דער זוך האט געטראפן 111 רעזולטאטן

דורך שלום בערגער
מיטוואך יאנואר 13, 2016 8:19 am
פארום: פאעזיע
אשכול: ווילדע נעכט [נומער 269] פון עמילי דיקינסאן
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 913

ווילדע נעכט [נומער 269] פון עמילי דיקינסאן

[נומער 269]
פון עמילי דיקינסאן
[מקור-ליד דא]

ווילדע נעכט!
ביסטו מיט מיר
נעכט ווילדע - לוקסוס
אָן א שיעור!

די ווינטן אומזיסט
פאר א הארץ אין פאָרט
אוועק מיטן קאָמפאס
אוועק מיטן קארט!

אין גן-עדן רודערן --
אײ-אײ, דער ים!
הלוואי זיך אנקערן
אין דיר, בײ נאכט --
דורך שלום בערגער
דינסטאג יאנואר 05, 2016 9:18 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: א ליד פון עמילי דיקינסאן
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 1833

ליידער

איז עס ריטמיש נישט פּאַסיק
דורך שלום בערגער
דינסטאג יאנואר 05, 2016 9:14 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: א ליד פון עמילי דיקינסאן
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 1833

איר פרעגט גוט

א גוטער פונקט
דורך שלום בערגער
דינסטאג יאנואר 05, 2016 8:48 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: א ליד פון עמילי דיקינסאן
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 1833

נצחוני קוראיי

זאָל זײַן דערנאָך!
דורך שלום בערגער
דינסטאג יאנואר 05, 2016 8:28 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: א ליד פון עמילי דיקינסאן
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 1833

דאַן כּנגד דעמאָלט

לענ''ד דיִאַלעקטישע װאַריִאַנטן
דורך שלום בערגער
דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:49 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: א ליד פון עמילי דיקינסאן
רעאקציעס: 12
געזען געווארן: 1833

א ליד פון עמילי דיקינסאן

עמילי דיקינסאָן
[געדיכט נומ' 588]

צו ערשט בעט תענוג דאָס האַרץ
דערנאָך אן אויסוועג פון וויי
דערנאָך די קליינע לינדערמיטלען
וואָס וועלן פארטושן די פײן

און דערנאָך שוין אײנשלאָפן
און דערנאָך, אויב וווילגעפעלן
וועט דעם אינקוויזיטאָר
דעם זכות פון מער נישט זײן
דורך שלום בערגער
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 2:23 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: א פראגע וועגן מציצה-בפה
רעאקציעס: 38
געזען געווארן: 5159

א דאנק און נאך...

@ריכטיג א דאנק, דאס אלץ איז זייער פרטימדיק און בייהילפיק. נאר (אויב איך מעג) ס'איז א ביסל צו למדניש פאר מיינע (קומעדיקע) לייענערס. מיט איין ווארט - מיך אינטערעסירט פאר וואס *א געוויסע מענטש* (טאטע, מאמע, וכ') פאלגט מב"פ. צו"ב - איר זייט א פאטער? איר האט געמאכט מב"פ וועט מע האט געמלעט ...
דורך שלום בערגער
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 7:00 am
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: א פראגע וועגן מציצה-בפה
רעאקציעס: 38
געזען געווארן: 5159

א פראגע וועגן מציצה-בפה

א גוטן, איך פארש אן ארטיקל וועגן מציצה-בפה און פאר וואס מע האלט פון דעם מינהג. כ'וויל בפירוש שרייבן מיט א פאזיטיוון צוגאנג און אן אפענעם מוח. כ'וואלט געוואלט רעדן מיט בעלי-בתים, מאמעס, מוהלים, רבנים ועגן דעם - פאר וואס זיי האלט מצ"פ פאר וויכטיק און ווי אזוי זיי פארשטייען דעם באלאנץ צווישן דער ר...
דורך שלום בערגער
דינסטאג יוני 09, 2015 2:21 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט
רעאקציעס: 118
געזען געווארן: 169510

פּאָעזיע אױף אידיש

כ׳װאָלט געװאָלט פאָרלײגן אַ פּאָר נעמען פון אידיש־פּאָעטן װאָס ס׳איז כדאַי זיך צו באַקענען מיט זײ. מיר דאַכט, אַז די אױבן דערמאָנטע ליסטע איז לאַװ־דװקא „װעלטלעך“ נאָר אַן אופן באַקענען עולם, אױף אַ פּײנלאָזן אופן, מיט דער ליבעראַלער־פרומער װעלט. האָב איך צוגעפּאַסט מײנע פאָרלײגן צו אַזאַ ציל. טײל פו...
דורך שלום בערגער
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:40 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: פאטשקערייען איבער פאעזיע
רעאקציעס: 10
געזען געווארן: 1111

ערשט קלאסיק

א דאנק.
דורך שלום בערגער
זונטאג מערץ 22, 2015 12:23 am
פארום: פאעזיע
אשכול: יידישע פאעזיע מארגן אין בראנקס
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 450

דאס מיין איך היינט, זונטיק

אט איז די פייסבוק איינלאדונג

https://www.facebook.com/events/777071225716462/
דורך שלום בערגער
זונטאג מערץ 22, 2015 12:11 am
פארום: פאעזיע
אשכול: יידישע פאעזיע מארגן אין בראנקס
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 450

יידישע פאעזיע מארגן אין בראנקס

רבותי, מארגן וועלן אי"ה פארלייענען זייער דיכטונג צוויי יידישע פאעטן אין בראנקס. איינעם, אה"ק, קענט איר שוין, צום גוטן צי צום שלעכטן דער צווייטער איז אהרן טאוב . א מוזיקאלישע פראגראם וועט אויך זיין. בקיצור - קומט מאסנווייז, ס'וואלט געווען א פארגעניגן זיך צו באקענען מיט אייך. פרטים: שלום-עלי...
דורך שלום בערגער
פרייטאג מערץ 06, 2015 2:06 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: די ספיריטועלע פאעזיע פון ישראל שטערן, דער אסטראלענקער דיכטער
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 479

די ספיריטועלע פאעזיע פון ישראל שטערן, דער אסטראלענקער דיכטער

חברה, כ'האב פריער (בשעת אונדזער שקליא-טריא איבער פאעזיע) רעקאמענדירט, מע זאל לייענען די ווערק פון ישראל שטערן, א פרומער פאעט וואס איז געשטארבן אין ווארשעווער געטא. כ'בין נייגעריק צו הערן וואס איר מיינט פון זיין דיכטונג. ווי אן אריינפיר דערפון, קענט איר לייענען מיין רעצענזיע אויף דער נייער זאמלונג ער...
דורך שלום בערגער
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:41 am
פארום: פאעזיע
אשכול: א בירגער-קריג אין דער אידיש-יידיש וועלט (ואיה וענה)
רעאקציעס: 11
געזען געווארן: 1499

על רגל אחת

נאָך נישט געהאַט אַ געלעגנהײט זיך אָפּצורופן װי געהעריק אױף דעם אַרטיקל. על רגל אחת - ס׳איז גוט געשריבן און שכלדיק. ער מאַכט נאָר אײן גרױסן טעות - ער ציטירט פאַלש עפּעס אַ זאַץ פון מײן אָריגינעלער זאַך. ער שרײבט אַז כ׳האָב כלומרשט געזאָגט אַז די ק“ש־פּאָעטן „האבן קיינמאל נישט גענומען א פאעזיע-בוך אי...
דורך שלום בערגער
מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:31 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33723

א מיספארשטענדעניש

אדער בעסער געזאגט, עטלעכע. 1. קריטיק מיינט ניט אַז איך פייף אייך אַן, איך באליידיק אייער טשאלנט אדער שפיי אין אייער קאווע. ס'איז אין תוך אן עיקר פארעם פון מענטשלעכער באַציִונג, פון פארשטאנד. 2. א פאר לידער מיינע האב איך יא פארטייטשט ברבים. כ'האב דווקא אבער תמיד מטריח געווען צו ווארטן און הערן וואס ח...
דורך שלום בערגער
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:28 am
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33723

נײ בוך

בילדבילד
דורך שלום בערגער
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:02 am
פארום: פאעזיע
אשכול: מיינע צוויי פרוטות וועגן "קאווע-שטיבעל"-פאעזיע
רעאקציעס: 90
געזען געווארן: 33723

געשמאַק און שמאַלציק

כ׳האָב תחילת בדעה געהאַט צו רופן מײן קומעדיק ביכל „[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הוידל בוידל נפיחות“, נאָר איצט בין איך נישט זיכער, צי איך זאָל עס בעסער נישט רופן „שמאַלציק װי אַ לאַטקע לכבוד חנוכה“. די באַשרײבונג פון חסידישער פּאָעזיע הנ“ל איז צװישן די בעסטע װאָס כ׳האָב אַמאָל געלײענט....
דורך שלום בערגער
זונטאג פעברואר 15, 2015 10:39 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: א לאנד איז צום לעבן געמאכט
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 1232

א לאנד איז צום לעבן געמאכט

א לאנד איז צום לעבן געמאכט נישט אײך געהערט די ערד. נישט אײך געהערן די מענטשן. נישט אײך װעט דער אײבערשטער הױך און כעסיק אזױ גיך בענטשן. א לאנד איז צום לעבן געמאכט נישט צו שלמותדיקע טרױמען. לעבן זאָל מען באשײדן, רעאל, זיך װײניק לױבן. א איד זײט איר? זײט באגריסט. ברענגט א קרבן תודה. נאָר בעסער נישט קױלע...
דורך שלום בערגער
זונטאג פעברואר 15, 2015 1:23 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מאדערנע פאעזיע און חסידישע פאעזיע
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 9485

א מעגלעכער מרא-מקום

א דאנק פאר דער לעבעדיקער דיסקוסיע - כ'לערן אפ א סך דערפון. עמעצער האט מיר געפרעגט אפ-ליסט פאר וואס איך באטייליט זיך ניט, נאר היות ווי מע האט מיך שוין באצייכנט ווי "טראל" און וואס ניט איז אפשר כדאי זיך צוצוהערן שטילערהייט. איין זאך האב איך יא געוואלט טיילן. דאס איז א סעלעקציע אינטערוויוען מ...
דורך שלום בערגער
זונטאג פעברואר 15, 2015 9:17 am
פארום: פאעזיע
אשכול: צוויי פרוטות זענען געווארן גארילעס
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 928

ר' יאיר פירט א גאנצן סעמינאר אויף דער טעמע

לייענט יענעם אשכול.
דורך שלום בערגער
זונטאג פעברואר 15, 2015 8:25 am
פארום: פאעזיע
אשכול: צוויי פרוטות זענען געווארן גארילעס
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 928

גיב מיר א באנאנע

צו לעקן די פינגער. כל הכבוד
דורך שלום בערגער
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:59 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: דאס איז א פשוט ליד
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1140

זייט מוחל פארן.פעלער
דורך שלום בערגער
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:49 pm
פארום: פאעזיע
אשכול: מאדערנע פאעזיע און חסידישע פאעזיע
רעאקציעס: 25
געזען געווארן: 9485

ישראל שטערן, אהרן צייטלין

איר האלט פון אזעלכע דיכטער? איר וואלט זיי געהאלטן פאר אייער טיפ ווערק?

דאס אויבנדיקע שאלה פון בן תמליון איז העכסט אינטערעסאנט....