דער זוך האט געטראפן 1912 רעזולטאטן

דורך קאך_לעפל
מיטוואך יולי 12, 2023 4:48 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: וואס איז דיין האבי?
רעאקציעס: 33
געזען געווארן: 1786

צו טיילן מכות...
דורך קאך_לעפל
מיטוואך יולי 12, 2023 2:55 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: וואס גייט פאר אין לב טהור?
רעאקציעס: 84
געזען געווארן: 11022

אה, שלום עליכם ברידער... שוין לאנג נישט דא געווען. אזויפיל נייעס געווען אין די צייט... טייל מער באקאנט טייל ווייניגער. זאכן האבן זיך גערוקט, אבער איך קען נישט זיין דא צי לאנג. איך וועל בלויז איבערגעבן אז מיר געפינען זיך שוין היינט צוריק אין גוטאמאלא, אבער נישט אויף אונזער שטח. פון די הנהלה, האט מען...
דורך קאך_לעפל
מאנטאג יולי 10, 2023 9:45 am
פארום: היסטאריע
אשכול: בניהו בן יהוידע
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1082

בניהו בן יהוידע

גליל העליון – צפון זייט פון די שטאט צפת, איז פארהאנען א קליין דערפל מיטן נאמען ביריה. דאס קליין דערפל איז מיט גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע דערפער אין גליל העליון, וועלכע זענען פארפלייצט מיט אומצאליגע קברים פון צדיקים און היסטארישע פיגורן, אנגעהויבן נאך פון די צייטן פון תנ''ך ביז צו די צייטן פון די...
דורך קאך_לעפל
מיטוואך יוני 07, 2023 3:12 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: מילתא דבדיחותא
רעאקציעס: 4017
געזען געווארן: 544874

Holy Cow

ווי באוואוסט, איז דאס לאנד אינדיע זייער אייגנארטיג, זייערע טראדיציעס זענען גאר אינטערעסאנט. דאס פארקער דארטן איז ארויס פון יעדע פראפערענץ. אויטאמאבילן אויסגעמישט מיט מענטשן, עלעפאנטן מיט מאלפעס, א ריכטיגער באלאגאן... אפילו אויב עמיצער פאלט א פגר אינמיטן די גאס וועט זיך קיינער נישט קימערן. דאס פארקער...
דורך קאך_לעפל
דינסטאג יוני 06, 2023 9:03 am
פארום: היסטאריע
אשכול: די נארמאנדי אינוואזיע
רעאקציעס: 5
געזען געווארן: 769

די נעמען פון די פינף ברעגס אין נארמאנדי וואו די אליאירטע מיליטערישע איינהייטן האבן געלאנדעט אין יענעם הייליגן טאג - יוני 6 - זענען געווען: יוטאָ, אָמאַהאַ, גאָלד, דזשונאָ און שווערד. דוכט זיך אז די מערסטע פארלוסטן האבן די אליאירטע געליטן ביי די ברעגעס פון אָמאַהאַ.... ---- עטוואס ווייניגער ווי א יאר...
דורך קאך_לעפל
מאנטאג מאי 22, 2023 10:30 am
פארום: שלום עליכם!
אשכול: בשורה טובה! מאחורי הפרגוד נעמט אן נייע מעמבערס
רעאקציעס: 66
געזען געווארן: 9712

מה זה מאחורי הפרגוד? מ'קען דארט זען מער ווי אין די בית יהודה חומש אויף די פרשה פון ער און אונן?
דורך קאך_לעפל
פרייטאג מאי 19, 2023 9:06 am
פארום: היסטאריע
אשכול: אונזער באזוך אין גליל
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1581

חדשים האט געשריבן:הערליך שיין. עס פילט זיך ווי מען איז דארט.

אגב, די כסא של אליהו פון רעבעצין נחמה’לע הלבערשטאם ליגט אין בית הכנסת האר”י האשכנזי, נישט אין מהר”י אבוהב שול. וכפי ששמעתי מתושבי צפת איז א סגולה פאר קינדער זיך אראפ צוזעצן אויף דעם כסא.
גערעכט! פאראכטן.
דורך קאך_לעפל
דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:21 am
פארום: היסטאריע
אשכול: אונזער באזוך אין גליל
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 1581

אונזער באזוך אין גליל

בס''ד די זון האט זיך קוים באוויזן אויפן האריזאנט, און א קילע ירושלימער ווינטל צובלאזט זיך איבער די געשלענגלטע געסלאך פון מאה שערים. דאס האט אנגעדייט אלס אן אנזאג איבער א נייער פרישער טאג אין ירושלים עיר הק'. די ירושלימער קעץ קריכן שוין צוריק אריין אין די טיפענישן פון די מיסט-קאסטענעס, און פון אלע ו...
דורך קאך_לעפל
דינסטאג אפריל 25, 2023 5:38 pm
פארום: א שמייכל
אשכול: זאצן וועלכע האבן אייך צעשטורעמעט פאר געלעכטער
רעאקציעס: 267
געזען געווארן: 90203

איז אזוי: בעצם איז די הקמת המדינה ווירקליך געווען אן אתחלתא דגאולה...
נאר וואזשע דען? דער צדיק הדור האט נישט געהאלטן דערפון...
דערפאר טאקע וועט תל אביב אראפגעווישט ווערן פון די אלוועלטליכע מאפע איידער דער אויסגעבענקטער אויסלייזער וועט זיך שוין ענדליך באווייזן...
דורך קאך_לעפל
מאנטאג אפריל 03, 2023 9:33 am
פארום: היסטאריע
אשכול: מיסטישע קבלה סודות אינעם וואטיקאן:
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 2540

טיילמאל ווען מ'מאכט אויף אן אלט ספר, באמערקט מען ביים שער בלאט א בילד פון משה און אהרן. אהרן איז אנגעקליידעט אין זיינע פראכטפולע בגדי כהנה, און ער האלט אין זיין האנט געדעמפטע געווירצן, און משה רבינו מיט זיין פאטריאכעשע בארדע לעהנט זיך אן אויף די צוויי לוחות. און נאך עפעס זעט מען אויפן בילד פון משה,...
דורך קאך_לעפל
מאנטאג אפריל 03, 2023 9:33 am
פארום: היסטאריע
אשכול: מיסטישע קבלה סודות אינעם וואטיקאן:
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 2540

.
דורך קאך_לעפל
דאנערשטאג מערץ 30, 2023 8:53 am
פארום: היסטאריע
אשכול: מיסטישע קבלה סודות אינעם וואטיקאן:
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 2540

אין די ווירקליכקייט וואלטן מיר זיך געווינטשן, אז דער טאפיק דא זאל זיך האלטן צו די גדולים, קינסטלער, שרייבער, פילאסאפן, וויסנשאפטלער, מוזיקער, וועלכע האבן פארשיינט די וועלט מיט זייער גרויסקייט, אינעם דור דעה וואס ווערט גערופן רענעסאַנס עפאכע, וואס האט זיך געצויגן פון די ענדע פערצן יאָרהונדערט ביז צו...
דורך קאך_לעפל
מיטוואך מערץ 29, 2023 8:58 am
פארום: היסטאריע
אשכול: מיסטישע קבלה סודות אינעם וואטיקאן:
רעאקציעס: 24
געזען געווארן: 2540

מיסטישע קבלה סודות אינעם וואטיקאן:

אין הארץ פון שטאט רוים, געפונט זיך א קליינשיק לענדל – ווארשיינליך דאס קלענסטע אויף דער וועלט, דאס איז דאס לאנד וואַטיקאַן. דארט אין וואַטיקאַן איז דאס וואוינארט פונעם פּויפּסט - דער "פאטער" פון אלע קריסטן איבער די גארער וועלט. יעדע קריסטליכע שטערמונג פון סיי וואו אימער אין די וועלט, האט כ...
דורך קאך_לעפל
מיטוואך פעברואר 15, 2023 10:55 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: א נייע רעליגיע
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 1425

א נייע רעליגיע

אין כמעט יעדע רעלייגע איבער די וועלט זענען פארהאנען אזאנע באגריפן ווי גן עדן, דאס ערשע זינד, שלעכטע ציוויליזאציע, נבואה, תשובה, אַפּאָקאַליפּסע, תיקון השלם, אד''ג. זינט מיר זענען נאך געלעגן אין די ווינדלן, האט שוין דער רבי מיטן גראבן שטעקן געלערענט מיט אונז די געשיכטע געשילדערט אין ספר בראשית. אדם ...
דורך קאך_לעפל
מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:04 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: מאי חנוכה? פּאָליטעיסטיג vs מאָנאָטעיסטיג!
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 762

פארוואס האבן די גריכישע געצער געהייסן די אָלימפּיאַנע געצער? ווייל זיי האבן אנגעבליך געוואוינט אויף די מייעסטעטישע הויכע אָלימפּוס בערג אין גריכלאנד. און ס'איז ווערט אנצודייטן אז די אָלימפּוס מאָנס, דאס איז א בארג אויפן פלאנעט מאדים - דאס העכסטע בארג אין די הויכע ספערן פון וואס מיר ווייסן - ווערט גע...
דורך קאך_לעפל
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 1:44 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: מאי חנוכה? פּאָליטעיסטיג vs מאָנאָטעיסטיג!
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 762

מאי חנוכה? פּאָליטעיסטיג vs מאָנאָטעיסטיג!

בימים ההם בזמן הזה: די שטורמישע שלאכטן זענען אין אירע העכסטע שטופעס, זעלנער פאלן פון אלע זייטן. די שלאכט-פעלדער זענען אויסגעווייקט מיט בלוט פון ג'הרג'טע זעלנער! אט געלונגט פאר איין זייט צו פארכאפן סטראטעגישע פאזיציעס, אבער נאך א קורצע וויילע שטארק זיך די אנדערע זייט און שטויסט צוריק דעם פיינט. שטעט...
דורך קאך_לעפל
דינסטאג יולי 05, 2022 4:45 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף
רעאקציעס: 73
געזען געווארן: 15756

פאוואליע... נישט אזוי גיך מיין פריינד...
מ'דארף נאך די קאנסטעטוציע פאר separation state and church
דורך קאך_לעפל
דינסטאג יולי 05, 2022 3:09 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף
רעאקציעס: 73
געזען געווארן: 15756

אין דעם פאל זאלן זיך שטאטן מאכן זייער אייגענע געזעצן!
אויב קען מען זיך נישט באכלעפשענען מיט קאסטאטוציע!

און אקוראט דאס האט די סופרים קארט געטאן!

We the people for the people by the people
דורך קאך_לעפל
דינסטאג יולי 05, 2022 1:35 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף
רעאקציעס: 73
געזען געווארן: 15756

פארוואס איז דער רעכט צו א אבארטשאן נישט אין די קאסטאטוציע? פארוואס האבן די דעמקראטן עס נישט באוויזן צוצולייגן צו די קאנסטעטוציע? ענטפער ווייל דאס מעערהייט פון לאנד איז דער קעגן! און דער פאלק מאכט די געזעצן! --- איך האב גארנישט פערזענליך קעגן אבארטשאן! אז דאס פאלק וויל עס זאל די רעכט אריינגעלייכט ווע...
דורך קאך_לעפל
דינסטאג יולי 05, 2022 9:22 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף
רעאקציעס: 73
געזען געווארן: 15756

איז אזוי: אין יענעם הייסן זומער, אין די שטאט פילאדעלפיע האבן זיך אונזער גרינדער-פאטערס צוזאמגענומען אויף א קריטישע נויטפאַל זיצונג. וואס האט פאסירט? אה... מיר האבן טאקע העלדיש באזיגט די ענגלענדער, מיר האבן ווירקליך געווינען אונזער פרייהייט... פּעטריק הענרי האט פראקאלאמירט גיב מיט פרייהייט אדער גיב ...
דורך קאך_לעפל
דינסטאג מאי 31, 2022 9:11 am
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף
רעאקציעס: 73
געזען געווארן: 15756

די פראבלעם מיט אבארשאן אין די פאראייניגטע שטאטן איז לויט מיין מיינונג א דרייפאכיגע: א לעגאלע: א רעליגיעזע: א מאראלישע: לאמיר אנהייבן מיט די לעגאלע טייל. אין די קאנסטאטוציע איז פארהאן א ביל אוו רייטס – וואס פארזיכערט די פרייע רעכטן פון יעדע אמעריקאנער בירגער. די רעכטן זענען געגעבן געווארן פאר אונז ד...
דורך קאך_לעפל
זונטאג מאי 01, 2022 10:37 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: א חול המועד אין ניו ענגלאנד
רעאקציעס: 6
געזען געווארן: 2285

א חול המועד אין ניו ענגלאנד

אין די אנהייב פון 19'טן יארהונדערט, מיט'ן אויפשטייג פון די אויטאָמאָביל עפאכע, האט זיך דער קולטור אין די פאראייניגטע שטאטן דראסטיש געענדערט. דאס באפעלקערונג איז טראנספארמירט געווארן פון איינגעזעצענע פארמער צו וואנדערדיגע אוואנטורער. איידער די אויטאָמאָביל עפאכע, איז דער דורכשניטליכער אמעריקאנער מער...
דורך קאך_לעפל
דינסטאג פעברואר 15, 2022 4:53 pm
פארום: אידישע און אלגעמיינע נייעס
אשכול: משתה ושמחה לכוד פורים קטן
רעאקציעס: 2
געזען געווארן: 2129

ס'איז דא דארט געפילטע העלזעל?