דער זוך האט געטראפן 46 רעזולטאטן

דורך רוח קדים
מיטוואך יולי 09, 2014 6:56 pm
פארום: אחיעזר
אשכול: וואו קען מען קויפן?...
רעאקציעס: 118
געזען געווארן: 15557

איך זוך שוין פאר א וואך צייט ״וועיפער קעיק״, אין דעם טריי-סטעיט עריע, אבער גארנישט. כ׳גיי פון איין בעקעריי צו דער צווייטער -- יעדער האט דעם זעלבן ענטפער, אדער א צי מיט׳ן אקסל במקום ענטפער. איך דענק נישט ווען כ׳זאל האבן א תאווה וואס זאל אנהאלטן אזוי לאנג. מארגן ווערט שוין א וואך.
דורך רוח קדים
מיטוואך יולי 09, 2014 6:31 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מקווה דרייערס - א רויבעריי!
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1309

אין אנדערע מקווה-רויבעריי נייעס: מקוואות האבן געטראפן א נייעם וועג וויאזוי צו שפארן געלט. ״מודעה! דורכאויס די זומער טעג, וועט ס׳הייסע בור זיין קאלט״. א פשוטער חשבון: אויב געוויסע רעסטוראנטן זאגן אז זיי האבן זופ נאר זומער, קען דאך די מקווה טאן דאס זעלביגע. היינו טעמא דרעסטוראנטס, היינו טעמא דמקוואות....
דורך רוח קדים
מיטוואך יולי 09, 2014 6:22 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אויפגערעגט פארוואס? פאר גארנישט
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 1145

'איז דאס א פסכילאגישע שנאה, א נקמה פאר דעם קישוי אבר מיטאס?' מה זאת? א ווערסיע וואס דעקט אויף איינע פון די סיבות -- מסיבות שונים שטייצעך -- פארוואס דאס טרייבן ביציקלעך איז פון די דברים האסורים במחנינו. דאס איז באשטעטיגט געווארן מיט א באקוועמער מערהייט אין דעם ״אסר תאסר בשביל שיתייסר״ קאנסיל. ״דער ב...
דורך רוח קדים
מיטוואך יולי 09, 2014 4:55 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: אויפגערעגט פארוואס? פאר גארנישט
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 1145

אויפגערעגט פארוואס? פאר גארנישט

ס'איז מיר פיינעלי געלונגען. שוין צירקולירט די זעלבע איינע גאס ווי דעם כמעט ענדלאזן אור זרוע לצדיק געדרייאכץ; שוין שיער נישט געפעסט א רעד לייט, און כמעט אראפגעהאקט אן אשה הרה. איינס? נאטינג עקסטרעאורדענערי. זי איז א וויליאמסבורגע ווייבל, וואלט פונקט אזוי געקענט געשען ווען זי שוואנגערט נישט. כאילו ס'ע...
דורך רוח קדים
דינסטאג יולי 08, 2014 1:19 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: רואיגקייט ווינקל! אינטרעסאנטע פאקטען און נאך
רעאקציעס: 107
געזען געווארן: 11389

יין שרף מאכט ספינען די קאפ, אפילו פאר גערילאס. איינס פון יעדן חסידישן אינגערמאן האט שוין געלייגט ס׳מיטלסטע פינגער אויף די ברילן. געפילטע פיש האלט זיך פריש, אפילו ווען ס׳ליגט נישט אין שטיבל. שמעקעדיג שמעקט נישט עכט. רויטע וואנצעס האט באמת טונקל ברוינע וואנצעס. מערסטע ציונים שטארבן שבת נאכמיטאג. ק״י ה...
דורך רוח קדים
דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:05 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: נטורא קרתא: די בחורים דארף מען בידים הרג'ענען רח'ל
רעאקציעס: 56
געזען געווארן: 5022

מחריביך ומהרסיך ממך יצאו דא איז א מציאות וואס איז געוועזען אין אלע דורות אין היינטיגען דור איז גארנישט אנדערש געווארען נאר די מענטשען {אויב סאיז מעגליך אזוי צו רופען די חברה לייט} דהיינו די עקטערס זענען אנדערע די כת וואס פארופען זיך נחורי קרתא זענען די גרעסטע צבועים אין מחריבי האומה וואס סאיז נאר ד...
דורך רוח קדים
דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:01 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
רעאקציעס: 306
געזען געווארן: 45459

עס איז ידוע די ווערטל, דער גאנצער חסידות האט מורא פון א קאץ! ? די חסידים האבן מורא פון דער רבי, דער רבי האט מורא פון די רעבעצין, די רעבעצין האט מורא פון א קאץ א באקאנטע פאקט אזז רעבעצינס זענען די ריכטיגע מנהיגים אונטער די קוליסן אבער א רעבעצין וואס ניצט דאס אויס לטובה בלייבט איינגעקריצט אין די היסט...
דורך רוח קדים
דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:52 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ארטיסטן דרייען איבער זשורי אורטיילן
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 804

אכטונג: חשש ראסיזם! ברענג עס ביטע אנדערש ארויס: די שווארצע קאמיוניטי האט אסאך געליטן פון די פאליציי און מען האט אומיושר'דיג אומגליקליך געמאכט משפחות צו אפט צוליב דראגס פארברעכן און צוליב שווערע מצבים אין צובראכענע שטובער, אנשטאט אויפבויען די שטובער האט מען אריינגעווארפן יעדן אין תפיסה. אבער אליבא ד...
דורך רוח קדים
דינסטאג יוני 10, 2014 3:22 am
פארום: א שמייכל
אשכול: די רייכע/ארימע חתונה
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 921

זייער שיין אראפגעלייגט, שטילע. פונקט היינט געהערט שירה מיט פאלקוויטש, ביי א חתונה אין קאנטינענטל. דער לוי איז געוואלדיג. דער וועג וויאזוי ער טראגט זיין שטימע איז ממש יוניק פאר א היימישן זינגער. שירה איז אויך צו באווינדערן. א היימישע כאאר, מיט אזויפיל דיסצעפלין און קאאפעראציע. לאו ענד היי הארמאני, וע...
דורך רוח קדים
זונטאג יוני 08, 2014 11:58 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען
רעאקציעס: 138
געזען געווארן: 16775

לעפלער? שמעלצער? זייער פאני נעמען אן קיין שים זין שמא קא גרים זאגען חז"ל פארוואס איז שמעלצער פאני? אז איינער איז געוועזן א שמעלצער, האט ער זיך גערופען על שם מלאכתו. נאר דאס אז אסאך נעמען ענדיגן זיך מיט ״פעלד״, קען זיין ס׳איז געוועזן קיל צו האבן פעלד אלס נאמען, פונקט ווי היינט איז אין סטיל גראס...
דורך רוח קדים
מאנטאג מאי 26, 2014 3:05 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: צוויי גדולים האבן זיך מתווכח געוועהן בענין עבודת התפילה
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 2690

אפשר נישט?
דורך רוח קדים
מאנטאג מאי 26, 2014 3:02 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: צוויי גדולים האבן זיך מתווכח געוועהן בענין עבודת התפילה
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 2690

ער זאגט דאך בעש״ט ותלמידיו.
דורך רוח קדים
מאנטאג מאי 26, 2014 2:56 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: צוויי גדולים האבן זיך מתווכח געוועהן בענין עבודת התפילה
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 2690

ס׳טייטש אליבא דעם ליבאוויטשער האט מען נישט ריכטיג געדאווענט בעפאר צוויי הונדערט און פופציג יאר צוריק? איך פרעג נאר
דורך רוח קדים
מאנטאג מאי 26, 2014 1:43 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מקווה דרייערס - א רויבעריי!
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1309

אפשר פראביר קודם צו לייגען די פארקנייטשטע דאללער, והיה ער נעמט עס אן, לייג שנעל אריין די גראדע דאללער. פראביר עס פערציג טעג, און זיי מפרסם. הדא הוא דכתיב: ״שלימאזאלעס״. זאל דער ערשטער דאללער אויסגעשפיגן ווערן, ווענד איך מיך דאך נישט צו אייך, ערעב קאוועניו איך הייב שוין אן קאנספירירן אז אפשר איז דאס...
דורך רוח קדים
מאנטאג מאי 26, 2014 12:12 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: מקווה דרייערס - א רויבעריי!
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1309

מקווה דרייערס - א רויבעריי!

קום איך מיך אן מיט מיין שויער זעקל אין סמעדריש, און אלץ וואס איך וויל איז בלויז אריינגיין אין מקווה. כ׳האב נאר אראפגעלייגט מיין בעג אינדרויסן פאר א סקונדע, אפצורייניגן מיינע ברילן. קיין סוד אז רעגן איז לעצטנס אין סטייל. איך זע שוין ווי עפעס א שאור, א ספק-מאלעסטער נישטערט דארט, וואס, אה ניין, ער זוכט...
דורך רוח קדים
זונטאג אפריל 27, 2014 12:18 am
פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אשכול: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רעאקציעס: 4897
געזען געווארן: 550758

פארוואס ווען ס'קומט צו די "סאפט אייז קריעם", איז נאר דא צוקריגן טשאקאלאד און ווענילע?
דורך רוח קדים
זונטאג אפריל 27, 2014 12:17 am
פארום: א שמייכל
אשכול: בין איך דער איינציגסטער?...
רעאקציעס: 524
געזען געווארן: 80876

וואס בשעת'ן קייען די לאנגווייליגע כזיתים ביים סדר, זע איך אויף די צעקאלישטע מצות גייאגראפישע אויסלייגן. ארץ ישראל אפט
דורך רוח קדים
זונטאג אפריל 27, 2014 12:10 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קימחע דעשמיסכע!
רעאקציעס: 3
געזען געווארן: 626

קימחע דעשמיסכע!

באקומען פון א חבר: ס'כאפט ממש אן עקל א בליק צו טאן אריבער די ראמען פון די פילע נייעס נעצן און פארברייטערטע איבערוואגיגע אויסגאבען, און זען ווי די עוסקים בצרכי ציבור טון זיך פראפאגאנדירן מיט בילדער פון פאליטיקאנטן וועלכע שטייען ווי נר לרגלי די נויטבאדערפיגטע קלאצענדע קארס. לולא דמסתפינא וואלט איך געו...
דורך רוח קדים
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:41 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: מילתא דבדיחותא
רעאקציעס: 4017
געזען געווארן: 544647

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:גוט אבער ס'נישט א וויץ ענדערש א גוטע "שפריכווארט"

מילתא דבדיחותא הייסט עס טייטש "וויץ" שארף? און ווער האט געזאגט דאס איז א וויץ? הא, האסט אן אגענדע צו שטעכן גאלד ווייל ער איז אן ארוני?
דורך רוח קדים
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:34 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ערענסטע עקסידענט לעבן מאנטריאל
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1105

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וועלכער ווינט האט דיר אהערגעבלאזן יעצט? :D

כא כא כא. איך מיין טאקע אז ווען אזא תגובה שרייבט א "צווייטער", וואלסטו ערהאלטן 93 לייקס. גיי טרעף א דשאב, און איך וועל דיר לייקן דריי און ניינציג מאל.
דורך רוח קדים
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:29 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: ערענסטע עקסידענט לעבן מאנטריאל
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1105

וואס איז פשט פון ארויפלייגן די נעמען פון די חברה דא? ס'פאסירן עקסידענטן טעגליך. די חברה לעבן ב"ה, און נעקסט קעיס. סארא אשכול דאס.