גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:46 pm

סקרן האט געשריבן:רב דאמב האט אמאל געזאגט אויף דער ליעזשער רב וואס איז אוועק די וואך (ער פלעג דאווענען ביי אים):
מ'דארף אויסהרגנ'ן אלע רבי'ס און אים איבערלאזן צו ווייזן פארוואס מ'האט זיי געהרג'ט

איך האב געהערט די מעשה פון א איד פון אנטווערפען. איך האב אים געוואלט ענטפערן "אין קראקא מיט הונדרעט יאר צוריק, האט איינער געזאגט אז מ'דארף פטור ווערן פון אלע קהלות, אחוץ אנטווערפען. כדי מ'זאל וויסען פארוואס מ'איז פטור געווארען פון אלע קהלות". איך האב עס אים נאר נישט געזאגט ווייל יענער איז א סענסיטיווער, און די אנטווערפענער שטאלצירן זיך שטארק מיט זייער קהלה, הגם......
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8017
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2823 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7512 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 12, 2019 12:00 pm

סקרן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:סקרן: ס'איז טאקע א גוט ווערטל. אבער דאס האט נאר אזא משוגע'נער ווי ..."הרב"... דאמב געקענט זאגן...!

ס'איז נישט צו פארשטיין. ער איז דאך געווען א גרויסער תלמיד חכם. ר'האט געלערנט ביי גרויסע רבי'ס. נאר ער האט געהאט א מיאוס'ן פיסק. ר'האטציך נישט געקענט איינהאלטן. אלעס אונטער'ן שלייער און מאסקע פון קנאות. דאס האט איהם געברענגט צו דעם אז ער האט נישט געהאט קיין דרך ארץ אדער רעספעקט פאר קיין שום רב, רבי אדער מנהיג ישראל. ממש קיין איינער. און אין די זעלבע צייט האט ער בארעכטיגט זיינע אייגענע מעשים. ער האט געהאנדלט מיט צלמים (אויך). צי מ'מעג, סטריקטלי עפ"י הלכה. און אונטער וועלכע אומשטענדן . דאס איז א נושא פאר זיך. אבער אז אן איש חשוב און תלמיד חכם זאלל האנדלען מיט אט די זאכן וואס עקלט א יעדן ערליכן איד...! יא. מ'קומט מיט די געוויינליכע מעשיות אז ער איז געווען א גרויסער מכניס אורח. איך וואלט ענדערש געזיצן איבער שבת אין א גוי'אישן האטעל און געגעסן מצות און טונא, ווי איידער גיין צו אזא מין מענטש אפילו פאר 5 מינוט...!

איך וואלט דוקא יא געגאנגען צו אים איט סאונדס לייק איט וואז א בלעסט אראונד הים
מ'דארף נאר וויסן וויאזוי צו עסן וואס ער האט געזאגט נישט אלעס דארף מען גלייבן און נישט אלעס דארף מען אהעננעמען

סקרן: ס'איז מעגליך אז ער האט געזאגט א טייל פון זיינע סטעיטמענטס מיט א סענס אוו היומאר. אבער זיינע חסידים. הויפטזעכליך פון די נטורי חרתא און סאטמאר, האבן אנגענומען א יעדעס ווארט ווארט וואס איז ארויס מפה קדשו. אלס קודש קדשים...! אפילו דעם תולדות אהרן רבי (דעם טאטן) האט ער מבזה געווען. אויך הרב דושינסקיא, זצ"ל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12724
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 14065 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8048 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מיטוואך פעברואר 13, 2019 1:17 am

berlbalaguleh האט געשריבן:סקרן: ס'איז טאקע א גוט ווערטל. אבער דאס האט נאר אזא משוגע'נער ווי ..."הרב"... דאמב געקענט זאגן...!

ס'איז נישט צו פארשטיין. ער איז דאך געווען א גרויסער תלמיד חכם. ר'האט געלערנט ביי גרויסע רבי'ס. נאר ער האט געהאט א מיאוס'ן פיסק. ר'האטציך נישט געקענט איינהאלטן. אלעס אונטער'ן שלייער און מאסקע פון קנאות. דאס האט איהם געברענגט צו דעם אז ער האט נישט געהאט קיין דרך ארץ אדער רעספעקט פאר קיין שום רב, רבי אדער מנהיג ישראל. ממש קיין איינער. און אין די זעלבע צייט האט ער בארעכטיגט זיינע אייגענע מעשים. ער האט געהאנדלט מיט צלמים (אויך). צי מ'מעג, סטריקטלי עפ"י הלכה. און אונטער וועלכע אומשטענדן . דאס איז א נושא פאר זיך. אבער אז אן איש חשוב און תלמיד חכם זאלל האנדלען מיט אט די זאכן וואס עקלט א יעדן ערליכן איד...! יא. מ'קומט מיט די געוויינליכע מעשיות אז ער איז געווען א גרויסער מכניס אורח. איך וואלט ענדערש געזיצן איבער שבת אין א גוי'אישן האטעל און געגעסן מצות און טונא, ווי איידער גיין צו אזא מין מענטש אפילו פאר 5 מינוט...!

געהערט האב איך פון א לאנדאנער ידיד מיינע, א מוצ"ש'דיגע-סיפורי-צדיקים-געשיכטע'לע,

און איך וועל דאס ברענגען דא לטובת ידידינו חברי השטיבל הע"י:

מיט עטליכע יאהר צוריק, אויף א שב"ק אין סטעמפארד-הילל געגענד שברובע העקני אשר בלאנדאן בירת מלכות החסד ענגלאנד של אחדות ממלכת בריטאניע האדירה...
האט זיך אויפגעהאלטן כ"ק אדמו"ר רבי פנחס יצחק בידרמַן שליט"א המכונה 'האדמו"ר מלעלוב-ניקלשבורג' דארט אויף שב"ק.
תושבי העיר מעדת החסידים האבן פארשטייטזיך מיטגעהאלטן סדרי השבת וכו' בלא בלא בלא...
בעת עריכת סעודתא דדוד מלכא משיחא במוצאי שבת קודש בבית הה"ח ' פינקי עסטרייכער ז"ל,

האט הכהן המיוחס הנהגה"ח ר' אברהם חיים הכהן ראפאפארט שליט"א אנגעהויבן נאך-צו-דערציילן א מעשה, וזה היה לשונו בערך:
"געהערט האב איך א מעשה פון רב דאמב זכרונו לברכה, וועגן ר' שימע'לע (הרה"ק ר' שמעון'לע זשעליכאווער הי"ד משגיח ישיבת חכמי לובלין, מדרשותיו הדפיס רב דאמב ספרי 'נהרי אש')"

האט עם דער אורח (לעלוב-ניקלשבורג'ע עבין) אפגעשטעלט און געפרעגט:
"פון וועמען דערציילט איהר דארט, פון וועמען זאגט איהר דאט נאך?, פון רב דאמב?,
קיין אמונת צדיקים האט ער נישט געהאט, אבער צום סטריקעווער, צום סטריקעווער-דער-אגודיסט, צו עם האט ער זיך מבטל געוועהן"

עכ"ל ודפח"ח.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:16 am
האט שוין געלייקט: 205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט