מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה אז עס איז בע"ה געלונגען פאר ערליכע עסקנים אויסצוראטן אן אבן נגף מבית ישראל פון וואס ערליכע אידן ליידן שוין צוזאם פאר לאנגע דורות. אין לויף פון די אלע דורות האבן ערליכע אידן אויסגעדרוקט גרויס אנטריסונג פון דעם פאקט אז אויף חתונה-בריוולעך זע...
א גרויסן דאנק פאר די אלע וואס האבן נושא ונותן געווען, ובפרט לעיקוואד , און ידידינו החדש רפאל . איך מיין אז לתועלת דעם דיון דארף מען אפטיילן צווישן דרשות חז"ל און דאס וואס מיר רופן היינט "דרוש". די שאלה וואס איך האב געשטעלט אנפאנג פון דעם אשכול איז שוין נאכדעם וואס מיר פארשטייען אז יעד...
אויף "ספרים בלאג" ווערט געמאלדן אז אלע אירע לייענער זענען געלאדנט אנטייל צו נעמען ביי דעם שיעור פון הרב גולדהבר וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן מוצאי שבת אין פלעטבוש. דער שיעור וועט זיין אויף "מקורות של מנהג קבלת שבת". זעט דעם לינק פאר די צייט און אדרעס.
פון דא . די געווענליך-ראציאנעלע אנציקלאפעדיע "אוצר ישראל" פון י"ד אייזענשטיין ברענגט אין ערך "עין הרע" די פאלגנדע מאדנע געשיכטע: העתון הרוסי "איליוסטריראוואנסקי מיר" גליוני 2, 3 שנת 1881 כותב העובדא כי "הממשלה מסרה לחכמי האקאדמיא בפטרבורג את אחד האסירים שנידן ...
אין אן אנדערן אשכול איז פאראן א דיון איבער דער ארגאניזאציע "הצלה", און מאנכע האבן אויפגעברענגט טענות ווי כאילו עס ווערט נישט געפירט אויף אן ערליכן אופן. צו מזל האבן מיר דא ידידינו הצלה מאן וועלכער איז קענטיג שטארק באהאוונט מיט הצלה, און פון זיינע רייד איז משמע אז עס איז דווקא יא פאראן א שט...
באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע. רחי פרייער טוט דאך אין דער ריכטו...
moti107 , איך האלט פונקט ווי דו לגבי דעם ענין פון ראסיזם, און בכלליות איז קלאר אז די מכה פון פאראורטיילונג (Prejudice) עקזיסטירט ווייל עס איז למעשה א גוטער געצייג וויאזוי צו נעוויגירן ארום די פארשידנארטיגע מענטשן פון דער וועלט. דיין טענה שטיצט אויך דעם געדאנק פון " סטאפ ענד פריסק " - וואס...