"באנו בזה להודיע צערנו ברבים..." אינטערסאנט ווי אלץ זענען די רבנים פארנומען מיט "זייער" צער. האו אבאוט דו רעדסט אביסעל פון די צער פון יענעם? החותם בצער גדליה
איך האמיך איינגעהאלטען פון רעדען ביז יעצט משום כבוד אלקים הסתר דבר. אבער אז סווערט א חילול השם מוז איך מיך אנרופען. ליהוי ידיע אז איך האב מיטגעהאלטען די שיסעריי און כהאב קלאר געזעהן רב לעבעל דארטען. איין זאך איז נישט ריכטיג. ברוב ענוותנתו זאגט די מקובל אז ער איז ארויסגלאפן באצייטענס. שקר. די רעוואלו...
די ווייסע האבן אונז פיינט די שווארצע האבען אונז פיינט די לינקע האבען אונז פיינט די רעכטע האבען אונז פיינט די רעפובליקאנער שרייען ס׳איז א דזשו קאו די דעמאקראטן שרייען ס׳איז א דזשאו אקופעישען די אייראפעער זאגען גייטס קיין ארץ ישראל די פאלעסטינער זאגען גייטס קיין יוראפ דער קריסט זאגט האסט גע׳הרג׳עט מיי...
ואת זה לא תאכלו: את הסטראבעריס ואת הטרויבן ואת החסא ואת כל שאר ירקות ופירות כי תועבת אלהים כל אוכל סטראבעריס. ואת זה תאכלו: חלה וגאלע והערינג ויאפטשיק ויין שרף, עד שבטנכם צבה. ואת המים לא תשתו כי כל שותה מים וכלי הפילטער לא היה צמיד פתיל על גביו ונכרתה הנפש ההיא מעמיה.
מדינת ישראל איז געווארען שטארק אויפגעשאקעלט ווען איינע פון די רעליגעזע פארטיי פיהרער פון ארצה"ב איז אנגעקומען צו זייער לאנד און האט געטיילט נדבות וואס ער האט צאמגעשטעלט פאר יודישע ישיבות אין סקולס. די א. ג. גייסטישע פירער פון איינע פין די פאליטישע פארטייען אין חרדי'שע ניו יארק, איז נישט קיין פר...
מי אני לאמיך פראבירען מסביר זיין פארוואס קאנט און איידיליזם כפשוטו קענען נישט גיין צוזאמען הגם ס'איז דא פאראלעלן. בערקלי נעמט אן איידעליזם, וואס מיינט דאס? אז אלץ וואס קימט פאר אין די וועלט קימט באמת אין דיין קאפ. די זעהסט א בוים אין גאס איז נישט דא קיין בוים, ס'איז א פיקטשער אין דיין מוח פון א בוים...
יאך פארמאג נישט א צענטעל אייער ידיעות אין דיזע ענינים, עם כל זה תורה הוא וללמוד אני צריך. איר האט געשריבען אז קאנט מאכט א פשרה אז מקום וזמן איז איידיליזם אבער חומר נישט. איר ציהט יעצט צוריק פון דעם? אדער איר מאכט קלארער וואס איהר האט פריער געזאגט? איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין.
מי אני אויב רעדען מיר עפיסטאמאלגיש איז דאך אלץ נאר אין די פערסעפשענס לויט קאנט, כולל אלע מאטעריאלן אין מקום וזמן (באשטנדטיילן, ווי איר רופט עס) מיין שאלה דא איז צו איר מיינט טאקע צו לערנען אין פשט אין בערקעלי'ס אידאליזם אדער איר זאגט דא אייער חידוש בנוגע קאנט, וואס דעמאלטס וועט נישט שטימען זיין תירו...
אויב וואלט מקום וזמן געווען איידיאליסטיק פאלט דאך צאם קאנט'ס הסבר אויף causality צו פארענטפערן די קשיות פון דייויד יום, ווייל די גאנצע causation קומט נאר פון א שינוי במקום ובזמן און אויב איז דאס א פרייארי און תלוי אך ורק אין אונזער perception דעמאלט איז טאקע נישט דא קיין אמתע cause and effect?
איך האב גערעדט פון די מהלך הלימוד, אז זייער קאפ איז נישט אויסגעשארפט פון די מתוחכם'דיגע פלפולים, און זיי גייען נאך זאכען טרוקען און פאקטיש, במילא מאכען זיי שווערע טעותים לדעתנו. אבער אייער נקודה איז אוודאי אויך גערעכט, איך למשל וואלט קיינמאל נישט געלייענט א היסטאריע פון קריסטענטום אויסער אויב די שרי...