דער קאווער פון דעם טעיפ וואס איך זעה האט נישט קיין נאמען, עס הייסט בלויז פרחי לונדון בניצוח יגאל צליק. פון די ניגונים דארט איז:ך מה טובו, ויתן לך, מה תשתוחחי.
איך וויל דא דערמאנען עטליכע ארעינדזשמענטס מעסטער פיעסעס פון משה לאופר פון וואס איך ווער פארגאפט: ושויתי ד' לקראתי אויף אדון הכל פון אייזיק האניג פעלאו דזשו פון אברהם פריעד ירושלים איז נאט פאר סעיל פון מב"ד אמר ר' עקיבא פון יעקב שוועקי ודבריו חיים וקיימים פון אברהם פריעד מודה אני... אדון השלום פ...
טאמער ווילט איר פארשטיין פארוואס מונה ווען ער איז אין די כלים איז ער די באגאבסטער קווייער ארעינדזשער צו וועם קיינער אין מיינע אויגן קומט נישט צו צו זיין קנעכל--- ---הערט פאר א דוגמא דעם שלום עלכם פון מנדי וורדיגר אין א נייע ווערסיע, אנהויב פון דער שמועס פון מונה אויף רדיו קול ברמה ביי לכבוד שבת קודש...
מיר האבן געווארט אז דו זאלסט עס דערמאנען... אלזא, די פיטבורגער טעיפ'ס: די ניגונים אזוי סימפל רילעקס און ב'טעם'ט, די מוזיק אזוי אפליפטונג און פיל מיט פרישקייט און ווי אויך קלאס עפ"י רוב דורך מונה רוזנבלום. פון די באקאנטע ניגונים דארט זענען וידע כל פעיל, צמאה נפשי לאלוקים (דער באקאנטע), הנה מה טו...
שרגי געשטעטנער (איך האב נאך נישט קיין הגדרה אויף זיין ספעציאליטעט, אבער ער איז א הערליכער און גאר געלונגענע זינגער) האט געווינען דעם טיטל אין רדיו קול חי אלס דער "תגלית השנה" (אנטדעקונג פון יאר).
אז מ'רעדט שוין פון מכאל שניצלער, לאמיר זיל נעמען צו זיין אידישע סעריע. מכאל איז געגאנגען אייגנארטיג, ער האט געצילט צום היימישן אידיש רעדנדע עולם און ער האט מער ווי מצליח געווען, עס איז ממש געווען א געלונגענע דורך ברוך אינעם עולם המוזיק ביי חרדים. ביז צו דעם ערשטן טעיפ האב איך נישט געהאלטן פון אים, א...
איך האב פארגעסן צו דערמאנען יואל הארוויץ (ביי כי עם קדוש אתה פון יומי לעווי און אויף פילע אנדערע ניגונים אויף פארשידענע אלבום'ס), און ווי אויך זאבי פריד (מי ידמה לך פון בערי וועבער און נאך א סך אנדערע ניגונים) פון וויפיל איך האב זיי געהערט זענען זיי ביידע זייער גוט און רייך.
איז נישט דביקות מיט דעסטעני איינס? זיי זענען צוויי באזונדערע סעריעס, דביקות פון לייבל שארפמאן, און דעסטעני ביי אלי נתן דעסטעני האב איך קיינמאל נישט געהערט, איך האב עס נאר געזען ביי די וועבסייט פון מאוסטלי מיוזיק, איך זעה דארט אז אויף איין טעיפ מאכט שוקי בערי די מיוזיק. "דביקות" (...) דערמ...
כ'מיין אז איך פארשטיי וואס די זאגסט, די אמאליגע ניגונים זענען געווען גראד, ארגינעל, אטענטיש צום טעם, און די מוזיק האט זיי געדינט בנאמנות אן קיין איבריגע שטיק, דעריבער איז אלעס געווען מער אין פלאץ, מה שאין כן היינט. האב איך דיר פארשטאנען?