער לייגען צוועלף קינדער שלאפען, אדער גיין דאווענען מעריב, נו וואס מיינסטו האט ער געטוהן??? מעריב!! c/p גענומען פון דא
דורך דריידל
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 7:39 am
 
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך קלער פון זיך טויפן צו איסלאם (הומאר)
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 1385

בשורה טובה תדשן עצם. ס'איז דערפרייענד צו הערן גוטע נייעס.

אריין אונעם אשכול די גוטע זאכן פון שנת תשע"ד
דורך דריידל
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:29 pm
 
פארום: אחיעזר
אשכול: הילף ביטע! מעדיקעיד פארלאנגט צוריק $12,000
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 1101

נישט ישיבה גדולה. ווילאנג ר' ליב גורעליק איז דארט געווען פלעגט זיך די כיתה צעפאלן נאך די פערדע יאר.
דורך דריידל
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:27 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך
רעאקציעס: 110
געזען געווארן: 3989

די האקסט א טשייניק דא אויסגעמישט מיט שטותים, הבלים און דמיונות. אזויווי יעדע גרויסע ישיבה, זענען אלץ געווען דארט שקצים און אויך עד היום הזה. ווילאנג מלכות סאטמאר איז געווען בתוקפו האט מען זיך נישט צוטון געמאכט פון וואס דער אדער יענער זאגט. מ'איז געווען צופרידן אז ביים כ"ו אב סעודה קען מען פראקל...
דורך דריידל
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:39 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך
רעאקציעס: 110
געזען געווארן: 3989

C/p

נאך א מזל, אז ס'זענען פארהאן עטליכע מענטשן מיט כשר׳ע סעלפאון'ס, אזוי איז כאטש פארהאן איינער וואס פייפט ווען די לייט ווערט גרין
דורך דריידל
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:35 pm
 
פארום: א שמייכל
אשכול: מילתא דבדיחותא
רעאקציעס: 1313
געזען געווארן: 73982

די מעשה איז געווען מיט'ן סטראפקאווע רב. מ'זאגט אז ווען ער איז געווען זייער נישט געזינט און געשפירט אז זיינע טעג זענען געציילטע האט ער געזאגט אז ער בעט די באשעפער ער זאל נישט נפטר ווערן ה' אייר וועגן ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן נישט זאגן תחנון.
דורך דריידל
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:33 pm
 
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!
רעאקציעס: 89
געזען געווארן: 6881
פריערדיגענעקסט

צוריק צו פארגעשריטענע זוך

cron