דער זוך האט געטראפן 2740 רעזולטאטן

צוריק צו פארגעשריטענע זוך

פיר סיבות פארוואס בענעט איז נישט גערעכט:
http://finance.yahoo.com/blogs/the-exch ... 06559.html
דורך יאנקל
מוצ"ש מאי 18, 2013 11:22 pm
 
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: נייע אלגעמיינע ביכער
רעאקציעס: 168
געזען געווארן: 9209

אברמי פון בארא פארק האט געשריבן:דער ערשטער רגע יאנקל זעט מיין נייע סמארטפאון: האסט א פילטער?

איך האב גערעדט פון דעם גלאז וואסער וואס דו האסט געהאלטן אין דיין אנדערן האנט, צי דער סינק איז געפילטערט.
הוי דן את כל אדם וכו'.
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 6:50 pm
 
פארום: א שמייכל
אשכול: אויסגעדראשענע זאצן און אקטיוויטעטן דער עולם וואקסט נישט אויס
רעאקציעס: 314
געזען געווארן: 8937

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:: "אם יש לפני אדם דת אמת ודת שקר צריך לילך בדת האמת. הגה: וכן נוהגין."
תמה אני על פה קדוש שיאמר דבר כזה. מימות בריאות העולם עד דורו של משיח, מעולם לא נהגו לבחור בדת מפני אמיתותה, וצע"ג. :(

:lol:
אבער מיין כוונה האסטו פארשטאנען, ריכטיג?
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 6:14 pm
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 2057

טאמבל סאס האט געשריבן:און צי קאסט אזא גענע טעסט אסאך געלט? אז, נישט יעדער זאל דאס קענען מאכן?

דער טעסט קאסט $3,000. געוויסע אינשורענס-פירמעס באצאלן עס, בפרט אויב מען איז אין א הויך-ריזיקע קלאס, ווי צוויי ערשטער-שטאפל קרובים האבן שוין אנטוויקלט די מחלה.
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 6:07 pm
 
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: אנדזשעלינא דזשאלי גייט דורך ברוסט-פארשניידונג (מאסטעקטאמיע)
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 1994

אנדזשעלינא דזשאלי גייט דורך ברוסט-פארשניידונג (מאסטעקטאמיע)

די מידיא איז אויף מיט די נייעס אז איינע פון די מערסט-בארימטע אקטריסעס אין דער וועלט, אנדזשעלינא דזשאלי , האט באשלאסן דורכצוגיין א טאפלטע מאסטעקטאמיע כדי צו פארמיידן דאס אנטוויקלען ברוסט-קענסער. די 37-יעריגע אקטריסע האט מחליט געווען דורכצוגיין דעם פראצעדור נאכדעם וואס א גענעטישע טעסט האט פעסטגעשטעלט ...
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 5:53 pm
 
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: אנדזשעלינא דזשאלי גייט דורך ברוסט-פארשניידונג (מאסטעקטאמיע)
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 1994

עלי ועל צווארי. קענסט מיטנעמן אזא צעטל אויב האסטו ממש מורא. די מקורות וועלן קומען לאו דווקא דא אין ק''ש. אבער זארג זיך נישט, קענס'ט זיך רוהיגערהייט סומך זיין אויף מיר. דער שפיל פון "מקורות" איז אין דעם פאל א געלעכטער. האט אברהם געדארפט מקורות פון תרח'ס רעליגיע פאר ער האט זיך גענומען פארשן...
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 1:52 pm
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 2057

איידער איך לויף קויפן דעם מעלות, אפשר איז כדאי אז דו זאלסט דא קלאר מאכן פון וואס דו רעדסט.
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 1:32 am
 
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: כלל איבער ווען מ'נוצט "איז" און ווען "האט" בלשון עבר
רעאקציעס: 31
געזען געווארן: 1173

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך גיי מיך ארויס לאזן אויף א שפאציר היינט נאכט, לאמיר זעהן וואו כ'וועל אנקומען..

נו, מיר ווארטן צו הערן די רעזולטאטן פון דעם שפאציר.
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 1:29 am
 
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: שבועות קווענקלענישן
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 1062

איל שטום איין מיט גראדער אז מ'קען נישט האבן קיין טענות אויף די פירמעס, זיי זענען דא צו מאכן געלט, און טייל פון די פירמעס שטעלן צו שפילערייען פון א פיינעם קוואליטעט. וועגן פרייז, איך מיין אויך ווי גראדער אז די פרייזן זענען נישט זייער טייער. לעצטנס האב איך געזען א אידישע ווערסיע פון דעם פאפולערן spot ...
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 1:17 am
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: חסידישע געימ'ס
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 931

ענטפער צו ר' בערל

און דו ביסט מקיים א מאמר החכם: it's never too late.
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 1:09 am
 
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: טשילע'ער פילאנטראפיסט טיילט געלט אין סאטמאר ראדני
רעאקציעס: 36
געזען געווארן: 2973

"השתמשות באינטערנעט הוא אך ורק מצד ההכרח לצורך פרנסה וכיו"ב."
וואס איז דאס "וכיו"ב"? מיינט דאס אז מ'מעג גיין שאפינג אנליין, אדער סאציאליזירן אויף קאווע שטיבל?
דורך יאנקל
פרייטאג מאי 17, 2013 1:05 am
 
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט
רעאקציעס: 248
געזען געווארן: 9441

שמעקעדיג, דו זאגסט זייער גוט, אבער דאס האט נישט מיט אן אנגעבליכן "אמת" פון די כינוסים. די כינוסים ווערן מאטיווירט פון א דראנג צו באגרעניצן צוטריט צו אינפארמאציע. עס איז אקוראט די זעלבע מאטיוואציע וואס טרייבט אזעלכע מדינות ווי איראן און צפון קארעא צו באגרעניצן אינטערנעט-צוטריט. נישט איראן, ...
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 5:58 pm
 
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: דער חלק האמת פון די כינוסים אנטקעגן אינטערנעט
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 849

איך ווייס פון איינעם וואס האט געוואלט פון פוטסטעפס הילף פאר קאלעדזש, אבער האט זיי געזאגט אז ער פלאנט צו בלייבן חרדיש. זיי האבן אים אפגעזאגט.
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 5:37 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווער פינאצעירט פוד סטעפ'ס ארגענזעשאן?
רעאקציעס: 21
געזען געווארן: 653

ווי איך פארשטיי איז נישט דער הסבר פונעם משך חכמה אז תורה איז א חיוב וויבאלד עס איז נישט דא קיין ברירה, און נאר אזוי קען זיך די וועלט גוט פירן (כדוגמת טראפיק ליכט), נאר אידן האבן זוכה געווען צו זען די עפעקטן פון דעם עצם קיום המצוות. א שטייגער ווי דאס פאלגן טראפיק געזעצן וואלט נישט נאר פארמיטן א סכנה,...
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 10:16 am
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: כפה עליהם הר כגיגית פארוואס??
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 197

צדיקי אמת האבן יעדן ערב פסח געזאגט אז די שרפי מעלה "קיבארדנית"א דלפטפנית"א" זענען בגמטריא "פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאוד מאד" - דאס איז א רמז אויף די פילע הודעות וואס די מלאכים וועלן העלפן פאר יאיר משפיע זיין בע"ה.
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 1:44 am
 
פארום: א שמייכל
אשכול: מיין קיבאורד סומאטאכע
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 323

שמעקעדיג האט געשריבן:אויב גיי מיר אלע אהין כאפן א שיפל, דאן גיט עס צו..

וויצלעך אין א זייט. דו פארשטייסט דאך צו א גוטן בילד, זאג דיין מיינונג.
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 1:35 am
 
פארום: קונסט
אשכול: בינג'ס הערליכע בילדער
רעאקציעס: 307
געזען געווארן: 15180

פראגרעס אין אינטערנעט טעכנאלאגיע

סעמסאנג האט געמאלדן אז די פירמע האט געמאכט פראגרעס מיט'ן אהערשטעלן 5G אינטערנעט טעכנאלאגיע. עס וועט ארבעטן עטליכע הונדערט מאל שנעלער ווי 4G, אבער עס וועט נישט זיין עוועילעבל פאר יאר 2020. א טעסט האט געפירט א גיגאבייט-פער-סעקונדע פאר א מרחק פון צוויי קילאמעטער.
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 1:33 am
 
פארום: טעכנאלאגיע
אשכול: פראגרעס אין אינטערנעט טעכנאלאגיע
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 188

יא, א גוטער איינפאל, אבער דוכט זיך אז מעסעדזשעס פארמעקן זיך נאך 30 טעג.
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 12:54 am
 
פארום: טעכנאלאגיע
אשכול: ספרינט פראגעס
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 315

ווילאנג עס וועט נישט זיין א חרדישער אינציאטיוו צו העלפן א מענטש וואס האט זיך ממאס געווען אין חרדיזם צו בלייבן א איד און דאך נהנה זיין פון דער ציוויליזירטער וועלט, וועט פוטסטעפס ווייטער בליען. פוטסטעפס פילט אן א חלל וואס ווען די חרדישע פירערשאפט האט ווען א טראפן שכל וואלט זי עס אליין צוגעשטעלט. ווי ...
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 12:17 am
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווער פינאצעירט פוד סטעפ'ס ארגענזעשאן?
רעאקציעס: 21
געזען געווארן: 653

די חילוק איז יענע אידען ווילען ווערן פרום קענען קומען די היזיגע און העלפען, משא״כ די פון אונזער מחנה וואס ווילען אוועק גיין וואס פונקטלעך קען מען אונז טון? רוב פון זיי זענען פארגרוילט פון דעם חרדיש לעבן, און דווקא פון דעם ווילן זיי אוועקגיין. דער פראבלעם איז נאר אז פאר רוב חרדישע אידן איז אוועקגיין...
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 12:16 am
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווער פינאצעירט פוד סטעפ'ס ארגענזעשאן?
רעאקציעס: 21
געזען געווארן: 653

יידל האט געשריבן:וואס א חילוק איר ציל? אז זי שטעלט צו איז דאך גוט.

דער וועג וויאזוי זי באציט זיך צו די נמאסים איז געוואנדן אין איר ציל. אויב וויל זי זיי האלטן דווקא חרדיש וועט זי זיי געבן אנדערע אפציעס ווי אויב איר ציל איז זיי צו האלטן אידיש.
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 12:13 am
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווער פינאצעירט פוד סטעפ'ס ארגענזעשאן?
רעאקציעס: 21
געזען געווארן: 653

דאס איז אינגאנצן נישט קיין קאנספיראציע, נאר מענטשן ווילן מאכן א פאר דאלאר און ווייסן אז אידישע געימס וועלן זיך פארקויפן. ווי דער סדר ביי אונז איז אנטוויקלט זיך מיט דער צייט א קפידה צו נוצן דווקא אידישע, און דערנאך א חיוב, און נאכדעם אן איסור אויף די נישט-אידישע. דאס איז א גוטער ביישפיל וויאזוי א סך ...
דורך יאנקל
דינסטאג מאי 14, 2013 12:11 am
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: חסידישע געימ'ס
רעאקציעס: 27
געזען געווארן: 931

שלום עליכם הרב גלעקל. א דאנק פאר'ן קומען דא אהער מיטטיילן די נייעס איבער אייער שיינעם קובץ.
דורך יאנקל
מאנטאג מאי 13, 2013 11:45 pm
 
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: מאסף "הפעמון"
רעאקציעס: 41
געזען געווארן: 2581

"נמאסים" זענען די וואס זענען נמאס פון חרדיזם.
ביסט גערעכט וועגן רחי פרייער, כ'האב מאמענטאל פארגעסן וועגן אירע באמיאונגען. די שאלה איז נאר צי איר ציל איז ווידער צו שלעפן די נמאסים צו חרדיזם ווי ווייט מעגליך, אדער נאר פארזיכערן אז זיי באקומען די כלים פאר הצלחה אין א אידישער אטמאספערע.
דורך יאנקל
מאנטאג מאי 13, 2013 10:25 pm
 
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווער פינאצעירט פוד סטעפ'ס ארגענזעשאן?
רעאקציעס: 21
געזען געווארן: 653

יענקל אייסערט זיך: מען מוז נישט האלטן אז אידישקייט איז א "בוגי מען" און אז מ'מאכט א טעות פאלט מען אריין אין כף-הקלע לחרפה ולדראון עולם. עס איז מסתבר אז טראץ די ערנסטע טעותים פון אזעלכע מענטשן ווי האדמו"ר מסאטמאר ז"ל און ברוך שפינאזע זענען זיי ביידע נהנה מזיו השכינה אויב זייערע פ...
דורך יאנקל
מאנטאג מאי 13, 2013 10:20 pm
 
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 2057
פריערדיגענעקסט

צוריק צו פארגעשריטענע זוך

cron