דער זוך האט געטראפן 400 רעזולטאטן

דורך קינד_אן_קייט
דינסטאג מאי 10, 2016 3:17 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: שנונות ומשונות - לבית בריסק
רעאקציעס: 262
געזען געווארן: 41301

מ׳דערציילט נאך אויף חיימקע בריסקער, אז ביים באצאלן אין גראסערי וואו די קעשיער איז געווען א פרוי האט ער צוגעלייגט: ״שלא לשם קידושין״.

(יש אומרים, אז די מעשה איז געשען מיט ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל, ואואדא״ח).
דורך קינד_אן_קייט
דינסטאג מאי 10, 2016 3:09 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מפני שיבה תקום
רעאקציעס: 96
געזען געווארן: 10143

דער דרייווער קען לכאורה פיין פארן אויב ער וויל, ובכגון דא אמרו: Enablers are Secondary Abusers.
דורך קינד_אן_קייט
דינסטאג מאי 10, 2016 2:56 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מפני שיבה תקום
רעאקציעס: 96
געזען געווארן: 10143

יעקב מענטש האט געשריבן:דער עולם איז יעצט נישט אינטערסירט אפצוהאלטן דעם באס ווייל דער אלטער האט זיך צופידעלט און האלט נישט ביים זאגן "פליז"

ווער האלט אפ דעם באס?
דורך קינד_אן_קייט
דינסטאג מאי 10, 2016 2:44 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מפני שיבה תקום
רעאקציעס: 96
געזען געווארן: 10143

לבי אומר לי, אז דער אינגערמאן האט זיך נישט אויפגעשטעלט צום סוף צוליב דעם זקן נאר צוליב לחץ הסביבה. סיי די ארומיגע און סיי דער דרייווער געבן דעם אלטן גערעכט און שפילן מיט, אן זיך צו בארעכענען אז אולי, אולי, באגייט מען דא אן עולה אויף פארקערט. ס׳לאזט זיך נישט גלייבן וויאזוי ערוואקסענע מענטשן פארמאגן נ...
דורך קינד_אן_קייט
פרייטאג מאי 06, 2016 11:37 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: 10,000סטע לייק פאר אדנירם
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 5248

לאך נישט, כ'האב אמאל געזאגט בערך דעם וויץ פאר א פרוי-ניק דא אין אישי, אבער זי האט רעספאנדעט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס איך וויל. הערשט דעמאלט האב איך געכאפט אז מ'דארף אפזיצן צען יאר אין ישיבה און שמוציג מאכן עטליכע גמרות מיט קאפי פלעקן צו קענען פארשטיין דעם וויץ. מ׳דערציילט נאך אזא מעשה ...
דורך קינד_אן_קייט
דאנערשטאג מאי 05, 2016 8:01 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: 10,000סטע לייק פאר אדנירם
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 5248

דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אדנירם איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אדנירם איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אדנירם, אנדערש ווי ביי אנדערע ...
דורך קינד_אן_קייט
מיטוואך מאי 04, 2016 11:56 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: זענען די רבנים גערעכט?
רעאקציעס: 56
געזען געווארן: 11778

״פרייהייט״ פון אינפארמאציע און ״צופיל״ אינפארמאציע זענען צוויי פארשידנארטיגע ענינים, דער ערשטער איז קיין פראבלעם און דער לעצטער איז יא ערנסט פראבלאמאטיש, נאר מיט ׳רבנים׳ האט דאס געוויס גארנישט קיין שייכות. וואו אימער ס׳איז דא כמות ווערט א פראבלעם אז דער איכות קען אויך ווערן פארוואסערט, דארף מען זיך ...
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 5:43 pm
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: אידישע גראמאטיק — ווער זענען די עקספערטן? (פה סח II)
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 4438

א הארציגן דאנק [tag]לאשיצער[/tag] פאר דעם וואונדערליכן מאמר.

כאטש כ׳גלייב קנאפ אז יודל מאַרק, צי מאָטל שער, וואלטן גענוי מיט אייך מסכים געווען, בין איך אוודאי מסכים מיט אייער אנאליז און קוק ארויס אויף נאך באלערנדיקע מאמרים. יישר כח.
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 1:14 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: פרוי מאנדלבוים (פה-סח II)
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1929

דער ארטיקל איז פלאי פלאים, און געהערט ערליך אויפ'ן קאווער, אבער ווער קען די מעשה פון דעם איד וואס האט זיך געשטעלט קטנ'ען ביי א פארקירטע טראק און אינמיטן איז דער טראק אוועקגעפארן? רבי קא"ק, מיר דארפן דעם צווייטן האלב ארטיקל עי.עס.עי.פי.! נישטא קיין צייט פאר "קומענדיגער געלעגנהייט", אי...
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 12:54 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: פרוי מאנדלבוים (פה-סח II)
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1929

פרוי מאנדלבוים (פה-סח II)

פרוי מאנדלבוים דאס לעבן און שאפן פון פרעדעריקא ("מוטער") מאנדלבוים הקדמה אין יאר 1850 זענען אראפגעשטיגן אויפ'ן ניו יארקער באדן א אידישער פארפאלק פון דייטשלאנד, זיי האבן זיך אנגעגעבן אלץ וואלף און פרעדעריקא מאנדלבוים (לבית וויזנער) .ווי רוב אנדערע אימיגראנטען האבן זיי נישט פארמאגט ...
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 10:36 am
פארום: פאעזיע
אשכול: בצאתי ממצרים - פה סח II
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 1334

דער פיוט האט מיר ארויס גענומען פון התפעלות! יצוק כמין חומר וכולו אומר כבוד.

האלף לך [tag]ונבנתה העיר[/tag], פאר'ן משלב זיין אקטועלע ענינים כימי צאתנו ממצרים און פאר'ן אראפברענגן הויעכע ענינים דאהי למטה מעשרה טפחים.
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 10:30 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קרעפל משולשת (פה-סח II)
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 4275

שטארק געשמייכעלט ביי דעם ארטיקל, אזא רייכער הערליכער פעדער ווי ס'לויפט הומאר אנשטאט טינט. ייש"כ [tag]יואב[/tag].
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 10:27 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: אינעם וועיטינג רום - פה סח II
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1523

איי, [tag]ונבנתה העיר[/tag], מ'דארף טיף אפלערנען דיינע ווערטער, א קורצער ארטיקל וואס איז כולל אזויפיל, ס'נעמט דעם מח אויף א שפאציר על פיתולי דרך הפילאזאפיע, איז מעורר תכלית הבריאה און דאס עצם עקזיסטענץ. יישר כוחכם.
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 10:21 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: פסח על שום שפסח הלחץ - פה סח 2
רעאקציעס: 7
געזען געווארן: 1515

לויטער הומאר! כ'האב געהאט א שמחת יו"ט מיט דעם ארטיקל, ייש"כ [tag]רויטע וואנצעס[/tag].
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 10:20 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: שם לשון מלבוש [פה-סח II]
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 4525

ייש"כ [tag]פרייוויליג[/tag], כ'האב שטארק הנאה געהאט פון דעם מסודר'דיגן באלערנדן ארטיקל.

אגב, נאכקוקענדיג דעם מאור ושמש איז נישט אזוי חד וחלק און כ'בין זיכער ס'זענען דא וואס וועלן אפלערנען דעם קאנטעקסט לתרי אנפין, ס'איז דאך א פיינער מראה מקום.
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 10:15 am
פארום: העמק דבר
אשכול: שיר השירים - פה-סח
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 1072

ריין שירה!

חרוזים זאצן אויף א גרינגען לשון, א וואונדער ארבעט. ייש"כ [tag]shem-tov[/tag].
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 10:03 am
פארום: אנשי שם
אשכול: פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו - פה סח II
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 5377

א מעסטערפיעס פון א ארטיקל, היסטאריש מיט א אידישן טעם, רייך און פליסיג. ייש"כ [tag]ונבנתה העיר[/tag].
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג מאי 02, 2016 10:01 am
פארום: היסטאריע
אשכול: כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
רעאקציעס: 65
געזען געווארן: 10465

זייער שיין צולייגט די נושא, ייש"כ [tag]אדנירם[/tag], כ'האב שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל.
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג אפריל 25, 2016 11:47 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 6745

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ניין, אזוי דארף עס זיין. קוק אין יעדער ספר צו וואס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נ״ל שטעות בידך, די פעידזש נומבערס קומען אינדרויסן, נישט אינעווייניג.
דורך קינד_אן_קייט
מאנטאג אפריל 25, 2016 11:08 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: בית הדפוס שע"י קאווע שטיבל אויף עמאזאן
רעאקציעס: 52
געזען געווארן: 6745

אויך באקומען, די קאלירטע ווערסיע, זייער שיין געבינדן אבער די דפים זענען אפגערוקט (דער מפתח הייבט זיך אן אויפ׳ן לינקן זייט, ס׳דארף זיך אנהייבן אויפ׳ן רעכטן זייט גראד אונטער׳ן דעקל).
דורך קינד_אן_קייט
פרייטאג אפריל 22, 2016 3:10 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מיין "פה סח" - פסח תשע"ו
רעאקציעס: 48
געזען געווארן: 7032

#פה-סח2
דורך קינד_אן_קייט
פרייטאג אפריל 22, 2016 12:51 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מצה, זו?
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 865

בפרוס עלינו החג, האי שעתא: https://scontent-lga3-1.cdninstagram.com/t51.2885-15/s640x640/sh0.08/e35/12479066_1288469697834383_1554955292_n.jpg?ig_cache_key=MTIzMjcwNTI4Mjg2MjYyOTI0Mw%3D%3D.2 https://scontent-lga3-1.cdninstagram.com/t51.2885-15/s640x640/sh0.08/e35/12912855_259750137700121_1930317599_...
דורך קינד_אן_קייט
מיטוואך אפריל 20, 2016 8:44 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
רעאקציעס: 121
געזען געווארן: 192403

ס׳איז נישט פשוט! באמת מבהיל על הרעיון סיי די חומר און סיי די צורה, אל זאת לא פיללתי.

א הערצליכן יישר כח @כוכב והמסייעים עמך, ס׳האט זיך געלוינט די האראוואניע.

יחי קאווע שטיבל!