דער זוך האט געטראפן 258 רעזולטאטן

דורך קפנדריא
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 10:32 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: איז עס נישט שרעקעוודיג?
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 1852

איז עס נישט שרעקעוודיג?

ס'טומלט זיך אויף טישן און בענק אין די מעכטיגע "ביג וואורלד פירמע", אייגנטליך איז עס גארנישט קיין פירמע, עס איז א גאנצער קאמפלעקס, נישט בלויז א קאמפלעקס פון פעקטארי בנינים, טראקס באנען און שיפן, אפיסעס און אלע צוגעהערן, מיט מאסן מענשטן וועלכע ארבעטן פאר די פירמע, נאר דער גאנצער שטאט און אומ...
דורך קפנדריא
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:50 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מיין רויע שטיקל בשר
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 2335

איך שעם זיך ממש, איך קען נישט גלייבן אז ס'איז נאך דא דא חברים וואס שפירן א טעם אין עסן, האלב געקאכט, גאנץ געקאכט, גוט און נישט גוט, מ'עסט ווייל מ'דארף האבן כח צו עבודת הבורא, מ'עסט וואס איז דא, צי מ'איז טועם א שטיקעלע סושי, רוי נישט רוי, מ'נעמט אריין א שטיקעלע קארן ביעף, א געבראטענע סטעיקעלע, מילא א...
דורך קפנדריא
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:14 am
פארום: א שמייכל
אשכול: די גוטע געפיל ווען...
רעאקציעס: 57
געזען געווארן: 5984

ווען דו גייסט דורך א געפערליכע פאניק און שרעק, און דו דערוועקסט זיך צו זען אז ס'איז נאר געווען א חלום.. א קאלט גלעזל ביר נאכ'ן טשאלנט.. ווען מ'זעט אויף די טאוול אין גאז סטאנציע אז געז קאסט יעצט בלויז 3.15 א גאלאן.. ווען דו קומסט אן מיט דיין פולע טאנק פון נ.נזש. קיין ניו יארק און דו זעסט אז דא קאסט ג...
דורך קפנדריא
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:09 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ווען די ווייב קוקט דורך מיינע טעקסט מעסעדזשעס
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 4212

Milk shake האט געשריבן:ווי א תמים האב איך געטון די קלוגע עצה פון קפנדריא.
די ריזאלטס, שוין צוויי וואכן וואכן וואס אונז גייען פאר העלפ!


מילק שעיק, סארי טו טעל יו, ביסט א געזונטער חאלעמא"ק, דאס דארף מען וויסן ווען און וויאזוי עס צו זאגן, שוין, יעצט איז דערנאך, האב כאטש שכל און קום צו מיר פאר הילף..
דורך קפנדריא
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:05 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!
רעאקציעס: 624
געזען געווארן: 80637

וואו איז קרני צבי? זעט אויס אויף די באסעס און גואטאמאלא איז נישטא קיין ווייפיי..
דורך קפנדריא
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:33 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מרס. שינדער ביים שכר לימוד פענסטער
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 843

מרס. שינדער ביים שכר לימוד פענסטער

- אזויפיל? איר דארפט פארשטייין אז מיט א שטוב מיט קינדער קע"ה איז דאס זייער זייער אסאך געלט.. - אונז זעמיר עניוועי פול, נישט פול, איבערגעפולט! איך ווייס נישט צו... - און ווייל ס'איז מיר שווער צו צאלן די הויכע שכר לימוד און איך פרוביר צו האנדלען נעמט מען נישט אן מיין קינד? - ס'איז נישט די געלט, א...
דורך קפנדריא
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:12 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: כנגד שתי אט"ד דיברה תורה, אחד חכם ואחד רשע
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 2357

גאר ריכטיג געזאגט הרב אפטעמיסט , עס זענען דא פון די שטעכיגע און האס שפייענדע אזעלכע וואס טוען דאס בלויז פאר אטענשאן, און דא ביז ווערן גוט מיט די וויסטע אנטיסעמיטן אויף די לופט (עי"ר בלע"ז) איז בלויז א קאצן שפרונג, און טראץ וואס אין דער אנהייב וועלן זיי עס טון נאר און נאר פאר אטענשאן, וועלן...
דורך קפנדריא
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:37 pm
פארום: אחיעזר
אשכול: הילף און חיזוק פאר מענער וואס נעמען זייערע פרויען שאפינג
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 3240

איך האב אראפגעשטעלט מיינע איידעלע פיסלעך באלד נאך מיין ערשטע שאפינג ספרי, קורצליך נאכ'ן עררייכן מיין דרייווערס לייסענעס האט מיך מיין עזר'ל גע'אנערט מיט קומען צו א "שאפינג אוטינג", אנקומענדיג אין לאבי פון די מאלל, האב איך געזאגט, "או נאו, איך זעה דאס איז סם פאר שמירת עינים, נישט אויף ד...
דורך קפנדריא
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 1:47 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: אנשיקעניש: ספרים גנבים..
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 654

אנשיקעניש: ספרים גנבים..

עס איז ליידער א פאקט, מיר ליידן פון אן אנשיקעניש פון מענטשן וואס זענען קראנק אויף גנב'ענען ספרים, נעבעך, זיי רוקן זיך אריין אין ספרים געשעפטן און שולן, און גייען ארויס מיט פולע זעק, ס'איז א יצר הרע געפלאכטן מיט א מחלה ל"ע, איך געדענק אין אמונת ישראל איין שטילן זונטאג האט א תמימות'דיגער "מא...
דורך קפנדריא
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:41 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ווען די ווייב קוקט דורך מיינע טעקסט מעסעדזשעס
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 4212

גארנישט פערזענליך קעגן קיינעם: פאר די וואס האבן דערמאנט און געבלעימט דעם "סיסטעם", לידיעתכם, ביי די נישט אידן איז דער פראבלעם טויזנטער מאל מער, און אויף אן אמת, טאקע ווייל זיי טראסטן זיך נישט, און פיל מאל איז די "חשד" גארנישט אומזיסט, פוק חזי וויפיל הונדערטער וועבזייטלעך און בלאג...
דורך קפנדריא
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:58 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ווען די ווייב קוקט דורך מיינע טעקסט מעסעדזשעס
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 4212

קפנדריא, געוויסע וועלן זאגן צו אזא מערידזש אז ס'איז נישט א גוטע ליבליכע. ס'דא פרויען וואס ביי זיי איז נישט געהערט אזא זאך אז דער מאן זאל האבן עפעס 'פריוואט', זיי ווילן אלעס שערן מיט'ן מאן און זיי ווילן די זעלבע לאוו אויף צוריק. מיין טייערער פריינט בשבילי, נישט אין דעם ליגט א גוטע הייראט אדער פארקער...
דורך קפנדריא
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:33 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אומאנגענעמע מאמענטן
רעאקציעס: 49
געזען געווארן: 4714

זעט אויס ווי גאר פאסיגע מחותנים..
דורך קפנדריא
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:53 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ווען די ווייב קוקט דורך מיינע טעקסט מעסעדזשעס
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 4212

ווען איך האב געפאקט מיין חשוב'ע פרוי איבערקוקן מיינע טעקסט איין נאכט נאכ'ן צווייטן, האב איך איר געזאגט, הער מיך אויס צדיקת, מיך שטערט נישט אז דו קוקסט מיינע טעקסט, איך האב נישט וואס צו באהאלטן, אבער דו ווייסט דאך אז ס'איז דא א חרם דרבינו גרשום צו ליינען יענעמס פריוואטע זאכן, אויב דו האלטסט נישט פון ...
דורך קפנדריא
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:43 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ברית כרתי לעיני - עיני עיני יורדה מים - אם תמצאו את דודי מה
רעאקציעס: 49
געזען געווארן: 7777

רחמנא ליצלן צו ברענגען אזא געמיינע געפעלשטע תשובה אויף אזוינע ענינים חמורים, מנהלים ביטע אראפנעמען, דאס אחריות איז גרויס..
דורך קפנדריא
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:32 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: אביסעל מענטשליכקייט!
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 3028

זייער וואלידע פונקטן קיהלער מאן, רוב נקודות גייען אויך אריין אין "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם", אסאך דרייווערס טוען אסאך נאכלעסיגקייטן וואס גייט אריין בגדר רציחה אויף אנדערע, און צומאל אויך בגדר "מאבד עצמו.." די איגנאראנט "לינקע לעין זיצערס" טוען אויפרעגן און מצער זיין די נא...
דורך קפנדריא
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:20 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
רעאקציעס: 137
געזען געווארן: 28011

למה נקרא שמה "סיני", שמשם ירדה שנאה לאומות העולם...

אבער די וואס צובלאזן עס און העצן עס מער און מער האבן בלוט אויף זייערע הענט..
דורך קפנדריא
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:16 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: פייער אין קארלסבורגער קאנטרי ברענגט אום 3 יעריג קינד ל"ע
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 2327

אויף די בילדער ווייזט זיך עס אויס צו זיין פשוט'ע אלטמאדישע כאטקע באנגעלויס..
דורך קפנדריא
דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:31 pm
פארום: אחיעזר
אשכול: ביטע האטס מיר אינזין
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 700

דו האלטסט שוין אויף א וועג, דו ביסט שוין דיאגנאזירט, און דאס ערשטע זעה איך האסטו שוין מסדר געווען אז פון א מחלה איז געווארן א מכלה.. (ס'איז דא וואס זאגן אז ס'איז "מכלה" מנפש עד בשר"..) אצינד דארפסטו גיין צו א העלט פוד סטאר, ס'איז דא איין נאטורליכע רעמעדי וואס הייסט "טעג", ס'...
דורך קפנדריא
זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:15 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: קעמפ אפיס טראומא..
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 1738

דריי טויזנט דאללער א קינד איז די פאקטישע פרייז פון קעמפ פאר א דורכשניטליכער בעל הבית? ניין, פרוביר נאר קעמפ שטערנבערג, טאבי (תב"י), בנות, מחנינו, אדער אפילו די אלטע בית יעקב קעמפ, דארט גייט עס פון פיר פינף טויזנט און ארויף, ביי אונז "היימישערע" גייט עס בערך פון 2000 ביז 3000, ווענדט ...
דורך קפנדריא
זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:02 am
פארום: חינוך
אשכול: פון פארשלאפן פארטאגס ביז פריקת עול
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 2137

געהערט א עובדא פון א רב וואס קען די באטרעפנדע פון די מורא'דיגע מעשה: א עלטערער חשוב'ער ת"ח א געוועזענער ראש ישיבה איז גערופן געווארן צו פארהערן א ישיבה סוף זמן נאך א שווערע חזרה, און איין בחור האט געקענט עפעס הפלא'דיג מיט א פליסיגקיייט און קלארקייט צום באוואונדערן, האט דער פארהערער - א געוועזענ...
דורך קפנדריא
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:22 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: קעמפ אפיס טראומא..
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 1738

סארי, באט איטס יאור פאלד! פארוואס זאגסטו דעם שטיינהארצ'ן אז זיין קעמפ איז דאס בעסעטע? ער וועט זיך נאך איינרעדן אז ס'איז טאקע אזוי, און קומענדיגע יאר וועט ער בעהטן נאר מער!! איך בין געגאנגען צו די "סעלף קאנפידענס" שיעורים, זיי רעקאמענדירן מ'זאל צום ערשט געבן א קאמפלימענט, דערנאך גייט אלעס ...
דורך קפנדריא
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:18 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: קעמפ אפיס טראומא..
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 1738

ויסעו ממיידל קעמפ, ויחנו ב...

מיט די נויטיגע שריפטן / קארטלעך פון די מיידל קעמפ אפיס אין טאש, הייב איך די פיס און לאז זיך ארויס צו סטאפ נומער צוויי, די אינגל קעמפ אפיס, איך ווייס (איך מיין) אז דארט האב איך א גרינגערן פעלד צו אקערן, ווי נישט זענען די אינגל קעמפס נישט אזוי בגדול ביי זיך, און מער פון אלעם קען איך מיך אביסל מיט דעם ...
דורך קפנדריא
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 10:15 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: קעמפ אפיס טראומא..
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 1738

diff האט געשריבן:What will you be getting back from your children for all that ? i


איך מיין זיי וועלן צולייגן איין עקסטערע שטויס פאר דעם..