דער זוך האט געטראפן 976 רעזולטאטן

דורך יהורם
דינסטאג יאנואר 18, 2022 11:26 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט
רעאקציעס: 637
געזען געווארן: 115167

הערט א שטוינענדע מעשה: א אינגערמאן האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט אן אייניקל פון א גרויסער גביר. ערגעצוואו האט עס אנגעהויבן פאנפען און עס האט אויסגעזען אז ער גייט דארפן נוצן הילף אין זיין מערידזש, זי איז געווען א פארפיעטשעטע מיידל און זי האט זיך נישט געקענט צוגעוואוינען צו לעבן אויף זיין רעלאטיוו ני...
דורך יהורם
מאנטאג יאנואר 17, 2022 1:52 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 2016

און אויב איז עס יא געווען א אומגעלונגענע מארקעטינג פריוו דאן איז וואס? מען קען מיינען מען רעדט דא פון א ארגאניזאציע וואס מאכט תקנות אדער עפעס א וועד לעניני.... סך הכל רעדט מען דא פון א ארגענעזאציע וואס קיינער פון די העצער'ס דא זענען נישט גרייט אינטערצושרייבן אז זיי גייען קיינמאל נישט מער זיך באנוצן...
דורך יהורם
מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:45 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: 33 מיליאן דאללער קאוויד געלט פאר סאטמאר ק"י
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 2684

עמיצער קען מיר ערקלערן פארוואס די מוסדות האבן געשנארט יעצט אזויפיל געלט? ספעציעל די זאלי׳ס און בני יואל וואס האבן דא לויט די דאקומענטן געלייזט פעטע מטבעות, פארוואס האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויף א שנאר פונקט יעצט? איז די געלט וואס זיי האבן באקומען דא נישט גוט? קען מען עס נישט נוצן פאר שכר מלומדות און...
דורך יהורם
מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:42 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 2016

עס מיינט נישט גארנישט אויסער PR. אזויווי די toughts and prayers פון פאליטיקאנטן ארום די וועלט. יעדע שומרים און שמירה ארגאניזאציע האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז זיי גייען האבן עקסטערע פאטראל. שומרים און שמירה? איך האב נישט געזען, אבער אפילו אויב יא, נו זאל זיין. זיי זענען דאך אפיציעל כלומר׳שטע פאטראל ...
דורך יהורם
מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:48 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 2016

חברים דמאנסי מאניטירט משכונות סיטואציע אין טעקסעס

איינער קען מיר ערקלערן די מאדנע געשעעניש וואס האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת? ֿ עס איז פארגעקומען א דראמאטישע משכונות פארכאפונג אין טעקסעס. א מוסלמענער יונג האט פארכאפט א רעפארמער ראביי מיט עטליכע מתפללים אין א שול, די פאליציי און די סוואט איינהייט האבן זיך געשטארקט אויף אים און אומגעבר...
דורך יהורם
זונטאג יאנואר 16, 2022 11:50 am
פארום: בחצרות הקודש
אשכול: וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?
רעאקציעס: 61
געזען געווארן: 14916

יעצט איז ער מסביר איבער דעם וואס דער שטן קען נישט דערליידן אז מען זאגט ׳מיטן רבינ׳ס כח׳. כאטש וואס ער ווייסט קלאר אז דער טאטע האט אן אבנארמאלן נחת רוח דערפון אין הימל, דאך הייסט ער אז מען זאל דאס בשום אופן מער נישט שרייבן און מער נישט זאגן.

אינטערסאנט ווי שנעל ער גיבט זיך אונטער צום שטן.
דורך יהורם
זונטאג יאנואר 16, 2022 10:17 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: א געשיכטע מיט א בילבאורד
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 4591

קען זיין עס איז געווען אן עלעקטראנישע בילבאורד וואס מ'קען צאלן אויפ'ן טאג / שעה. סתם אזוי: 1) קאוקא קאולע האט דאך געקענט אליין טון דעם שפיצל אויב עס איז זיי אזוי וויכטיג... 2) אן עד ביי די סופערבאול קאסט 5 מיליאן דאלער, שווער צו זאגן א בילבאורד זאל זיי ווערט דריי בכל אופן. 3) קאוק האט דאך געקענט אנ...
דורך יהורם
זונטאג יאנואר 16, 2022 10:11 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: הרב יואל אשר לאבין - כמה מיני חיים - איבער חיים וואלדער
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 2423

הרב יואל אשר לאבין - כמה מיני חיים - איבער חיים וואלדער

פאלגענד איז א טיפזיניגער ארטיקל געשריבן דורך הרב יואל אשר לאבין, איבער לעבן און טויט, איבער חיים טובים און חיים וואלדער. איך האב פרובירט צו קאפיען און פעיסטן די טעקסט ולא עלתה בידי. ווער עס קען דאס טון וואלט געווען א געוואלדיגע זאך, כדי צו עפענען די פילפארביגע נושאים וואס נעמען ארום דעם ארטיקל, אין ...
דורך יהורם
מוצ"ש יאנואר 15, 2022 2:54 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 6713

קודם כל האב איך נאר ארומגעווערטלט איבער קרוינהייטס, וועגן זייערע משיח׳יסטישע אנשויאונגען. אבער אז מען רעדט שוין וועגן ליובאוויטש און סקולען, האט מיר דער גבאי פון הרה״ק מסקולען זי״ע דערציילט, אז א חסיד איז אריין צום ליובאוויטשער רבי זצ״ל און געזאגט אז סקולענער רבי מאכט ליובאוויטשע חסידים דאווענען מיט...
דורך יהורם
פרייטאג יאנואר 14, 2022 2:58 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: כולל לדיינות משפט העזר - קאמפיין.
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 2281

הרב לאבין האט געשריבן אויף זיין סטאטוס אז דער וואלדער ארטיקל איז שוין אריין אין אויוון און איז שוין אט אט גרייט.
דורך יהורם
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 11:32 am
פארום: מידיא ווינקל
אשכול: Different Perspectives
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 2349

קידוש האט געשריבן:וואס האט פאסירט מיט זיין טשענעל? די טופזיניגע פראגעס האבען זיך אוסגענוצט?!

סיי די פראגעס און סיי די מענטשן וואס ענטפערן... עס איז דא א גבול וויפיל מאל מען קען זיך באטעמ׳ט מאכן.
דורך יהורם
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 11:31 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
רעאקציעס: 512
געזען געווארן: 125621

בחדרי חרדים טראלל׳ט שוין א לאנגע צייט ארום מיטן עולם. איך מיין אז עס איז שוין די דריטע קבר וואס זיי טרעפן וואס איז אנגעבליך צו שלמה העלבראנץ. איך שפיר אז דער איד איז שוין לאנג ערגעצוואו אנטלאפן מיט א בינטל קעש און א טארבע אנגעפילט מיט שפאט אויף זיינע קולטיסטן.
דורך יהורם
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 11:28 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: בכל מושבתיכם תאכלו מצות!
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2606

אויך א רבי וואס האט זיך געזארגט אז די גלילות זאלן זיך נישט בויען.
דורך יהורם
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 11:01 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: א געשיכטע מיט א בילבאורד
רעאקציעס: 26
געזען געווארן: 4591

איך פארשטיי נישט פארוואס הרב בן-שושן-פורים וויל נישט אראפבעקן פון דעם געשיכטע. פארקערט, עס וואלט ווען געווען פיל בעסער אויב וואלט ער ארויסגעקומען מיט א מוסר השכל איבער דעם ווי זיין איינרעדעניש איז ארומגעפארן גלאבאל. ער איז פארנומען זיך צו פארענטפערן, ממש א שאד אויף אים. דער אויסטרעפער פון די געשיכטע...
דורך יהורם
מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:07 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א גוט שטיקל פילעזאפיע
רעאקציעס: 17
געזען געווארן: 4296

אויך איז פארהאן אזא מין זאך ווי ..."עולם התוהו"... איך האב מיט א לאנגע צייט צוריק געליינט א מעשה אין עפעס א מעשה ביכל אז א מענטש איז געקומען אויף יענע וועלט (לאחר מאה ועשרים) און די בי"ד של מעלה האט איהם פארמשפט' צו עולם התוהו. ער האט געפיהלט ווי ער איז נאך אין דעם עולם השפל. ער האנד...
דורך יהורם
מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:05 am
פארום: שלום עליכם!
אשכול: קאווע שטיבל אימעילס (לייקס, אישית) האבן אויפגעהערט קומען
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 3647

MeToo#
דורך יהורם
מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:04 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 6713

עס האט מיר אזוי אויפגערעגט ווען איך האב געזען דעם קליפ פון דעם פראטעסט. גלייבט מיר אז איך האב געהאלטן אז וויליאמסבורג שטייט שוין אסאך ווייטער פון דעם. איך האב אפגעשטעלט דעם סקרין און געקלערט, אט איז נאך א סיבה פאר משיח׳ן אויסצואוועלן קרוינהייטס איבער וויליאמסבורג.
דורך יהורם
מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:02 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: פארוועמען געבט מען צדקה?
רעאקציעס: 69
געזען געווארן: 5052

ווען דו זאגסט מיר בלויז עזר לבחורים, האסטו מיר שוין געמאכט קראכן פאר געלעכטער... איך כאפ נישט די זשאויק, פאר ווער ס'האט געדיעלט מיט זיי ווייסט אז זיי טוען אויף גדולות ונצורות פאר אונזערע פיוטשער דורות וואס קיינער קוקט זיי נעבעך נישט אן. איך האב שוין געדיעלט מיט זיי בעבר, נישט קיין גדולות און נישט ק...
דורך יהורם
זונטאג יאנואר 09, 2022 11:28 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3117

זיידי!

איך וויל דיר אזוי שטארק ארויסנעמען פון דארטן, אבער איך געדענק נאך וואס עס האט פאסירט ווען שיינדי האט דיר פרובירט פיטערן, מיר קענען דאס נישט טון אליין.
דורך יהורם
דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 12:20 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: פארוואס האט מען מיך אויסגעשפארט? (שבת אחים)
רעאקציעס: 60
געזען געווארן: 4506

איך וואוט אז מען זאל צוריק עפענען פאר [tag]שבת אחים[/tag] זיין ניק. איך האב ליב זיינע ווערק.
דורך יהורם
מאנטאג יאנואר 03, 2022 10:07 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: פרישע פרשה אין אר”י - באקאנטע ראדיא פיגור
רעאקציעס: 33
געזען געווארן: 7288

דודי שוואמענפעלד האט מיר אייביג אויסגעזען צו זיין אן ארכי פעדאפיל און ווילדער חזיר. די מעשיות אויף אים שטימען דאך אויפן האר, דא זעט עס נישט אויס ווי א פארוואלקנטע געשיכטע ווי וואלדער, דא זעט אויס אז עס וועלן שפראצן עדות אין די מאסן. כ׳געדענק ווען ער האט געשאלטן די חרדים ביי קאוויד אז זיי זענען רוצחי...
דורך יהורם
מאנטאג יאנואר 03, 2022 9:51 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: פרישע פרשה אין אר”י - באקאנטע ראדיא פיגור
רעאקציעס: 33
געזען געווארן: 7288

זעט אויס אז דאס איז די נייע טרענד היינט. כ׳האב געזען אויף טוויטער היינט א באשולדיגט אויף נאך עמיצן ׳אהרן טייטלבוים׳ וואס האט אן ארקעסטרע, און זיי האבן דארט א רעקארדירונג ווי ער איז מודה. איך האף אז עס וועט נישט קומען יעצט א כוואליע פון זעלבסטמארדן.
דורך יהורם
מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:00 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: דער קומענדיגער משי זהב/וואלדער פון אהרן רבינוביץ
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 5787

ער האט נישט געגעבן קיין דאטום, אבער עס רעדט זיך שוין ערנסט. זייט מיר מוחל אז איך קען נישט זאגן דעם נאמען, איך וויל פשוט נישט זיין דער מוציא שם רע.