האלף לך ישמעאל, 1000 תגובות - ביג דיעל... וואס האבעך דערפון?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

האלף לך ישמעאל, 1000 תגובות - ביג דיעל... וואס האבעך דערפון?

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

נאכן באקומען אומצאליגע פאני קאלס און אומגעהויערע טעראר סטראשונגען פון געוויסע יחידים דא, אז אויב איך שרייב נישט נאך א תגובה ווי שנעלער, וועט מען זיך פשוט נעמען מעקן מיינע פריערדיגע תגובות כדי איך זאל מיך נישט קענען שפיגלען מער מיט מיין באליבטע 999 נאמבער.

איינער איז געגאנגען אזוי ווייט מיט זיין טעראר, אז ער האט פארגעשלאגן אזא מין פארשלאג וואס איז נאכנישט דערהערט געווארן מימות הווסדה פונעם שטיבל, דהיינו, איך זאל נאר שרייבן איין אות... איר הערט ? איין אות!!! און ער וועט אויפהערן צו שיקן פייערלעשערס צו מיין הויז...

און דער האט נאך געהאט די חוצפה צו לייקענען אז נישט ער שטייט אונטער דעם וואס קליינע קינדער האלטן אין איין אריינקלאפן אין מיין טיר און לויפן אוועק מיט א געלעכטער.

ער לייקענט אויך מיט א פרעכקייט אז ער האט גארנישט מיטן הויכן געז ביל וואס איך האב נעכטן געטראפן אין פאסט קעסטל, און ווען כאב עם אויפגעוויזן קלאר אז אין די לעצטע זעקס חדשים האב איך אזאנס נישט געהאט און ס'מוז זיין איינע פון זיינע שיקאנען קעגן מיר, זאגט ער מיר מיט אזא סארקאזים "עס מוז זיין וועגן די קעלט, און דו האסט גענוצט אסאך סטים" איר הערט א חוצפה ???

און אלעס וועגן וואס?? וועגן א באדוסטע תגובה מיינע ???
אט דא האסטע די תגובה מיינע!! נאדיר, צופרידן יעצט??
בכלל איז יעצט לבנה'יג אינדרויסן, וואס פארא געשרייבעכטס יעצט ? (אמת קאפקע?)
און בכלל נאך די אלע קאשמארן בין איך עפעס אין א גוסטע צו שרייבן עפעס פאזיטיוו??
אבסאלוטלי נישט!! נאר נעגאטיוו!!

וועל איך ענק פרעגן, וואס האב איך פון טויזענט תגובות, הא??? איך קען עס איינקעשן ערגעץ?
איך וואלט ענדערשט געליינט טויזענט געזונטהייט דזשורנאלן.
איך וואלט ענדערשט גענומען טויזענט דאלאר פון צדקה.
איך וואלט ענדערשט געליינט א טויזענט ווערטערדיגע תגובה פון יואב אדער לעיקוואד (ווי ביסטו צולייגער...)
אשה אחד מני אלף לא מצאתי.

טויזענטסטע תגובה... אויך מיר א דערגרייכונג...

דריי נישט קיין קאפ, האסטע געהערט אזאנס ...?


מחמת קוצר הזמן וחוסר ה'טאלאנט האב איך די ארטיקל גענומען (גענומען? ג'גזל'ט!) פון דא, ואתכם הכפרה.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר