דער זוך האט געטראפן 556 רעזולטאטן

דורך ראש הישיבה
דינסטאג יוני 23, 2015 2:10 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: קאנדידאטן וואס האבן געזאלט ווערן רבי'ס
רעאקציעס: 66
געזען געווארן: 9214

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ווער געדענקט אין בורו פרק פלעגט זיך ארום דרייען א איד גייענדיג נאך געלט און ער פלעגט אלץ זאגען... " איך בין דער אמת'דיגע פייע'ר רבי"?


וואס טוט זיך מיט אים? שוין לאנג נישט געזעהן.
דורך ראש הישיבה
דינסטאג יוני 23, 2015 1:31 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: עמ'לייקים
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 3171

קינדערלעך וואקסט אויף. עס איז שוין צייט אז מען זאל נישט זיצן און ווארטן אויף א קניפ אין בעקל. טוה וואס דו האסט צו טוהן און די לייק וועסטו באקומען פון דער באשעפער אדער פון דיין ב"ב. איך מיין איים סארי איך בין מסכים אז עס איז ריכטיג צו געבן א לייק ווען מען האט ליב אן ארטיקל. אבער רעדן דערפון און ...
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 6:02 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 14359

געדענק וואס איך האב געשריבן אין מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול: א חסידישע פארברענג: 3. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די געדאנקען און מעשיות על אף אז זיי האבן א תוכן, איז עס נישט הלכה למשה מסיני. עס מוז נישט זיין אז די מעשה האט אמאל טאקע פאסירט. עס מוז נישט זיין אז אויף וועמען מען זאגט אז ער האט עס פא...
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 5:22 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 14359

52

צום צמח צדק איז געקומען א חסיד מיט א בעיה אז ער האט ספיקות אין אמונה. פרעגט אים צו ער איז זיכער אז ניקאלאי איז דא? זאגט דער חסיד יא. פרעגט ער דו האסט אים געזעהן? אפשר עקזעסטירט ער נישט? זאגט דער חסיד אז זיין ברודער האט אים געזעה און ער גלייבט אים. פרעגט ער אפשר זאגט דיין ברודער ליגנט? זאגט דער חסיד...
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 5:04 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 14359

51

הרב יוסף וויינבערג ע"ה (באקאנט פון תניא אויף די ראדיא, סיפרי צדיקים אויף די חסידות טלפון ליין, שיעורים בספר התניא-געדריקט אויף אידיש לשה"ק ענגליש ועוד עטליכע שפראכן) פלעגט ארום פארן נאך געלט פאר די ליובאוויטשער ישיבה דאהי אין קרוין הייטס. מענטשן פלעגן שיקן דורך אים הזכרות וואס געו...
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 4:54 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 14359

50

הרב חיים שלים פארציילט אז עס איז געווען א רב א מתנגדישע רב וואס האט געהאלטן ביי גסיסה. געווענטליך פלעגט די חברה קדישא גיין זאגן ווידוי מיט יעדן פארן שטארבן. אבער דא דארף מען שוקן מער א חשובע איד. האבן זיי מכבד געווען דעם חסידישע רב פון די שטעטל זאל גיין זאגן ווידוי מיט די אנדערע רב. קומט אריין דער ...
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 4:33 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 14359

49

הרב חיים שלום פארציילט אז אין כפר חב"ד האבן געלערנט די קינדער פון די זעווילער רבי, דהיינו צאנז זעוועילער רבי פון יוניאן סיטי און זיינע ברודער. רבי שלמה חיים קעסלמאן (מחשובי חסידי חב"ד ומשפיע בישיבת תומכי תמימים בכפר חב"ד) האט געוואלט מעורר זיין איינער פון די זעווילער בחורים אז זיי זאל...
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 4:20 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 14359

48

י חידושי הרי"ם האט באמערקט אז א חסיד קוקט אויף אים. פרעגט ער דעם חסיד ציוואס קוקסטו אויף מיר? ענטפערט ער ראיית פני צדיק ברענגט דאך יראת שמים. זאגט דער חידושי הרי"ם נו עס שטייט דאך ועמך כלם צדיקים, קוק אויף דיר אליינס. וסיים רבי חיים שלום: פשוט זעהט אויס אז דער חידושי הרי"ם האט אים געע...
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 4:16 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 14359

47

איין יאהר סוכות אין די שטאט ווי רבי הלל פאריטשער האט געוואונט איז באקאנט געווארן אז דער ראש הקהל-א מתנגד האט זיך געשאפן גאר א מהודר'דיגע אתרוג. די ערשטע טאג יום טוב אינדערפרי איז רבי הלל גאר פרי געגאנגן צום ראש הקהל צו קענען בענטשן אויף דעם שיינעם אתרוג. דער ראש הקהל וויסנדיג אז רבי הלל האט אן ...
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 4:10 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: געדאנקען מיט מעשיות פון חסיד'ישער פארברענגען
רעאקציעס: 104
געזען געווארן: 14359

46

די פריערדיגע רבי (ריי"צ) איז געווען אין תפיסה. זיינע חוקרים וואס האבן אים אויסגעפארשט זענען נעבעך געווען קינדער פון ליובאוויטשער חסידים. ווען ער איז באפרייט געווארן האבן די טאטעס פון די חוקרים זיך געשעמט צו באווייזן די פנים פונם רבין. דער רבי האט זיי געלאזט רופן. ווען זיי זענען אריינגעקומען האב...
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 3:55 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דעת תורה
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 3852

כדי צו קלאר ארויסהאבן די נושא מוז מען עס מברר זיין מכל הצדדים. אז נישט וועט מען נישט יורד זיין לסוף הענין. עניוועי על פי רוב האט עס נישט קיין כללים עס איז מער א געפיל זאך. רוב מאל ווייסט דער מענטש פאר ער גייט פרעגן וואס די תשובה וועט זיין. ער דארף נאר סעקיוריטי און א ברכה פון אן אזויגערופענע דעת תורה.
דורך ראש הישיבה
מאנטאג יוני 22, 2015 2:53 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: דעת תורה
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 3852

עס איז צוויי שאלות. אין זכרון ליגט מיר אז מען האט שוין א לאנגע צייט צוריק אויסגעשמועסט די נושא. שאלה א' וואס מיינט און וויאזוי איז מען מגדיר דער געדאנק פון דעת תורה? ובכלל זה ווער האט דאס און וויאזוי קען מען דאס האבן? שאלה ב' איז עס א תועלת אז מען זאל כסדר פרעגן דעת תורה? אויב יא ווער בענעפיט פון דעם?
דורך ראש הישיבה
זונטאג יוני 21, 2015 1:10 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: גימל תמוז - א טאג פון התרוממות מיט התעוררות (חב"ד)
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 4270

הרב יונה סנה:

http://www.col.org.il/חדשות_חבד_לא_יכולה_לעבור_שנה_בלי_שאסע_לרבי_צפו_בוידאו_90567.html

תלמיד ישיבת מיר:

http://www.col.org.il/חדשות_חבד_מה_חיפש_תלמיד_ישיבת_מיר_באוהל_הק_צפו_בוידאו_90555.html

די url לינק ארבעט נישט צוליב דעם וואס אין די לינק איז דא געמישט אידיש מיט ענגליש.
דורך ראש הישיבה
מיטוואך יוני 17, 2015 5:26 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א
רעאקציעס: 511
געזען געווארן: 149824

דער בילד פרענגט מיט נאסטאלגיע!! אוי דער אמשינובער רבי ז"ל, דער אצילותדיגע הייליגע צורה. איך פלעג א סאך מאל אריין פאלן אלס קינד אין דעם שוהל. דער קדושה שיינט פון זיין פנים.

און א זייטיגע נאטיץ די באטעל פון גרעיפ דזשוס די טינקעלע באטעל דערמאנט מיר אויך פון מיינע קינדערישע יאהרן.
דורך ראש הישיבה
דינסטאג יוני 16, 2015 6:30 pm
פארום: מוזיק!
אשכול: מאטי שטיינמעץ
רעאקציעס: 72
געזען געווארן: 16998

ער איז פשוט עכט מרוגש. ווען איינער איז מרוגש האט ער נישט קיין שטארקע סעלף קאנטראל, און אודאי נישט אויף די לעוועל פון שטארקייט פון די שטימע.
דורך ראש הישיבה
דינסטאג יוני 16, 2015 6:05 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: דער חינוך מיתוס
רעאקציעס: 67
געזען געווארן: 9497

יאיר האט געשריבן:יא. א טאטע וואס רודפ'ט זיין זון איז א רשע מרושע.


א. יא איז נישט קיין רשע נאר א שוטה.

אבער מיין שאלה איז: ווער פייניגט די זוהן?????????
דורך ראש הישיבה
דינסטאג יוני 16, 2015 6:02 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: ר' אברהם משה גאלדרינג ע"ה
רעאקציעס: 28
געזען געווארן: 5088

ווי איך פארשטיי, אז סוף ימיו איז ער געווען א בעל יסורים. איז ער אזוי געווען כל/רוב ימיו?
דורך ראש הישיבה
דינסטאג יוני 16, 2015 5:52 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: גימל תמוז - א טאג פון התרוממות מיט התעוררות (חב"ד)
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 4270

איך צוטיר דא וואס איך האב פאריאיאר געשריבן אהנהייב דעם אשכול. יום ג' פרשת בלק געפאלט די יאהרצייט פון די לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאהן זי"ע. אזויווי איך האב עטליכע מאהל מיטגעהאלטן געוויסע טיילן פון די פייערונגען פון די יאהרצייט, וועל איך מיטטיילן די הנהגות פון די חסידי...
דורך ראש הישיבה
דינסטאג יוני 16, 2015 5:50 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: גימל תמוז - א טאג פון התרוממות מיט התעוררות (חב"ד)
רעאקציעס: 29
געזען געווארן: 4270

אזויווי עס גייט זיין נאכאמאל דער יארצייט פון דער רבי זי"ע ועדיין לא נושענו, ברענג איך ארויף דעם אשכול. דאס יאר גייט געפאלן די יארצייט אויף דעם קומענדיגע שבת קודש פרשת קורח. אויף שבת קודש גייען טויזענטער אידן צוזאמען מיט צענדליגער משפיעים וויילן אוף שבת סמוך ונראה צום אוהל. עס ווערט צוגעגרייט א ...
דורך ראש הישיבה
מיטוואך יוני 10, 2015 5:55 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים
רעאקציעס: 53
געזען געווארן: 7932

בן אדם האט געשריבן:דיר האט ער שוין גערופען ?


איך האלט אז איך וואלט געווען פון די טאפ ראשי ישיבות בדורינו. וואס קען מען טוהן אז די וועלט זעהט נישט איין, און די בחורים וועלן זיך ענדערש איינשרייבן צו לערנען ביי די rookies.
דורך ראש הישיבה
מיטוואך יוני 10, 2015 5:43 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: פרישע סקולען אינטערנעט אסיפה פאר בחורים
רעאקציעס: 53
געזען געווארן: 7932

פונקט געטראפן איינער פון די סקולענער עסקנים ווי ער איז געגאנגן לאדענען איינער פון די ראשי הישיבות. פרעג איך אים ווער פירט עס אהן שרגא פרידמאן? זאגט ער נע די סקולענר רבי און די וויזניצער רבי! ממש ברוך אשר נתן לנו שומרים. וואס זאל איך טוהן אז איך גלייב אים נישט אז די צוויי רבי'ס זענען ממש געווען שני נ...