דער זוך האט געטראפן 172 רעזולטאטן

דורך חיים נחום הלוי פריעד
זונטאג יולי 20, 2014 10:43 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: איז א פראבלעם צו זיצן מיט די ווייב אין פראנט פון א קאר?
רעאקציעס: 22
געזען געווארן: 2255

פונקט דאס געליינט אין דער "אוצר" אויסגאבע (בני יואל) פון דעם חודש (תמוז).
דורך חיים נחום הלוי פריעד
פרייטאג יוני 20, 2014 12:20 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ליבשאפט צו קרימינאלן
רעאקציעס: 20
געזען געווארן: 4131

ליבשאפט צו קרימינאלן

מאראלישע געפאלנקייט טייטשט זיך נישט נאר איבער אין מעשים, נאר אויך אין פארקוקן שוידערליכע מעשים. אין די גוי'אישע וועלט איז דא א פענאמען פון מענטשן וואס דרוקן אויס ליבשאפט פאר שוידערליכע פארברעכער, בלויז זיי ווערן "אינספירירט" פון יענעמ'ס געוואגטקייט אדער גוטן אויסזען. אזעלכע ברוטאלע מערדער ...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
פרייטאג מערץ 28, 2014 2:03 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: איך בין א מחוצף!
רעאקציעס: 50
געזען געווארן: 4396

א פרעכטיגער ארטיקל. מיר ווערן היינט ליידער אזויפיל באמבאדירט מיט נעגאטיווע השקפה ארטיקלען, מ'טאר נישט דאס און מ'טאר נישט יענץ, און אזעלכע הייליגע, ווארימע און פאזיטיווע ארטיקלען זענען כמים קרים על נפש עייפה.
יישר כח!
דורך חיים נחום הלוי פריעד
מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:09 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מקור לצניעות מן התורה מנין
רעאקציעס: 79
געזען געווארן: 14391

הוגה, א שיינער שמועס, נאר עס איז מיר א וואונדער אז דו האסט פארזען די תשובה פון הרב שעכטער וואס דו ברענגסט צו אין אן אנדערן אשכול . הרב שעכטער איז נישט עפעס א וויליאמסבורגער רב וועם דו קענסט שפאטיש אנווענדן, ער איז זאגאר דער פוסק פון די מאדערנע ארטאדאקסישע אידן, און זיינע ווערטער דארפן לכאורה האבן בי...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:56 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: מעגן פרויען גיין אין תפילין וציצית?
רעאקציעס: 54
געזען געווארן: 4613

די וואך איז ארויסגעקומען א גאר שארפע תשובה פון הרב הערשל שעכטער פון YU איבער דער ענין. בעיקר איז ער מבאר אז היינטיגע טעג איז עס אסור משום דרכי המינים. איך בין נבהל ונשתומם פון הרב שעכטער'ס תשובה. ווען איך ווייס ווען נישט אז עס קומט פון דעם YU חדר, וואלט איך געווען זיכער אז דאס איז געשריבן געווארן ד...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:27 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: די סקעם פון סגולות און מופתים
רעאקציעס: 49
געזען געווארן: 7830

הערליך שיין געשריבן! איך האב אמאל מאריך געווען איבער דעם ענין דא: http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=21&p=306 דער גרעסטער רשעות איז דאס נוצן שולד-געפילן פאר צעבראכענע הערצער. דאס שרייבן "Don't wait another 50 years for a yeshuah!" איז פראסט רשעות און אכזריות. דאס זעלב...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:11 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: הרב זמיר כהן וספריו
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 1578

הרב זמיר כהן איז אויך א גרויסער ת"ח ופוסק. צווישן אנדערע האט ער ארויסגעגעבן שו"ת "נזר כהן" אויף ד' חלקי השו"ע.
דורך חיים נחום הלוי פריעד
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:40 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: הרב זמיר כהן וספריו
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 1578

איך זע אז איר גלייכט נישט די ספרי הרב כהן - נישט געפערליך. איך בין נישט אזא וויסנשאפטלער ווי אייך, און אויף וויפיל איך האב געזען זיינע ספרים זעען זיי אויס זייער צו די זאך, ובפרט אז בעניני מדע ציטירט ער פון חכמי אומה"ע וואס זאגן אויך כדבריו. והבוחר יבחר.
דורך חיים נחום הלוי פריעד
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:13 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: הרב זמיר כהן וספריו
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 1578

הרב זמיר כהן וספריו

אין ברוקלין הענגען פלאקאטן וועלכע זענען מבשר די בשורה מרנינה אז הרב זמיר כהן שליט"א פון ארץ ישראל איז דא צוגאסט אין ברוקלין, און וועט געבן עטליכע לעקציעס. עס איז כדאי אביסל צו שמועסן איבער הרב כהן, און זיינע הערליכע ספרים וועלכע זענען מקרב את הלב אל אבינו שבשמים. הרב כהן איז א בקי נפלא בנגלה וב...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:12 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: עס איז אינמיטן א האלאקאוסט!
רעאקציעס: 126
געזען געווארן: 12133

איך מוז באגריסן די גוטווילן פון אידן וואס ווילן העלפן מענטשן וואס מאכן אזוי מיט, אבער וואס איז מיט "וחי אחיך עמך", "עניי עירך קודמין", וכדומה. צי פעלט דען וואס עסקנים קענען טאן ביי אונז צו העלפן מענטשן? זענען מיר שוין אויסגעלאפן פון ארבייט דא, אז מיר דארפן לויפן אהין?
דורך חיים נחום הלוי פריעד
פרייטאג יולי 19, 2013 3:32 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען
רעאקציעס: 34
געזען געווארן: 3985

הערליך שיין, קופערניקוס !! זייענדיג פארנומען על המחיה ועל הכלכלה האב איך נישט אזויפיל צייט זיך צו דרייען אין "קאווע שטיבל" ווי איך וואלט געוואלט, אבער ווען איך האב פרייע צייט איז נישט דא קיין גרעסערע הנאה אהערצוקומען פאר רואיגקייט, זיך ווינקלען און שמועסן און פארברענגען. ליידער ליידער רייס...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
פרייטאג יולי 19, 2013 1:07 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: שש מדות בכופרים
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 3587

זייער אינטערעסאנט, יידל . דאס ווייזט נאר ווי דאס גאנצע עטעאיזם איז א סימפטאם פון די אייגענע מידות און נישט א תוצאה פון געוואלדיגער שכל און מחשבה. פשוט-קאמפליצירט איז גערעכט אז מ'קען טרעפן די זעקס מידות אויך ביי ערליכע אידן, אבער מאמינים האבן דאך צו די האנט א קראנטע מסורה וואס גייט צוריק ביז דעם ג-טל...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
זונטאג יולי 14, 2013 9:38 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: יהא זכרו ברוך
רעאקציעס: 2516
געזען געווארן: 470898

א גרויסן דאנק פרישער פאר די באשרייבונג. כ'האב דעם חשוב'ן איד ליידער נישט זוכה געווען צו קענען - אדער אפשר יא? אפשר איז שייך ארויפצושטעלן א בילד?
דורך חיים נחום הלוי פריעד
זונטאג יולי 14, 2013 3:51 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: אגודה און חכי''ם פארדאמען די קיצונים
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 2444

מ'דארף באגריסן די "הפלס" צייטונג פון די פרומערע ליטווישע בראשות הגאון הגדול ר' שמואל אויערבאך שליט"א, וואס האבן זיך נישט דערשראקן פון די העצערייען אין די איזראעלי פרעסע, און האבן היינט קלאר געשריבן אז יא, מיר שטיצן די מערכה קעגן די חרדקי"ם. אמת, אלימות איז אן אפגעפרעגטע זאך ביי ע...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
זונטאג יולי 14, 2013 2:55 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: איז דא א היתר נישט צו געבן א היתר צו שאוערן אין די ניין טעג?
רעאקציעס: 46
געזען געווארן: 4560

ראשעקאל'ס שאלה איז נישט צי ס'איז מותר צו נעמען א שויער אין די ניין טעג, נאר אויב א דיין "מעג" פסק'ענען אז ס'איז נישט מותר. קודם כל איז עס א מאדנע שאלה, דער דיין אליין, מיט'ן אזוי פסק'ענען, האט דאך גע'פסק'נט אז מ'מעג אזוי פסק'ענען... ולעצם הענין, דער דיין וואס האט גע'פסק'נט פאר דיין בחור או...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
זונטאג יוני 09, 2013 7:29 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות
רעאקציעס: 508
געזען געווארן: 64112

ברוך שומר הבטחתו לישראל, ברוך הוא! צוזאמען מיט רבבות אלפי ישראל האבן מיר זוכה געווען מקדש שם שמים זיין אין די גאסן פון מאנהעטן, אויסצושרייען דעם וויי געשריי פון דעם יהדות החרדית קעגן די שונאי הדת אין ארץ הקודש. עס האט זיך ארויסגעוויזן די קדושה פון כלל ישראל, וואס אזעלכע ביטערע גזירות ברענגט אונז צו...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
זונטאג יוני 02, 2013 4:38 pm
פארום: ספרים און ביכער
אשכול: חיים וואלדער און זיינע ביכער
רעאקציעס: 18
געזען געווארן: 1821

סתם פאר נייגעריקייט, פארוואס עפעס קויפט די עולם דייקא ביכער געשריבן אין אידיש? אויב איז די מעשה כשר, דאן קען די בוך ווערן טריפה נאר צוליב דעם אז ס'איז געשריבן אין ענגליש? ווען מען ליינט אין ענגליש טוט מען אויף צוויי זאכן, איינס איז די בענעפיטן וואס מען באקומט פון ליינען רייכע ליטעראטור, און אויסער ...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
פרייטאג מאי 10, 2013 2:05 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: מרידה באומות נוסח ווילי
רעאקציעס: 58
געזען געווארן: 6594

אין מיינע אויגן איז דער וואס האט געמאכט די קליפ אן אנגעפרעסענער שונא ישראל, וואס האט זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע צו "כאפן" וויליאמסבורגער אידן. ער איז געפארן אינמיטן די גאס, ער האט געהאקט אויף יענעמ'ס קאר, און נאכדעם האט ער נאך טענות אז דער יונגערמאן האט אים געוואלט לערנען א לעקציע.
דורך חיים נחום הלוי פריעד
פרייטאג מאי 10, 2013 1:59 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: איזהו גיבור? חיים נחום הלוי פריעד
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1104

עפעס אזוי. אבער איך בין נישט באקוועם מיט'ן זאגן אז איך האב "טענות", ולא תהא חלקי עם טועני טענות.
דורך חיים נחום הלוי פריעד
פרייטאג מאי 10, 2013 1:43 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: איזהו גיבור? חיים נחום הלוי פריעד
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1104

איך האב שוין געשריבן אין דעם אנדערן אשכול אז איך בין נישט געווען גענצליך אפגעהאקט פון דעם אינטערנעט, נאר איך האב זיך געהאלטן צו דעם פסק פון מרן בעל שבט הלוי שליט"א צו נוצן דעם אינטערנעט אויסשליסליך נאר פאר ביזנעס צוועקן. יעצט צו טייל פון בדחן'ס פראגעס: ווען האסטע זיך פארגענימען די קבלה? למען הא...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
פרייטאג מאי 10, 2013 1:30 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: "הדר קבלוה" - א יאר איז דורך, און יעצט בין איך דא צוריק
רעאקציעס: 32
געזען געווארן: 9910

פרענטש: אז דו ווילסט דינען ווי מיין אומזיסטער פסיכאלאג, יהא שכרך כפול מן השמים. אבער איך האב שוין געזאגט אז איך האב אויסגעווארט די גאנצע יאר ווייל איך האב נישט געוואלט מאכן קיין ספאנטאנער באשלוס, נאר צוריקקומען מיט די פולסטע החלטה אז דאס איז די ריכטיגע זאך. און יא, איך האב געגעבן א שאנס פאר די כינוס...
דורך חיים נחום הלוי פריעד
פרייטאג מאי 10, 2013 1:25 pm
פארום: אינטערנעט און אידישקייט
אשכול: "הדר קבלוה" - א יאר איז דורך, און יעצט בין איך דא צוריק
רעאקציעס: 32
געזען געווארן: 9910

לרבים השואלים, איך האב יא גענוצט אינטערנעט דורך דעם יאר, אבער נאר פאר ביזנעס צוועקן, נאכפאלגנדיג דעם פסק פון מרן בעל שבט הלוי שליט"א. אביסל נאכדעם וואס איך האב אויפגעהערט שרייבן אויף קאווע שטיבל האב איך עטליכע מאל באקומען אן אימעיל אז איך האב באקומען אן אישית דא אין שטיבל, און איך בין אהערגעקומ...