מיינע געדאנקען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

מיינע געדאנקען

הודעהדורך atmybest » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:12 am

איידער איך גיי אריין אין די שמועס, וויל איך מקדים זיין מיט די באוואוסטע קשיא פון הרה'ק בעמחת'ס בעל קרי זי'ע, וואס ער האט געפרעגט, פארוואס קומט אלעמאל אויס די ימים טובים אין חודש תשרי?
דורכאויס די יארן זענען ארויסגעקומען צענדליגע צו אפילו הונדערטער ספרים, פרובירנדיג צו פארענטפערן די קשיא.
זיצנדיג אין די כבוד שטוב נעכטן, איז מיר איינגעפאלן א מוראדיגע פשט אין דעם.

ווי יעדער ווייסט, איז דא 12 חדשים אין א יאר. תשרי איז די ערשטע חודש. יעצט מיר ווייסן אז סוכות איז אלעמאל 5 טעג נאך יום כיפור. יום כיפור איז אלעמאל 10 טאג אין חודש תשרי. יעצט, וויבאלד ראש השנה איז טייטש די אנהויב פון די יאר, מוז זיין אז א' תשרי איז אלעמאל ראש השנה.

שוין, יעצט קען מען גיין ווייטער:

תשובה איז א זאך וואס האט נישט דוקא מיט א זמן. מען קען תשובה טון סיי ווען מען וויל נאר.
ראש השנה און יום כיפור איז פשוט א טאג וואס וויבאלד עס איז די ערשטע טאג פונעם יאר, באשטימט מען ווער עס וועט איבערלעבן די יאר, און ווער נישט.

המשך יבוא.
ביטע קאמענטירן, אבער נישט אריינפירן אין צימעס.
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
atmybest
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:18 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך יוסף בן טוביה » זונטאג יוני 21, 2020 5:35 pm

זרע בעצם, באשאפט. אמאל באשאפט עס פיזישע ילדים אמאל רוחניות'דיגע ילדים. יעצט, יש בזה שתים שהן ארבע. כיצד?

אז א מענטש איז קריעטיוו און איז מחדש רעיונות, זענען די חידושים רוחניות'דיגע ילדים.

אז א מענטש מאכט א קינד בעצם, איז דאס פיזישע ילדים (מערקט, אויך וואס האט א רוחניות'דיגע חלק און א פיזישע חלק).

נאכדעם איז דאך באקאנט די קאנצפעט אין קבלה אז פון מוציא זרע זיין, ווערן באשאפן די קליפות און חיצונים, דאס זענען אזעלכע קינדער וואס מען קען נישט זעהן, די וואס באגלייטן די מיטה.. זענען דאס רוחניות'דיגע ילדים אבער אנדערש ווי די ערשטע, מצד הסט"א (און אולי זענען דאס די ענטיטיס וואס גייען און קומען אריין אין ארויס אין די מוחות של בנ"א)

אבער אפשר, אזוי ווי די 'נישט גוטע', טוען די זרע (היוצא לבטלה) אויך באשאפן 'בכלל' די פיזישע מציאות?! ווי נישט ווי, איז דאך די מציאות ווי מיר זעהן עס, אויכעט אן אחיזות העניים און באמת איז דאך אלצדינג פונקט פארקערט...און אצינד וועט דאס אפשר בעסער ערקלערן פארוואס עס איז שטענדיג דא אזא הסתרת פנים אין די נאטור...און אינאיינוועגס וועט אויך בעסער שטימען וואס דער נחש זאגט, ונפקחו עיניכם והייתם כאלוהים. ווייל איר וועט אנהויבן זעהן א מציאות. באשאפן א ישות. (ביז דאן זענען זיי דאך געווען אין גן עדן.)

אז מ'האלט שוין דא, קען מען אפשר פרובירן פארשטיין פארוואס חז"ל זענען אזוי אויסן געווען צו האבן א געזונטע באלאנס צווישן די לערנונג פון נאטור און די לעהרע פון גאט. וואס איז בעצם די תלמוד? דאס זענען לימודים און סברות וואס ווערן געשאפן און מחודש אין מענטשנ'ס מוחות? נו, למי החכמה אם לא לה'? אזעלכע זרע געהערן אינעווייניג, אין קאפ. דאס זוכט נישט און ברויך נישט 'פארווירקליכט' ווערן. אבער די לעהרע פון נאטור, דאס איז דאך געבויעט און אנגעוואנדן אויף דאטא וואס קומט פונדרויסן אריין. פון דער נאטורליכער עולם המציאות, נו איז נאטורליך, אז דאס געהערט נישט אין קאפ און דער צירקל זאגט אז דאס דארף עווענטועל, נאכ'ן בארייכערט ווערן, צוריק ארויסגיין צו דער מקור פון וואו עס קומט.. און טאקע תורה מתשת כוחה של אדם, איז ווייל ווען מען לערנט איר איז מען מוליד בנים. נו, איר ווייס אלע ווי אזוי מען פיהלט נאכ'ן מוציא זיין. משא"כ די לימוד פון נאטור איז נאר מגרע יצרו של אדם ווייל דאס מיינט נאר מער זרע להוציא...אהה..
יוסף בן טוביה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 17, 2019 8:06 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך יוסף בן טוביה » דינסטאג יוני 23, 2020 6:24 pm

עס זענען פארהאן דריי סארטן מענטשן.

1) די מענטשן וואס טראכטן נישט איבער. 2) די מענטשן וואס טראכטן צו זיך. 3) און די מענטשן וואס רעדן צו זיך.

1) די מענטשן וואס דו גלייכסט אזוי ווייל זיי זענען אזוי ענגעידזשד, קאננעקטעד, ריעקטיוו, האנעסט, passionate, זיכער, קאנפידענט, דאהי, דירעקט, אינסטענטעניעס. דו פארשטייסט וואס איך מיין.

2) און 3) זענען בעצם די זעלבע נאר דער זעהט מען אז ער רעדט צו זיך און דער נישט. אה, און רעדן צו זיך, דויערט אוודאי לענגער. און מאכט דיך אויך אויסזעהן מאדנע.

ווען איך זאג 'די מענטשן וואס טראכטן נישט איבער', מיין איך נישט זיי טראכטן אינגאנצן נישט. איך מיין צוזאגן, זיי זענען נישט מודע אז זיי טראכטן (איידער זיי טוהען).

במה הדבר תלוי? אין די לעוול פון סעלף קאנטשענסנעס? אפשר?! אפשר אין די דעגרי פון ווי שטארק די צוויי חלקים שבאדם לעבן אין הארמאניע איינע מיט די אנדערע, פארשטייען זיך איינע מיט די אנדערע, אזוי אז זיי קענען קאמיוניקירן צווישן זיך אהן דארפן באדערן די קאנטשעס מיינד איבער די דיטעיל.

אין איינע פון מיינע שוואכע מינוטן, נאכ'ן חטא, האב איך מיך באמערקט פלוצלונג באאבאכטן ווי אזוי איך טראכט פון די ווערטער איידער איך זאג זיי ארויס.. און איך שטאלפער מיך אן אין זיי. אין התפילה שגור בפי..נישט א גוטע סימן... איי וויי געוואלד, דאס איבער-טראכטן, דאס איבער-טראכטן, דאס איז מערבב די געדאנקען און מאכט נאך מער איבער-טראכטן. ווי אן אייביגער גלגל החוזר. ס'הייסט, ס'קען דאך נישט זיין אז בעפאר די חטא האב איך בכלל נישט געטראכט, א ראיה כ'האב אסאך לייכטער געקענט מאכן אן החלטה און אעפ"כ איז די החלטה געווען אסאך א בעסערע ווי יעצט.

אבער איין מינוט, עקשולי, יעצט אז איך קען טראכטן, מאך איך אייגענטליך דער חשבון, אז לכאורה, אויב שנייד איך אפ אזא סייז בוים, און האק פון דעם אפ אזא סכום העלצלעך מיט די לענג x y און z, קאן איך מיר בויען א הייזל פאר די ווינטער זיך צו באשיצן פון די קעלטן. הממ. אייש...בררר. ס'איז מיר אזוי קאלט געווארן פלוצלונג, אט נישט לאנג צוריק איז מיר פיין ווארים געווען. כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, כ'האב אפילו נישט געטראכט פון דעם, לאז אליינס געפיהלט עניטינג. אהה, איך דערמאן מיך, דאס איז אלס געווען פאר'ן חטא...
יוסף בן טוביה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 17, 2019 8:06 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך יוסף בן טוביה » דינסטאג יוני 23, 2020 6:43 pm

איי, וואס איז מיט די מענטשן וואס באגייען קריים אימפולסיוולי. זיי זענען שוין גארנישט אזוי צוציענד. באלאנגען זיי דען אין גרופ נומער איינס? און די מענטשן וואס זענען אזוי רוהיג און דורכגעטראכט אז אפילו די ווערטער קומען זיי ארויס געלאסן און געמיטלעך, זענען זיי דען נישט נאך אטראקטיוו און אין דער וועלט ווי גרופ נומער איינס?

נאר וואס דען. יש בהם שני הפכיים, ביידע מיט פארקערטע תוצאות, עכ"פ אויף די וועג ווי ס'שפילט זיך אויס, אבער פאר די זעלבע סיבות.
יוסף בן טוביה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 17, 2019 8:06 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט