דער זוך האט געטראפן 462 רעזולטאטן

דורך פלאוויוס
מאנטאג מאי 16, 2016 10:13 pm
פארום: חינוך
אשכול: העלאו מיין זוהן, וועלקאם צו די אינטערנעט
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 3631

דיין צווייטער בריוו איז אויך אינעם זעלבן שניט, זייער שיין געשריבן! ס'איז ווי מ'דערציילט אויף יענעם וואס איז געשטאנען און געקוקט אויף א בילד פון נאטור וואס איז געמאלן געווארן דורך אן איטאליענישן מאלער פון דער רענעסאנס תקופה, וואו די אביעקטן האבן רעאל ארויסגעקוקט פון דער מאלעריי. אנשטאט צו באמערקן די ...
דורך פלאוויוס
מאנטאג מאי 16, 2016 10:12 pm
פארום: חינוך
אשכול: העלאו מיין זוהן, וועלקאם צו די אינטערנעט
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 3631

ריבונו של עולם! דאס איז דאך א הערליכער ארטיקל! געשריבן מיט א הארץ, געפיל, און מיט קאפ. אזא שיינער מאמר קומט אויס צו ליינען נאר איין מאל אין א לאנגער צייט. איך האב נישט קיין ווערטער בעל מידות. אם לא באתי קאווע שטיבלה אלא בשביל זה, דייני.
דורך פלאוויוס
דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:25 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: גיי גרין! (פה-סח 2)
רעאקציעס: 55
געזען געווארן: 14460

כ'האב נישט באמערקט אז הוגה האט שוין ארויסגעשטעלט דעם ארטיקל אויפ'ן פארום מיט א וואך צוריק... מה אומר ומה אדבר, דער ארטיקל איז גאר א שטארקע ארבעט. אמאל איז דא א גוטער שרייבער וואס ברענגט צו א נישט וויכטיגן ענין, און אמאל איז דא א וויכטיגער ענין וואס ווערט באהאנדלט דורך א שוואכן שרייבער. ביי דעם ערשטן...
דורך פלאוויוס
מיטוואך מאי 11, 2016 11:18 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3343

מיינע ענטפערס אויף די פינעף קאשע'ס: פאר די ערשטע פראגע דאַרף מען קודם אַדרעסירן די ערשטע דעבאַטע אינעם אַרטיקל; צי האט א אידישער אינדענדיטעט אָן תורה ומצוות בכלל א משמעות? מיין ענטפער: יא. דאס איז די צווייטע פראגע, נאר דו האסט עס בעסער ארויסגעשריבן. ביסט גערעכט אז דאס איז אייגנטליך דער יסוד פראגע.
דורך פלאוויוס
מיטוואך מאי 11, 2016 8:10 am
פארום: העמק דבר
אשכול: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3343

דאן פרעג איך אייך פלאוויוס, איהר זענט געווען דער טאטע אין די מעשה, צו דער זון? ווי הוגה האט געשריבן פריער: ס'איז פיקציע, נישט קיין מעשה שהיה (כאטש אין מוח שווימען ארום פיגורן פון פאקטישע מענטשן/געשעענישן אינעם לעבן וואס אינספירירן די מעשה). אויב דיין פראגע איז וועלכע פון די צוויי זייטן איך רעפרעזענ...
דורך פלאוויוס
מיטוואך מאי 11, 2016 7:20 am
פארום: העמק דבר
אשכול: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3343

איך האב אנגעהויבן שרייבן די מעשה מיט דער כוונה אויסצוקלארן געוויסע שאלות בנוגע דער באציאונג צווישן סעקולאריזם און פרומקייט מצד דער תורה, אבער איך האב מיך דערזען אז איך וועל עס נישט קענען ענדיגן אין אפאר בלעטלעך. די טעמע איז צו היציג און עמאציאנעל, דער טאטע לאזט נישט דעם זון קומען צום ווארט, אזוי אז ...
דורך פלאוויוס
מיטוואך מאי 11, 2016 6:25 am
פארום: פאעזיע
אשכול: קונטרס "יאיר נרי"
רעאקציעס: 13
געזען געווארן: 4497

איך האב דורכגעליינט יאיר'ס ווערק און ס'האט מיך זייער באנומען. געוויסע לידער שפיגלען אפ די התפעלות פון דער בריאה, אנדערע דרוקן אויס דעם ייאוש אין לעבן. ס'איז געשריבן פול מיט ליבשאפט צו דער מענטשהייט, צו דער יצירה, און מיט א זוכעדיגן אויג צום תכלית אין לעבן. איך שרייב מיינע ווערטער מיט דער פולסטער אוי...
דורך פלאוויוס
מיטוואך מאי 11, 2016 6:13 am
פארום: העמק דבר
אשכול: די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)
רעאקציעס: 19
געזען געווארן: 3343

די מה נשתנה פונעם איד - פרק א' (פה-סח IIׂׂ)

ערשטער קאפיטל / ביי דער סדר נאכט "מגיד!" האט דער טאטע אויסגערופן. "ווער קען זאגן וואס מגיד איז טייטש?" ארום דעם טיש אין סאלאן זענען געזעסן די קינדער, צוויי מיידלעך און פיר יונגלעך, ביי איין עק איז געזעסן די מאמע אנגעטון אין א יום-טוב'דיגן קלייד, א ווייס טיכל האט איבערגעדעקט איר ...
דורך פלאוויוס
מיטוואך מאי 11, 2016 5:20 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א חסידישע יונגערמאן פארזינקען אין ספארטס
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 1580

איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צו פארשטיין די ספארטס, אבער אן ערפאלג... אפשר וועסטו זיין דער גוטער שליח. גיב אונז א לעקציע אויף דעם. א זאך וואס פארנעמט אזוי די מענטשהייט איז גענוג סיבה מ'זאל זיך לערנען צו פארשטיין.
דורך פלאוויוס
מיטוואך מאי 04, 2016 3:55 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: כשר-לפסח בייגלעך שאנו אוכלים – על שום מה? (פה-סח 2)
רעאקציעס: 4
געזען געווארן: 988

דער ארטיקל האט מיך שטארק געכאפט. דארט וואו אנדערע זעען א ירידת הדורות איז אייגנטליך א מבשר פון א אידשקייט וואס קריכט ארויס פון דער פארגליווערונג. הערליכער געדאנק!
דורך פלאוויוס
זונטאג מאי 01, 2016 3:32 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: פסח על שום שפסח הלחץ - פה סח 2
רעאקציעס: 7
געזען געווארן: 1512

זייער שעפעריש, הומאריסטיש און בא'חנ'ט. נאכ'ן ליינען האב איך געמוזט זוכן א שותף איבערצוליינען הויך עטליכע שטיקלעך ווייל ס'לאכט זיך גרינגער מיט נאך איינעם... געלונגענע ארבעט!
דורך פלאוויוס
זונטאג מאי 01, 2016 3:27 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: אינעם וועיטינג רום - פה סח II
רעאקציעס: 8
געזען געווארן: 1523

א שטיקל קוהלת אינמיטן פסח... מיט א געלעכטער אין דער זייט. זייער שיין געשריבן!
דורך פלאוויוס
זונטאג מאי 01, 2016 3:25 am
פארום: געזעלשאפט
אשכול: קרעפל משולשת (פה-סח II)
רעאקציעס: 16
געזען געווארן: 4272

יואב, לעולם איז שוין צייט זיך צו לייגן, נאר כאטש מיט א ווארט האב איך געמוזט אויסדרוקן מיין הנאה פון דיין ארטיקל וואס האט מיר געמאכט דעם עונג יום טוב. דו האסט א געבענטשטן פעדער, פול מיטן אידישן הומאר. כה לחי!
דורך פלאוויוס
זונטאג מאי 01, 2016 3:18 am
פארום: היסטאריע
אשכול: כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
רעאקציעס: 65
געזען געווארן: 10446

זייער שיין צוזאמגענומען! דערצו איז נאך א הנאה צו ליינען וויאזוי זיך דורכצוקומען מיט די סתירות אין מקורות, וואו זיי קומען אויף, זיי צו פארענטפערן מיט א שכל'דיגן מהלך. בכלל דאכט זיך מיר אז דער עצם געניטקייט וואס אדנירם האט ביים שרייבן אין אן ארגאניזירטן וועג, דאס לייגט צו אינטערעס און גיט א באזונדערן ...
דורך פלאוויוס
זונטאג מאי 01, 2016 3:08 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
רעאקציעס: 121
געזען געווארן: 192195

איך וויל אויך אפשרייבן מיינע אייגענע איינדרוקן פונעם פס סח, נאר כ'וועל עס מוזן טון קורץ ווייל ס'איז מוצאי יום טוב און די אויגן קלעבן... איך האב באשטעלט מיינס אויף אמאזאן, אין דעם קאלירטן פארמאט, און ס'איז ווערט געווען יעדע פרוטה. די קאלירטע גראפיק גיט צו א לעבן צו די ארטיקלען וואס ס'איז ממש א שאד צו...
דורך פלאוויוס
זונטאג מאי 01, 2016 2:48 am
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
רעאקציעס: 121
געזען געווארן: 192195

פלאוויוס ' ברוך און בערל סטיל ארטיקעל איז גאר פיין, די אינהאלט און שפראך צוגלייך, איך האף אז שלום'קע וועט נישט בלייבן הענגען צו לאנג, און די צווייטע טייל וועט נאכפאלגן אינגיכן. אגב, סלאזט זיך הערן אז די גאנצע ענין פון שם לשון ומלבוש - אין אנדערע ווערטער די אויסערליכע אידישע קולטור- איז נאר געווען א...
דורך פלאוויוס
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:48 pm
פארום: קאווע שטיבל
אשכול: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
רעאקציעס: 121
געזען געווארן: 192195

והחוט הכפול לא במהרה ינתק... א הארציגן דאנק פאר די ארויסגעבער, געוואלדיג , כוכב , אלקנה , און סיי ווער ס'האט געהאט א טייל אין דעם. איך קען מיר נישט פארשטעלן וויפיל ארבעט ס'דארף ליגן אין אהערשטעלן אזא פראיעקט, און נאך ווייניגער פארשטיי איך וויאזוי ס'האט געקענט אריינגעשטופט ווערן אין אזא פיצעלן סכום פ...
דורך פלאוויוס
מיטוואך אפריל 20, 2016 4:59 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: "נטרונא" נאטיצן, באריכטן און ארטיקלן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 9876

ס'איז מאדנע אז מיין תגובה האט זיך געדרוקט צוויי מאל. ווען איך מעק אויס איינס מעקט זיך אויך אויס די אנדערע...
דורך פלאוויוס
מיטוואך אפריל 20, 2016 4:55 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: "נטרונא" נאטיצן, באריכטן און ארטיקלן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 9876

גוט. איך הער וואס דו זאגסט. איך וועל עס בלי נדר אויסהערן ווען איך וועל האבן א שעה פריי. איך וויל בלויז אנדייטן צוויי נקודות וואס געהערן צו דעם שמועס: 1) ווען אן אמעריקאנער בירגער קלערט "אויך" וועגן אויסערליכע אינטערעסן איז עס נישט קיין פארראט, כל זמן מ'איגנארירט נישט די אינערליכע אמעריקאנע...
דורך פלאוויוס
מיטוואך אפריל 20, 2016 4:13 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: "נטרונא" נאטיצן, באריכטן און ארטיקלן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 9876

פליקער, האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג. אידן האבן רעכט צו זארגן פאר זייערע רעליגיעזע אינטערעסן, אבער מ'דארף זיך "אויך" זארגן פאר אמעריקע. דאכט זיך אז אונזערע וואל קאמפיינען שליסן איין נאר אונזערע ענגע אינטערעסן (פינאנציעלע/סאציאלע וכו'), אבער נישט די ברייטע אמעריקאנער אינטערעסן. בין איך ...
דורך פלאוויוס
מיטוואך אפריל 20, 2016 3:28 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: "נטרונא" נאטיצן, באריכטן און ארטיקלן
רעאקציעס: 74
געזען געווארן: 9876

איך בין מסכים אז א געטרייער אמעריקאנער בירגער דארף קוקן אויך אויף די אינטערעסן פון אמעריקע, און רוב אמעריקאנער ציוניסטן אין אמעריקע נעמען זיכער אין באטראכט אמעריקאנער פאקטארן אויך בשעתן גיין צו די שטים-בודקעס, אבער די פראגע איז צי אונזער היימישער עולם קענען בכלל באטראכט ווערן ווי געטרייע אמעריקאנער ...
דורך פלאוויוס
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:57 am
פארום: פאעזיע
אשכול: איך בין א ניגון
רעאקציעס: 9
געזען געווארן: 1500

Re: איך בין א ניגון

א שיר וואס רייסט מיט! וואונדערליך!

Sent from my LGLS885 using Tapatalk
דורך פלאוויוס
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:40 pm
פארום: תורה און מחשבה
אשכול: אונזער שרעק פונעם עץ החיים
רעאקציעס: 14
געזען געווארן: 2297

Re: אונזער שרעק פונעם עץ החיים

גוט געזאגט מפוזרי! איך האף צו רעאגירן געהעריג ביי דער ערשטער געלעגנהייט. האסט געטראפן אין פינטל.

אויך פאר יאיר בין איך שולדיג א תשובה. איך וועל עס בלי נדר אויספירן ווען איך וועל האבן א פרייע מינוט.

Sent from my LGLS885 using Tapatalk