דער זוך האט געטראפן 961 רעזולטאטן

דורך גדליה
פרייטאג אקטאבער 25, 2019 3:40 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: קאנספיראציע אין וואשינגטאן הייבט אן צו קומען צום אויבערפלאך.
רעאקציעס: 31
געזען געווארן: 6657

קאך לעפעל ייש"כ פאר אייער זאפטיגע באשרייבונגען. איהר האלט באמת אז די גרעסטע שונאים פאר אמעריקא איז איצטערט נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער פארגאנגענער פרעזידענט אבאמא מיט זיין שטאב? יאך וואלט געקלערט אז קודם זאל מען פערטיגן מיט אייסיס און איראן און נאכער זאל מען אנהייבען אויסראטן די רעגירונ...
דורך גדליה
פרייטאג אקטאבער 25, 2019 3:24 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א סיפור מיט איין צדיק און איין רשע
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 3019

גדליה וואס איז געבליבן מיט אונזער צדיק? רשע? עשרת השבטים? אה, פאסט טאקע פאר'ן הדס זיך צו פאראינטערעסירען איבער דער צדיק. מיין אישי קעסטעל ווערט פארפלייצט מיט בקשות צו ממשיך זיין די סיפור און פארציילן דברים כהווייתן. לדאבוני בין איך געווארען פארנומען מיט וויכטיגע עניני הכלל וואס קענען נישט ווארטן, א...
דורך גדליה
פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:47 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: "עלען" - וועקער 16
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 2519

יעצט איז אין די נייעס אז א פאר סייענטיסטן האבען געווינען א נאבעל פרייז פאר זייער ארבעט צו אויפדעקן לעבן אין אנדערע פלאנעטן

https://www.nbcnews.com/mach/science/ho ... cna1064171
דורך גדליה
פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:45 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 3625

אני אדם משום מקום שמחפש לו רק סיבה לצחוק.
דורך גדליה
פרייטאג אקטאבער 11, 2019 12:20 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 3625

דורך גדליה
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:30 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: צו ווייזן פאר די צדוקים...
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 1095

אגב ר' קאך לעפעל, שיין באשריבען.
פון וואנען נעמט איר אז די שמחה איז טאקע געקומען פון די זיג קעגען די צדוקים? פשטות איז עס א חלק פון ושמחת בחגיך
כ'זאג נישט, א זיג קעגען די צדוקים איז אויך נישט אוועקצומאכען...
דורך גדליה
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:28 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ס׳איז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צוטוהן!
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 1947

שבת אחים האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:פונקט טרעפ איך רבי יוסל קארו, (באקאנטע מחבר פון פאפולערע שלחן ערוך ווערק), זאגט ער יא ס'דרכי אמורי. פארוואס קענען נישט אלע רבנים אפשמועסן צו געבען איין ענטפער?


זאג שנעל אויס וואס דו רייכערסט אז דו טרעפסט זיך אינמיטן העלן טאג פונקט מיט ר׳ יוסף קארו... :lol:

אין מיין ספרים שטיב נוץ איך נאר מאלבארא לייט
דורך גדליה
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:11 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ס׳איז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צוטוהן!
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 1947

פונקט טרעפ איך רבי יוסל קארו, (באקאנטע מחבר פון פאפולערע שלחן ערוך ווערק), זאגט ער יא ס'דרכי אמורי. פארוואס קענען נישט אלע רבנים אפשמועסן צו געבען איין ענטפער?
דורך גדליה
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 3:57 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: צו ווייזן פאר די צדוקים...
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 1095

די צדוקים זענען געווען די אריסטאקראטישע שיכט וואס האט געוואלט די סיסטעם זאל ווייטער אנגיין, די עולם זאל שטאפען די כהנים מיט גאלד און בקר און די פאלק זאל הונגערען...
די הייליגע חכמים זענען בימים ההם געווען די רעפארמאטארן וואס האבען פראבירט צו מאכען אידישקייט אזוי אז די המון עם זאל עס ליב האבען.
דורך גדליה
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:30 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 3625

אישתישבי האט געשריבן:האסט נישט גענוג גוט פארמעקט, איך קען ליינען אברהם צבי הלוי וואזנער.

אז דו האלטסט דו ווייסט - פיין.
אבער וואס געט דיך א רעכט צו מפרסם זיין די נאמען און פארשעמען א חשובע רב מגדולי הוראה?
דורך גדליה
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:11 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 3625

נאמען פון רב האב איך פארמעקט משום כבודו, סזאלל נישט אויסקוקען כאילו א חשובע רב מאכט פסקים לויט ווי סאיז בעסער פאר עם.
דורך גדליה
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:04 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: -
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 890

דורך גדליה
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:59 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: -
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 890

-

.
דורך גדליה
מאנטאג אקטאבער 07, 2019 10:57 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 3625

רב בישראל איז מודה על טעותו - קאנצערט-געיט

ליידער אין די לעצטערע יארן הערשט א גרויס זלזול אין די חשובע רבנים ואדמורים, מנהיגי יהדות החרדית, וועלכע שטייען בראש פון דעם ערליכן שיף, וועלכע ברויזט צו ווערן דערטראנקען אין ברויזענדע כוואליעס, און ווי געניטיע קברניטים שטייען זיי און פירן די זאך ביד רמה. רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל פארשטייט אז ...
דורך גדליה
דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 10:16 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2478

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.
זויער פיקעל איז גיט פאר די הארץ און עס ראטעוועט פון קענסער
https://www.bustle.com/p/7-health-benefits-of
דורך גדליה
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 10:43 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2478

וואלווי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:גראדע די חלה אין האניג מאכט מיך דווקא מער אנגעצויגען. כקען באשטיין צו עסען חלה איינגעטונקען אין גוטע דיפס און אויב סוועט קומען א יאר אזוי גוט ווי מטבוחה שטייען מיר אלע זייער פיין.


איך עס לעידי פינגערס...

נו וויאזוי גייט דאס יאר? געב איבער א באריכט
דורך גדליה
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 10:41 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2478

גוט.
למעשה ברויך מען פארשטיין פארוואס די מאנגעל אין זויער פיקעל ברענגט אריין א ערענסקייט אין מענטש.
מוואלט פונקט אזוי געקענט הייסען עסען פינף זויער פיקעל פאר תקיעת שופר און יעמאלט וואלט איר מסביר געווען ווי די זויערע מאכל ברענגט אריין אזא מין ערענסקייט און שארפקייט פין די יום הדין.
דורך גדליה
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 7:13 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2478

גראדע די חלה אין האניג מאכט מיך דווקא מער אנגעצויגען. כקען באשטיין צו עסען חלה איינגעטונקען אין גוטע דיפס און אויב סוועט קומען א יאר אזוי גוט ווי מטבוחה שטייען מיר אלע זייער פיין.
דורך גדליה
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 7:06 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2478

די התעוררות טעם שטימט אויך נישט ווייל שטודיעס באשטעטיגען אז עסען זויער פיקעל ברענגט א גרויס התעוררות.
דורך גדליה
מיטוואך אקטאבער 02, 2019 6:37 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2478

זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי

ס'איז אנגענומען ביי כלל ישראל אז מ'פירט זיך נישט צי עסען געוויסענע מאכלים במשך די העכערע טעג, למשל זויער פיקעל, די באליבטע ירק וואס געבט א "קראך" ווען מ'צוקייט עס, איז לחלוטין פארבאטען, וויבאלד דאס קען חלילה אנשרייבען א זויער יאר. אזוי אויך ווינעגער איז אסור, צוליב איר זויערקייט, און חסידי...
דורך גדליה
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:29 pm
פארום: אייוועלט קאמענטארן
אשכול: אייוועלט שטעלט צאם טויזנטער ערב ראש השנה
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 2070

אייוועלט שטעלט צאם טויזנטער ערב ראש השנה

די וועבזייטל פארום אידישע וועלט, המכונה אייוועלט, ווערט אפט קריטיקירט דא אויף פארשידענע זאכן. יעצט וועלן מיר ארויסברענגען א הערליכע געשעעניש אויף אייוועלט, ואקצר מפני קדושת היום הממשמש ובא. א יוד האט זיך אויסגעגאסן א שווער הארץ אויף אייוועלט, שרייבנדיג ווי ער איז אריינגעפאלן אין שווערע חובות וואס לא...
דורך גדליה
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:23 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: האט ר׳ חיים מאיר׳ל מוויזניץ איבערגעלאזט מיליאנען ירושה?
רעאקציעס: 76
געזען געווארן: 12666

קומענדיגע חודש גייט ערשיינען א פארבס 400 עדישאן פון די רייכסטע אדמורי"ם אין די היסטאריע פון חסידות... לאמיר פראבירען מאכען א שנעלע ליסטע פון די רייכסטע רבי'ס: 1) בעל שושנת יעקב מגור (הונדערט מיליון דאלער, זאגט מען) 2) בעלזע רבי זאל זיין געזונט (פופציג מיליון דאלער, זאגט מען) 3) ברך משה מסאטמאר...
דורך גדליה
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:16 pm
פארום: דער וועקער
אשכול: די אידישע שבת-קיך (וועקער 16)
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 1871

איך האב מיך אויך אביסעל געווינדערט אויף די מהלך פון די ארטיקל. למעשה האב איך געטראכט אז די שרייבער ניצט די נביאים חלק אלץ אזא מין ליטמוס טעסט, לאמיר זעהן ווי אלט די מאכלים קענען זיין. און די אינטערסאנטע זאך איז אז א פאר געציילטע מאכלים האבען יא א אפשטאם פון זייער פרי. עכ"פ, ס'געט א שטיקעל שאקעל...