דער זוך האט געטראפן 1100 רעזולטאטן

דורך תרמב
מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:01 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: איז פוילקייט דעפינירט?
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 265

Re: איז פוילקייט דעפינירט?

זאגסט דאך אלס אזוי גוט

איך האב דיר עס שוין לאנג געוואלט זאגן איך בין פשוט געווען פויל צו שרייבן...
דורך תרמב
מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:01 pm
פארום: אייוועלט קאמענטארן
אשכול: לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",
רעאקציעס: 21
געזען געווארן: 4038

Re: לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",

איך לייען אסאך אייוועלט, און איך האלט אז אזא ניק ווי הילדערסהיימער געבט זייער אסאך צו צו די פלאץ, ער איז נישט קיין נטורי קרתא וואס מיינט אז ווייל מ'האט פיינט די ציונים דארף מען ליב האבן די אראבישע רוצחים, ער איז סאך הכול אן ארכי לינקע ליבעראלער וואס באדערט די טויט פון די אומשולדיגע פרויען און קינדער...
דורך תרמב
פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:49 am
פארום: שפראך און גראמאטיק
אשכול: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
רעאקציעס: 49
געזען געווארן: 2115

Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש

אן איזרעילי האט אמאל אריינגעקלאפט צו איינעם זאגנדיג "איך קען אריין? איך דארף ארויס..."
דורך תרמב
מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:16 am
פארום: היסטאריע
אשכול: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
רעאקציעס: 101
געזען געווארן: 26103

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

ווען מ'וויל האבן א אייגענע לאנד פארשטייט יעדער אז מ'דארף קעמפן דערפאר, די ישראלים פארשטייען דאס אויך, און נישט דאס איז די נושא דא, די שאלה איז צו ס'מאכט סענס אזא געדאנק צו לאזן מיליאנען מענטשן ווערן אויסגעשחטן ווייל מ'גייט לכבוד דעם קענען בעטן א מדינה, אין ארץ ישראל איז געהרגעט געווארן איבער צוועלף ...
דורך תרמב
מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:30 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: מפתח געזען ביי שמן למאור
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 304

Re: מפתח געזען ביי שמן למאור

ווי איז די מפתח?

שרייב וואס דיר שמעקט פאר דעם איז קאווע שטיבל געמאכט געווארן

און וועלקאם בעק! ווי מיסד יו!
דורך תרמב
זונטאג דעצעמבער 10, 2023 8:05 pm
פארום: היסטאריע
אשכול: רכבת קסטנער די קאסטנער באן
רעאקציעס: 101
געזען געווארן: 26103

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

איך פארשטיי נישט, ס'האט געדארפט זיין זעקס מיליאן טויטע צו באקומען א מדינה? צוויי מיליאן וואלט נישט גענוג געווען? ס'האט זיי געברענט אז אזויפיל מיליאנען זאלן שטארבן אז זיי זאלן קענען האבן א מדינה?

די גאנצע רק בדם לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל, פאר וועם וועט מען האבן א מדינה אויב יעדער ווערט געהרגעט?
דורך תרמב
מאנטאג אקטאבער 16, 2023 8:37 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: מיין ויכוח מיט אן "אויפגעקלערטן" רב
רעאקציעס: 10
געזען געווארן: 1001

Re: מיין ויכוח מיט אן "אויפגעקלערטן" רב

און איך האב זיך נאך איינגערעדט פאר א סעקונדע אז א רב האט מודה געווען צו דיר...

זייער שטארקע טענה, איך האב שוין דאס אסאך געטענה'ט פאר מיין רב, און פאר מיינע חברים, ס'איז נישטא קיין געהעריגע תירוץ, די סטאטיסטיק טענה איז גאר א שווערע טענה, רביה"ק האט שוין געהאט א שטארקע אשכול דערוועגן ערגעץ ווי.
דורך תרמב
מאנטאג אקטאבער 16, 2023 8:17 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 772

Re: עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

אין פופציג יאר ארום וועלן אייניקלעך וועלן וויסן, "וואס האט זיידי קל וחומר געזאגט ווען ס'איז געוועהן די שרעקליכע שחיטה אין א"י?" זיי וועלן ארויפקומען אויף קאווע שטיבל און זעהן אז גלייך מוצאי יו"ט האט חתם סופר געעפענט אן אשכול . פעטער נוח האט זיך דארטן אויסגעוויינט, צווישן אנדערע....
דורך תרמב
פרייטאג אקטאבער 13, 2023 2:40 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל
רעאקציעס: 69
געזען געווארן: 15500

Re: 600'סטע תגובה!!! וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

שעפטאל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 3:01 am
ס'בלייבט מיר נישט קיין אנדערע ברירא נאר צו טרינקן נאכאמאל!!

צו קענען מיר זיך דען באשעפטיגן ווי @שעפטאל...


דו הער נישט אויף טרונקען!

דער שעפטאל'ט ארום ווי נאר שעפטאל קען...

און איך בין דא א וואך שפעטער מיט א לייק און א קאמפלימענט... פרעדיקטעבל...
דורך תרמב
מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:05 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
רעאקציעס: 120
געזען געווארן: 8148

איך האב געהאט א שטיקל ויכוח מיט איינעם אויף אייוועלט וועגן די טויט פון די ציונים, איך האב פרובירט צו וואטשן וואס איך שרייב אז ס'זאל שטימען מיט זייער סטאנדארטן, אבער ס'איז נאך אלס פארמעקט געווארן. אין די קורצע צייט וואס ס'איז דארט געווען האט מיינע תגובות באקומען אסאך לייקס, איך האב באוויזן צו סעיווען...
דורך תרמב
דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 12:56 am
פארום: א שמייכל
אשכול: פאליטישע שפילערייען
רעאקציעס: 1
געזען געווארן: 602

זייער גוט!

קענסט גיין עקטן ביי דראמאדי, דו האסט גאר א גוטע שפראך

האסט עס ארויסגעלייגט אין א ביזי צייט, אזא ארטיקל דארף מער לייקס.
דורך תרמב
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:29 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??
רעאקציעס: 33
געזען געווארן: 6247

איך האב געהאט געשריבן א תגובה אויף די אשכול אויף אייוועלט אין נישט לאנג דערנאך איז די גאנצע אשכול פארשווינדן פון דארט, דארט האבן זיי ארומגערעדט אז אין מדינת ישראל מוטשעט מען זיך שוין מיט די פראבלעם אז מ'האט מורא אז די חרדים גייען איבערוואקסן די חילונים און די מדינה גייט אונטערגיין לכאורה וואס גייט ג...
דורך תרמב
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:21 pm
פארום: אנשי שם
אשכול: המונקאטשער רב וברכותיו
רעאקציעס: 103
געזען געווארן: 22675

מ'פארציילט אז נאכן קריג איז א איד אנגעקומען צוריק אין זיין שטעטל נאך דעם וואס כמעט יעדער איז געהרגעט געווארן, ער איז אריין אין די שטיבל וואס פארן קריג האט זיך דארט געלעבט, מ'האט זיך דארט ארומגעשלאגן אויף שטותים, פאליטיקלעך פון די פאזיציעס אין די שטעטלעך ארום, דער אידל האט זיך אזוי ארומגעקוקט מיט א ט...
דורך תרמב
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:23 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ווען פרויען פירן כלל ישראל
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 5093

עטס זענטס נשפע געווארן פון די בארבי מאווי...

די געדאנק געפעלט מיר...

די מענער גייען זיין פטור פון אלע מצוות שהזמן גרמא, נאט בעד...

שחרית מנחה מעריב אראפ פון די מעניו, נאר די הייליגע טעג און אמאל אמאל שבת מברכים גייט מען אין שוהל...
דורך תרמב
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 4:41 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: לאמיר זיין משוגע גוט
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 2937

שכ'ח שמן, זייער גוט און ריכטיג. ענדליך פארציילט מען אויף א ענגלישע קעניג/ן (עליזאבעט?) וואס האט באזוכט א משוגעים הויז און אן ארטיגער האט געטענה'ט בתוקף אז ער איז דער נארמאלער האט ער גענטפערט "ביזט גערעכט, ענק זענען די נארמאלער אבער אונז זענען די רוב".. איך האב געהערט פארציילן א מעשה באותו...
דורך תרמב
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 11:12 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: שמעלקע מיטן שטן
רעאקציעס: 31
געזען געווארן: 7144

פיינע נייעס דער אדלער, איך האב נישט אויפגעהערט לאכן...
דורך תרמב
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:56 pm
פארום: שלום עליכם!
אשכול: הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!
רעאקציעס: 50
געזען געווארן: 11146

אלפא האט געשריבן:קען מען טוישן די קעפל פון אן אשכול נאכן עס פאוסטן? וויאזוי?
איך ווייס נישט צו עס איז דיר נאך נוגע

אבער מ'דארף צו קענען טוישן, ווען דו דרוקסט די קנעפל רעדאגיר קענסטו רעדאגירן די גאנצע תגובה אריינגערעכנט די קעפל
דורך תרמב
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 11:07 am
פארום: העמק דבר
אשכול: צומישטע געדאנקען אין א פארנעפלטן טאג
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 1161

נאר איין זאך בין איך נישט אינגאנצן קלאר, לויט ווי ס'קוקט מיר אויס וואלטן אידן עובדי ד' וואס זארגן זיך פאר זייער נשמה, געדארפט אדורכגיין גאנץ גאגל מיט בינג און אלע סוירטש ענדזשינס, אויסזוכן אלע גלויבנס און זען אפשר איז דא א גלויבן וואס איז מער אמת ווי די אידישע, וואס הייסט? מ'רעדט דאך דא פון דיין חי...
דורך תרמב
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:17 am
פארום: שלום עליכם!
אשכול: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
רעאקציעס: 66
געזען געווארן: 9743

איך האב איהם געבעטן אפאר חדשים צוריק און ער האט מיך געזאגט אז איינער פון די תנאים זענען אז מ׳דארף האבן דריי פיר הונדערט תגובות, איך האב נישט קיין טענות אויף די מנהל ווייל ער איז נישט קיין דיקטעיטאר, די פאליסיס פון ק"ש לויט ווי איך פארשטיי עס, ווערן געבויט לויט די רצון פון די חברי השטיבל, סא מי...
דורך תרמב
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:03 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: התוועדות וואס האט ווירקליך פאסירט
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3324

שעפטאל האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:פארוואס האט מען מיך נישט גערופן? איך בין געהעריג באליידיגט...
בעזה"י גיימער זיך בקרוב טרעפן מיט אייך און ר' לייביש אויפן שיף.
איי קענט וועיט
דורך תרמב
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 12:57 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: התוועדות וואס האט ווירקליך פאסירט
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3324

פארוואס האט מען מיך נישט גערופן? איך בין געהעריג באליידיגט...
דורך תרמב
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:55 am
פארום: היסטאריע
אשכול: רצפה בת איה
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 1671

זייער אינטערסאנט, ווי אייביג אבער דאס ברענגט מיר זייער א שלעכטע געפיל אויף די העלדן פון די געשיכטע אז שאול המלך האט פארשטאנען אז ער גייט געהרגעט ווערן פארוואס איז ער געגאנגען אין מלחמה? אז מ'דארף הרגענען אלע בעלי אוב, פארוואס גייסטו פרעגן איינס? אז דו ווילסט פארגיטיגן די גבעונים געבסטו איבער יענעם'ס...
דורך תרמב
מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2023 11:59 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: לאמיר זיין משוגע גוט
רעאקציעס: 15
געזען געווארן: 2937

יאפ... איך מוז דיר זאגן "דו ביסט משוגע גוט!"

הילעריעס וויאזוי די זאכן גייען צו.