דער זוך האט געטראפן 1703 רעזולטאטן

דורך איסר האטלקי
דינסטאג אפריל 14, 2020 3:32 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: קאראנא וויירוס (COVID-19)
רעאקציעס: 223
געזען געווארן: 44523

אפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס...
דורך איסר האטלקי
דינסטאג אפריל 14, 2020 3:26 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מתעסקים האט אונז פארראטן
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 4369

פאר א רענטל קאמפעני לוינט זיך צו טיילן שבעה בענקלעך בחינם, אזוי וועלן זיי נאכדעם באקומען וואך נאכטס און נאך ביזנעס. אין ארץ ישראל ארבעט די סיסטעם אז דרוקערס שטעלן צו לויה צעטלעך בחינם, אזוי באקומען זיי ביזנעס פון הפגנות און מחאות (קען זיין היינט איז שוין פארקערט, הפגנות בחינם פאר לויה ביזנעס....). ד...
דורך איסר האטלקי
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:40 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שלום אין סאטמאר??
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 5887

אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א נארוואס אנגערופן אחיו מפאפא ב"פ שליט"א צו פרעגן וויאזוי זיין ווייב שפירט זיך...
דורך איסר האטלקי
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:10 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שלום אין סאטמאר??
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 5887

אלס וואס קומט זיך פאר ר' אהרן גאנץ סאטמאר? בתורת בכור? ער איז נישט קיין בכור. ער האט געהאט די אפציע פון זיך טיילן בדרכי נועם ושלום און בלייבן דער עלטערער הויפט רבי אין סאטמאר, ער וואלט נאר פארדינט דערפון. שטעל דיך פאר צוויי רבי'ס אין סאטמאר אן קיין מחלוקה, יעדער וואלט זיך געקוויטלט ביי אים, און זיין...
דורך איסר האטלקי
דינסטאג אפריל 14, 2020 12:43 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מתעסקים האט אונז פארראטן
רעאקציעס: 23
געזען געווארן: 4369

יאפ, ס'האט מיר שרעקליך געבאדערט זייער באשלוס פון די ערשטע מינוט, איך האב מיך גע'ישוב'ט צו עפענען אן אשכול איבער דעם, נאר איך בין זיכער געווען אז די אנטי חרידישע ניקס וועלן ארויפשפרינגען אויף מיר אז מ'דארף אפשטופן די גאנצע שבעה זיצן ביז נאכן ווירוס, פונקט ווי די חתונות. און מ'דארף מעגליך בכלל נישט זי...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג אפריל 13, 2020 11:30 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שלום אין סאטמאר??
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 5887

איך האב פריער גערופן מיין עלטערע ברודער, ס'האט געדויערט קנאפע 16 מינוט.

עמער געוואויר ווערן מארגן אויב ס'מיר געלונגען צו מאכן העדליינס...

אויב נישט וועל איך וויסן אז די מחלוקה איז נאכנישט גענוג הייס, כ'וועל מוזן אונטערשטעלן עפעס א 'רבם דקרו'...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:15 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שלום אין סאטמאר??
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 5887

אה די מחלוקות איז נישט קיין פשוטע מחלוקות און נישט געבויעט אויף קיין ״אגענדעס״ און ״שנאת חנם״ נאר אויף פשוט געלט און תאוות השררה!!! און ממש קיין איין איד וואלט בייגעשטאנען אזא נסיון... בקיצור מיין ברודער און מיין בלוט און פלייש האט א פרייז! מילא פאר הונדערט אלפים וועלן מיר זיך נאך לעבן גוט און גייע...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:11 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שלום אין סאטמאר??
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 5887

אבער ס'דא אסאך מענטשן וואס וועלן זיין ערליך פאר א צוואנציגער און אפי' פאר א הונדערטער, אבער נישט פאר צוואנציג מיליאן. מסתמא זענען זיי האלב ערליך.

כ'האף דו קענסט ליינען אפי' ס'נישט באלד...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג אפריל 13, 2020 2:09 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שלום אין סאטמאר??
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 5887

גראדע נישט די ערשטע מאל נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים יענע ביטערע שריפה איז געווען צוואנציג יאר צוריק. תש"ס. ס'איז נישט געווען דעמאלטס דיבורי פיוס, נאר פארקערט. מהר"א האט ברוח קדשו פארלאנגט עטליכע תנאים דעמאלטס, וואס מהרי"י האט ברוב קדושתו נישט ג...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג אפריל 13, 2020 11:05 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שלום אין סאטמאר??
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 5887

שלום אין סאטמאר??

צום ערשטן מאל אין 20 יאר האבן די אחים הקדושים גערעדט צווישן זיך אויפן טעלעפאון.

האדמו"ר מהרי"י האט נעכטן נאכט גערופן אחיו הגדול מהר"א צו פרעגן איבער די מצב פון רעביצין סאשא.

אין סאטמאר האט מען אלץ געוואוסט אז ס'איז ווערד 20 יאר פון רציחות און שפיכת דמים, פאר איין קידוש ה'...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג אפריל 13, 2020 10:46 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
רעאקציעס: 123
געזען געווארן: 16660

אינעם סטעיט געזעץ שטייט נאכאלץ מאדנע ווערטער, איינער קען עס מסביר זיין?

Houses of worship may only be used by individuals and only where appropriate social distancing of, at least, six feet between people can be maintained.

דאס מיינט אז זיי קענען נאכאלץ גארנישט טון קעגן מנינים אין שולן...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג אפריל 13, 2020 10:39 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: עס איז מעגליך נוגע למעשה - די נעקסטע קאראנא קריזיס
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1246

האלטסט טאקע אז טראמפ איז גרייט צו לאזן די לאנד פייפן? דר. פאוטשי פארשטייט פיין צו דאקטאריי, אבער ער האט קיינמאל שטודירט עקאנאמיע. טראמפ האט אנדערע עקספערטן אינעם טיעם וואס היטן אויף די גאנצע לאנד, אין צייט וואז דער אלטער דאקטער פארשטייט נאר זיין פעלד. אן עקאנאמישע צאמבראך מיינט אז מענטשן שטארבן פון ...
דורך איסר האטלקי
זונטאג אפריל 12, 2020 11:04 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
רעאקציעס: 123
געזען געווארן: 16660

איך האב געשריבן אז שולן זאלן זיין אפן? איך דאווען שוין נישט מיט מנין פאר 6 חדשים (נישט ממש...).

אבער פארוואס זאגן ליגנט אז די געזעץ האט עס פארלאנגט ווען ס'איז נישט אמת? וואס איז שלעכט צו בלייבן מיט'ן אמת אז די תורה פארלאנגט עס אפי' די רעגירונג האט נישט געהייסן פארמאכן ביז היינט?
דורך איסר האטלקי
זונטאג אפריל 12, 2020 8:11 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
רעאקציעס: 123
געזען געווארן: 16660

צוקער זיס דער, ער ברענגט א המודיע פון א פרישע געזעץ, פון היינטיגן טאג, ווייניגער פון א שעה צוריק. די סטעיט האט דאנערשטאג קלארער געמאכט די גיידענס צו זאגן אז רעליגיעזע שולן דארפן אויך זיין פארמאכט. שקר!! היינט זונטאג חול המועד. נישט קלארער געמאכט, נאר פארבאטן צום ערשטן מאל. ביז היינט איז עס בלויז געו...
דורך איסר האטלקי
זונטאג אפריל 12, 2020 10:23 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: קאראנא וויירוס (COVID-19)
רעאקציעס: 223
געזען געווארן: 44523

שומרי הדת קעיטערט נישט נאר דעם היימישן ציבור, נאר אויך נישט פרומע אידן, און נישט נאר פון בארא פארק. ווי אויך האבן זיי ליב צו שיסן נומערן ווען ס'פעלט אויס.

אלעס אינאיינעם היימישע נפטרים פון אלע דריי טעג יו"ט פון ברוקלין, אפסטעיט און לעיקוואוד, איז געווען ארום 30 - 35.
דורך איסר האטלקי
דינסטאג אפריל 07, 2020 10:18 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: האדמו"ר מהר"א מסאטמאר און קאראנא (משפחה ארטיקל)
רעאקציעס: 0
געזען געווארן: 1368

האדמו"ר מהר"א מסאטמאר און קאראנא (משפחה ארטיקל)

משפחה ארטיקל פון דעם פסח, איבער האדמו"ר מסאטמאר און קאראנא: Reb Hillel Weiss has seen much over the past 70 years, but even a lifetime in the shadow of the rebbes of Satmar couldn’t prepare him for this sight. The Satmar Rebbe stood in the long, empty corridor, broke down, and cried. It was Wed...
דורך איסר האטלקי
דינסטאג אפריל 07, 2020 11:00 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מושחתים, מערדער, פארוואס זענט איר גאר אונזערע "מנהיגי העדה?!
רעאקציעס: 40
געזען געווארן: 5143

אמת אז אין ארץ ישראל האט מען טאקע גענומען שריט עטליכע טעג פריער, ווייל דארט איז עס געווען מער פארשפרייט ווי אין ניו יארק אין יענע טעג. אבער אודי לי מיהת, אז אין אמעריקע האט האדמו"ר מבאבוב גענומען די ערשטע שריט!! שבת זכור האט מען שוין אויסגערופן אין שול נישט צו געבן די האנט און זקנים זאלן בלייבן...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג אפריל 06, 2020 9:24 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: די רעאקציע פונעם פרעזידענט צו די קאראנא מגיפה
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 1865

איין זאך וואס האט מיר איבערצייגט אז דער פרעזידענט לויפט אויף א גוטע ליניע, איז דזשאו ביידען'ס שריט צו רופן דעם פרעזידענט דורכצושמועסן דעם נושא.

דזשאו וויל זיך באווארענען, נאך איידער מען הייבט אן אויסצורומען טראמפ פאר די גוטע ארבעט בשעת'ן קריזיס, וויל ער זיין דערביי צו עסן קרעדיט דערפון...
דורך איסר האטלקי
מאנטאג אפריל 06, 2020 1:59 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וואס זאגן די חאניאקישע רבנים.
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 2098

נישט קיין שום שקר. נישטא קיין שום געזעץ צו פארמאכן שולן.

דעבלאזיא האט געזאגט האלבע ווערטער און דערנאך זיך מסביר געווען אז ער האט דאס נישט געמיינט, נאר אויב מ'פאלגט נישט די רעגולאציעס.
דורך איסר האטלקי
זונטאג אפריל 05, 2020 4:36 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וואס זאגן די חאניאקישע רבנים.
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 2098

ענדליך, א פאזיטיווע ארטיקל אין שאטן פונעם מלאך המות.

קענסט צולייגן רבי אברהם שאר צום ליסטע, וואס כאטש זיין געווענליכע עקסטרעמיזם, האט ער ארויסגעשיקט גאר א שארפע מעסעדזש קעגן דאווענען מיט מנין.
דורך איסר האטלקי
זונטאג אפריל 05, 2020 12:48 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!
רעאקציעס: 56
געזען געווארן: 9198

די ארטיקל אין עמי פאריגע וואך פארוואס רוסלאנד איז שולדיג, איז געבויט אויף עטליכע שטאק פון דמיונות כמבואר שם באריכות. איך האב פרובירט עס צו גלייבן, עס איז מיר נישט געגאנגען. עפעס א לעב האט זיך אויסגעקראכט די פענסטערס, די ווינט האט עס געבלאזן קיין כינע, גאנץ רוסלאנד איז שוין אימונירט... ויקץ ויחלום שנ...
דורך איסר האטלקי
זונטאג אפריל 05, 2020 12:42 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וויזוי קען מען זיין אזוי בלינד?
רעאקציעס: 59
געזען געווארן: 7278

איינער קען מיר געבן א ליסטע מיט גוטע פרעזידענטן וואו די וויירוס איז נישט אנגעקומען? ביבי נתניהו: יא עס איז דארט אנגעקומען א סאך פריער פון דא און זיי זענען אין סאך א בעסערע מצב ווי דא. גערעכט. אבער איך האלט נישט אז זיי גייען ענדיגן בעסער ווי אמעריקע. מ'גייט נישט קענען האלט יעדעם פארשפארט אזוי לאנג, ...
דורך איסר האטלקי
זונטאג אפריל 05, 2020 12:38 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
רעאקציעס: 123
געזען געווארן: 16660

איז געווען אפען שבת די שטיבלעך אינטען מיט מניינים געהעריג. אויב איינער קען קלינגען דער רבי אדער דער גבאי אדער דער רב פרעגן הייתכן, אז די קהילה גיט קלאר ארויס צעטלעך צו פאלגן די הוראות און זיי פאלגן נישט. די הוראה פון סאטמאר רבי איז געווען צו זיין פארמאכט פאר צוויי וואכן, מ'האלט שוין נאכדעם. נישט אז...