דער זוך האט געטראפן 577 רעזולטאטן

דורך העניך
זונטאג מאי 02, 2021 2:52 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
רעאקציעס: 113
געזען געווארן: 19457

אקאונטיביליטי איז מער א חלק פון יהדות ווי די ל"ג בעומר הדלקות. וואס איז עגלה ערופה אויב נישט אקאונטיביליטי?
דורך העניך
זונטאג מאי 02, 2021 2:03 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
רעאקציעס: 113
געזען געווארן: 19457

א נאנטער ביים רבי’ן זאגט מיר אז דער רבי האלט אינמיטן שרייבן א בריון דערוועגן און ס’וועט פארעפנטליכט ווערן . און ווערט נאכנישט פרייליך, ס’מוז נישט זיין אז דער רבי וועט נעמען דעם אומגליק אויף זיך... פונקט ווי ווען עפעס געשעט אין מיין בעק-יארד טראג איך נישט דערויף דעם אחריות,און מצדי מוז איך נישט ארוי...
דורך העניך
זונטאג מאי 02, 2021 1:33 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
רעאקציעס: 113
געזען געווארן: 19457

תולדות אהרן רבי האט נישט טוויטער , אבער ער דארף נישט טוויטער צו קענען עפעס זאגן! ער האט געזאגט, עס איז ארומגעפארן שלש סעודות תורות פונעם, שטעל ארויף ביטע. איך גלייב ער איז מער צובראכן פון די אלע פאלשע טוויטס וואס דו שטעלסט ארויס. שטארק יתכן און מסתבר אז דער תולדות אהרן רבי איז מער צעבראכן, נאך אלעם...
דורך העניך
זונטאג מאי 02, 2021 1:20 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 4225

אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענ...
דורך העניך
זונטאג מאי 02, 2021 1:13 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
רעאקציעס: 181
געזען געווארן: 30681

באריכטן פון א"י זאגן אז דער מחנך ר' שמעון מטלון ז"ל, וועלכער איז טראגיש אומגעקומען אין מירון נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז מ'זאל ראטעווען א קינד אנשטאט אים, האט פאריגן דאנערשטאג געגעבן א צעטל פאר א קאלעגע מלמד, און יענעם געבעטן אז ער זאל עס עפענען נאר היינט זונטאג. ווי שטוינענד איז דאס בריו...
דורך העניך
זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
רעאקציעס: 113
געזען געווארן: 19457

דאס וואס דער רבי טוט אזויפיל פאר יתומים תבוא עליו ברכה. מיר חסידים טוען אומגעהוירער חסד ווי א געמיינדע, אבער מיר ווייסן נישט צו פלאנען איין טריט פאראויס אז ס'זאל נישט אויספעלן אזויפיל חסד. מיר האבן געטון אומבאגרייפבארער חסד דורכאויס די קאראנא מגיפה, אבער פארמיידן קרבנות האבן מיר נישט געקענט. מיר ציי...
דורך העניך
זונטאג מאי 02, 2021 12:29 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
רעאקציעס: 113
געזען געווארן: 19457

לבי, דו איגנארירסט די בעיסיק מענטשליכע כללים פון אקאונטיביליטי. כ'פרעג דיר א דבר פשוט, ווען סיי וועלכער מענטש מאכט א מעמד איז עס נישט זיין אחריות אז ס'זאל זיין סעיף ברוחניות ובגשמיות? וואלטסטו דאס פארשטאנען ווען טראמפ מאכט א מעמד, אדער ביידען, אדער עפעס א גלח אדער זינגער? און וואס איז אויב דער מקום ...
דורך העניך
זונטאג מאי 02, 2021 12:06 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 4225

א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה Sent from my LM-X210CM using Tapatalk דאס מיינט אז אויב ס'איז דא א חתונה אין שטאט און א לויה גייט דארפן דורכגיין די גאס וואו די חתונה קומט פאר, זאל מען נישט צעשטערן די חתונה נאר ארומגיין דורך אן אנדערן וועג. דאס האט זערא מיט א זמן ווען כלל ישראל איז...
דורך העניך
זונטאג מאי 02, 2021 12:01 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
רעאקציעס: 113
געזען געווארן: 19457

משטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי פוסטע שטותים. די מפקד האט אפגעווארפן די רופן אז ער זאל רעזיגנירען, נאר געזאגט ער נעמט אחריות אויף די אירוע סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן. ער האט בכלל נישט געזאגט אז די משטרה איז שולדיג. אויב כ'האב געמאכט א טעות אין דעם פרט, צי איך צוריק. טעות לעולם חוזר וידי המש...
דורך העניך
מוצ"ש מאי 01, 2021 11:48 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
רעאקציעס: 113
געזען געווארן: 19457

בת קול האט געשריבן:וואס איז תולדות אהרן מער שולדיג ווי באיאן אדער תולדות אברהם יצחק?
אדער ווי יעדערע אנדערע חסידות/ קאמיוניטיס וועלכע מאכן גרויסע מעמדים מיט מינימאלע זיכערהייטס פארשריפטן?

אז דער אומגליק איז געשען ביי זיי טראגן זיי דעם אחריות. אוודאי החי יתן אל לבו, און אלע קהילות דארפן כאפן א טרייסל און תשובה טון.
דורך העניך
מוצ"ש מאי 01, 2021 11:34 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
רעאקציעס: 113
געזען געווארן: 19457

כ'ווייס נישט אויב תולדות אהרן איז שולדיג, אבער אוודאי דארף תולדות אהרן אפגעבן דין וחשבון וואס דא האט פאסירט. ס'איז זיכער אז פראגעס דארפן געוואנדן ווערן צו זייער זייט, און זיי דארפן קאאפערירן מיט א זעלבסטשטענדיגער אויספארשונג. סתם לאזן תולדות אהרן לויפן, און נאר זיין ביזי ווי בצער דער רבי איז, איז פש...
דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 7:05 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 4225

און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה. מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט. און רעד פון די הדלקות אליין וואס זענען קוים עטלי...
דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 7:03 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 4225

און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי. ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה. זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער א חתן וואס ערווארט אז מ'זאל אים משמח זיין אין דעם טאג ו...
דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:38 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
רעאקציעס: 181
געזען געווארן: 30681

כ ארי נוהם ועוד לקרא: עס קומען יעצט ארויס פילע ווארענונגען וואס זענען געשריבן און געזאגט געווארן איבער די לעצטע יארן אז מירון איז א סכנה. עס איז פאראן א דו"ח פון דער רעגירונג איבער דעם, עס זענען פאראן פילע "טוויטס" וועגן דעם, א מעסעדזש פון דעם זשורנאליסט אריה ערליך, אן ארטיקל עטליכע י...
דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 6:24 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א
רעאקציעס: 42
געזען געווארן: 4225

א דאנק פאר'ן מיטטיילן דיינע הרגשים. אבער איך קען בכלל נישט רילעיטן צו וואס דו שרייבסט. שמחה קען מען נישט באשטעלן ווייל עס שטייט אין א ספר אז מ'דארף זיין בשמחה. ווען ס'געשעט א טראגעדיע טאר מען נישט אויסרייסן דעם פשוט'ן מענטשליכן געפיל צו טרויערן. מ'פארלירט דעם קאנעקשן צו די יסודות וואס מאכן אונז פאר ...
דורך העניך
פרייטאג אפריל 30, 2021 12:30 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: די שרעקליכע מירון טראגעדיע מאָנט פון מיר
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1824

די שרעקליכע מירון טראגעדיע מאָנט פון מיר

די שרעקליכע טראגעדיעס אין מירון צעשאקלט יעדעס אידיש הארץ, כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי. די געפילן רוישן מיט צער און ווייטאג, און גלייכצייטיג אויפברויז אויף יעדן און אלעמען איבער ווער עס האט גורם געווען אדער געקענט מונע זיין די שוידערליכע טראגעדיעס. און גאנץ זיכער וועט דאס ווייטאג נאך ווערן טיפער און צ...
דורך העניך
דאנערשטאג אפריל 29, 2021 9:34 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען מ'הויבט אן 'שפירן' ביי די הדלקות
רעאקציעס: 36
געזען געווארן: 5477

וויאזוי שטאפל 1 (שטאפל 2 לויט [tag]הוגה[/tag]) שפילט זיך אויס היי-יאר מיט באבוב-45.
דורך העניך
דאנערשטאג אפריל 29, 2021 9:31 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען מ'הויבט אן 'שפירן' ביי די הדלקות
רעאקציעס: 36
געזען געווארן: 5477

למען הדיוק, קודם פארט מען אויף א שבת אין מירון וואו מען מאכט א הדלקה מוצ"ש. ביי דעם איז נישט שייך שינוי המנהג, היות דער זיידע/פעטער ז"ל איז קיינמאל געווען אין מירון אויף שבת. דארט ביי דעם שבת, אנטפלעקט זיך דעם רבינ'ס ספעציעלע שייכות צו רבי שמעון. דערנאך ערשט הייבן די חסידים/מקורבים אן...
דורך העניך
דאנערשטאג אפריל 29, 2021 8:58 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען מ'הויבט אן 'שפירן' ביי די הדלקות
רעאקציעס: 36
געזען געווארן: 5477

די רבי'ס האבן טאקע א פראבלעם וויאזוי צו מארקעטן די הדלקות פאר זייערע שעפעלעך, ווען זיי זענען די וואס שרייען אייביג אז מ'טאר נישט משנה זיין. איז שוין דא א קלארער סקריפּט וויאזוי מ'טוט דאס: 1. די יאר ווען מ'וויל איינפירן די הדלקה זאגט מען נישט אז מ'פאנגט אן א נייע זאך, נאר מ'פארקויפט אז ס'איז אן איינמ...
דורך העניך
דינסטאג מערץ 23, 2021 10:02 am
פארום: היסטאריע
אשכול: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6766

וואס מיינסטו מיט פעלשערייען ביי מגילות ים המלח? כ'ווייס נישט פון אזא זאך.
דורך העניך
מאנטאג מערץ 22, 2021 9:26 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6766

דאס איז וואס איך נעם ארויס פון דערשאוויצ'ס פאפיר. אבער דער פארשער דייט אן אז ער האט נאך ראיות וואס קומט פונעם טעקסט פון די מגילות אליין, און איך קוק ארויס צו לייענען וואס ער זאגט דארטן. כ'דארף געהעריג לייענען דערשאוויצ'ס בוך ווען עס קומט ארויס אין אפריל, אינצווישן האב איך יעצט געזען א סעריע טוויטס ...
דורך העניך
מאנטאג מערץ 22, 2021 9:17 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: געים טעאריע
רעאקציעס: 51
געזען געווארן: 10223

זייער אינטערעסאנט. דאס איז מיר דער גרעסטער חידוש: ווי אויך טאמער צייגט מען זיי פיר קעסטעלעך וואס דריי קעסטעלעך זענען איין קאליר און איינס אן אנדערע, און מ׳זאגט זיי אז נאר אויב זיי ביידע וועלן וועלן די זעלבע קעסטעל וועלן זיי באלוינט ווערן, איז נישט וויסענדיג דעם חבר׳ס בחירה גייען זיי וועלן בדרך כלל ו...
דורך העניך
מאנטאג מערץ 22, 2021 8:38 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!
רעאקציעס: 44
געזען געווארן: 6766

כ'האב געלייענט דעם פארש-פאפיר פון עידן דערשאוויץ, און כ'מוז דערציילן פאר'ן ציבור אז כ'בין נישט איבערצייגט. יא, ער ברענגט עטליכע זאכליכע ארגומענטן וואס מאכן שוואכער עטליכע פון די ראיות אז די שפירא-מגילות זענען געווען געפעלשט, אבער זיין ראיה אז ס'איז יא אויטענטיש איז לדעתי גאנץ שוואך. לכתחילה איז א שט...