נאך זייענדיג אונטערן רושם פון ונהפוך הוא....

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

נאך זייענדיג אונטערן רושם פון ונהפוך הוא....

הודעהדורך מאטי » דינסטאג מערץ 18, 2014 11:15 pm

ונהפוך הוא...
== ווען אלעקסאנדער גרעהעם בעל וואלט ווען געבוירן געווארן נאך מאטי מעקקאנען. == 

האסט געהערט די לעצטע אויסטרעף? מ׳הערט א שטימע! ממש ווי עכט.. מ׳קען הערן/רעדן/לאכן/וויינען/שרייען, נישט בלויז שווארצע טרוקענע געשריבענע ווערטער אנע געפילן.

טעכנאלאגיע גאלאפירט און שלינגט איין דאס מענטשהייט, ווער קען איר נאכיאגן בכלל. מ׳דארף שוין נישט טייפן/שיקן, יא באקומען, נישט באקומען, מ׳רעדט און מ׳הערט תוך כדי דיבור, ממש משיח׳ס צייטן.

אויך אינעם אפיס פונעם ״אלטרע ארטאדאקסישן אידענטום פארזארגער״ איז די מאנשאפט פארנומען ביז איבערן קאפ. עסקנים דרייען זיך ארום אנע קעפ פאר גרויס זארג.

לאמיר זיך אריינכאפן אינעווייניג און פרובירן דערגיין על מה יצא הקצף.

״דאס וועט זיין א חורבן פארן גאנצן יהדות החרדית״ רופט אויס ר׳ איצא ציממערמאן ני״ו מראשי העסקנים.
״א אינגערמאן האט די מעגליכקייט״ -- קוויטשעט ער מיט עקסטאז -- ״צו דרוקן עטליכע קנעפלעך אויף א מאשינקע, און אויפן אנדערן זייט טרייבל קומט צו גיין א.....פרוי!! רח״ל. מ׳הערט איר שטימע, איר חנוועדיגע געלעכטער, מ׳דארף זיך שוין נישט טרעפן פנים אל פנים צו באגיין גראבע עבירות. א פשוטער טרייבל.. און היידא! אינעם שטן׳ס נעץ״. 

״נו וואס איז דער עצה״? פרעגט דער טשעירמאן פונעם אסיפה.

״מ׳דארף ארויסקומען מיט א שרייעדיגע קול קורא, אז יעדער איד וואס איז עמדו רגליו על הר סיני, אדער ישבו תחתוניו בשובבים תורת. צו בלייבן נאר מיט די גרויסע קאלירטע טעקסט וואטסעפפ מאשינדלעך, וואס רוב דערפון איז בלויז פאר טעקסט. און אפילו די וואס זענען יא אויסשטאפירט מיטן נייעם טעכנעלאגיע, און זענען יא רעדעוודיג. איז דאס אבער כאטש נישט מיוחד פאר רעדן, און די סכנה איז נישט אזוי גרויס. מיר בעטן און ווארענען בכל לשון של בקשה ואזהרה : בלייבטס בלויז מיט פשוטע טעקסט און וואטסעעפ דאס וואס אונזערע עלטערן און באבעס האבן אייביג געהאט, און אזוי אויפגעצויגן אונזערע דורות על דרך ישראל סבא.
 
ח״ו זיך איינהאנדלען דעם נייעם עמלק! דער אזויגערופענער ״לאנדס ליניע רעדעוודיגע מאשינקע״ וואס איז מיוחד בלויז צו רעדן און הערן רח״ל. די מכשולות דערפון רעדט פון זיך אליינס, דאס איז דער אבי אבות הטומאה, ממש א ס״מ בצורת טעלעפאן וואס האט באקומען רשות אונז אריינצולייגן אין אזעלכע נסיונות בלויז וועגן אונזערע חטאת נעורים.

 לאמיר זיך נישט פאפן און נארן זאגענדיג: ״ס׳פעלט אויס... פאר פרנסה, ס׳איז באקוועמער, מ׳דארף נישט דרוקן אלט מאדישע קנעפלעך. טראכט וואס איר געט אויף פאר די נארישע באקוועמליכקייט, פאר אביסל הנאה פאר׳סם׳ט איר אייערע קינדער, אייערע דורות.
 איר וועט זיך שפעטער רייסן די האר פון קאפ און אונזערע עסקנים וועלן אייך דאן שוין נישט קענען העלפן. זיי וועלן זאגן ״מיר האבן אייך געבעטן און געווארנט איר זאלט ח״ו נישט האלטן אין שטוב א משחית, א ״לאנדס ליניע טרייבל״ וואס מ׳קען אפילו נישט באהאלטן פון די קינדערלעך. יעצט קומט איר וויינען ? טא לעיט!!! 

און פאר די וואס ליינען דאס, און פאלגן, זאל קומען א ברכה אויף זייערע קעפ. 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום מיטוואך מערץ 19, 2014 8:50 am, רעדאגירט געווארן 5 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2971
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:06 pm
האט שוין געלייקט: 3727 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4199 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 18, 2014 11:36 pm

משוגע צו ווערן! צוקער זיס...
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2365 מאל

הודעהדורך אליצפן » דינסטאג מערץ 18, 2014 11:50 pm

This article is pure gold! Brings out in the best possible way the hypocrisy, idiocy and senselessnes of all those so called "dangers to yiddishkeit".
Love it.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2013 11:08 pm
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך פליקער » מיטוואך מערץ 19, 2014 9:29 am

די פאקט איז אבער אז אלע יארן האבן די רבנים געזעין און יעדע פארגעשריטענע זאך, דעים טייוול, גיי פארשטיי היינט די עבירה פון מאשין מצות, די בעסטע טעם איז טעם כמוס, דעיס קען איך פארשטיין, אבער חוץ מזה איז עס נישט פארשטענדליך, אבער מיר האבן עס מקבל געוועין, אן קיין שום פראבלעים,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1683
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3538 מאל

הודעהדורך סאו וואט » מיטוואך מערץ 19, 2014 11:44 am

געוואלדיג מאטי, קלאר און שארף ארויסגעברענגט.
כפליקער ועוד לקרא, האבן אסאך נישט געוואלט זיך באנוצען מיט יעדע נייע טעכנעלאגיע. און אנגעקוקט אלעס שווארץ ווי א נייע פירצה.
וואזס דארפט איר מער פון דעם אז דער עקסטרעמיסט רבי ישכר דוב מבעלזא ז"ל האט טאקע געוואלט אסר'ן דער טעלעפאון, טאקע מהאי טעמא.
ווי אויך א קאר האט ער נישט געלאזךט זיך באנוצען.
דאס מצומצום'דיג קייט איז זייער גרויס ביי די חסידישע קרייזען, ווי מער קליין קעפיק און נאריש אלעס הייליגער.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 15, 2018 9:06 pm

זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט. ר' יצחק נחום פון שפיקוב שרייבט אין זיין בריוו אז אין דערפל בעלזא איז נישט דא קיין לעקטער, כ'האב אלץ געמיינט אז ס'איז געווען פשוט אלץ ארימקייט, אבער לויט ווי דו זאגסט קומט אויס אז ס'איז געווען בשיטה. לויט דעם שטימט פיל בעסער, ווייל ער נוצט די פאקט אראפצולייגן די בעלזע עקסטרעמיזם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1589 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט