לאמיר שפילן א געים!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6612
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4114 מאל

לאמיר שפילן א געים!

שליחה דורך שבת אחים »

לאמיר שפילן א געים!

איך וועל ארויפברענגען געוויסע אינטערסאנטע קוואטס און טאפיקס וואס זענען אמאל באשריבן געווארן אין אונזער שטיבל וואס האט געכאפט מיין אויג און איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון זייט איך דריי מיך דא בן כותלנו הקאווע, איך וועל אראפברענגען די קוואטס בערך וויאזוי איך געדענק עס און נישט פונקטליך נאכשרייבן ווארט ביי ווארט אבער די קאנטעקסט וועט זיין בערך די זעלבע, און אייער פליכט אלץ א שפילער אין די געים איז צו מעטשען און אנצייכענען די ריכטיגע מקור און די מראה מקום מיט א לינק פון ק"ש אדער העכטסטענס אנצייכענען וועלכע ניק האט עס געשריבן בבחינת ממי שאומרו מביא גאולה לעולם, מ'קען אנצייכענען די ניק וואס האט עס געשריבן לויט די אנגעבליכע נומערען. מען בעט און מ'ווארנט אלעמען מ'זאל נישט דעבאטירן די טאפיקס אין די אשכול נאר זיך האלטן צו די שטרענגע רולס פון די געים! מ'מעג פרעגען קשיות אדער פארשלאגן וועגן די געים -מ'מעג שרייבן צו מ'גלייכט די געים צי מהאט עס פיינט -צו סאיז נעריש צי ס'מאכט נישט קיין סענס וכו' - אלעס ארום די געים און די שפיל איבער נישט פארקריכן דא אין העמק הדבר און אין שווערע דעבאטעס מיט הויכע טעהנערייען.

ווער ס'וועט ענטפערן אלע ריכטיגע ענטפערס און קענען אנצייגן אלע מראה מקומות וועט געווינען א פרייז!
פאר מעהר אינפארמאציע איבער די ״גרויסע געווינס״ ביטע דרוקן די לינק:
ביי 1:25
https://www.youtube.com/watch?v=RW2JInyMoPc

און איינוועגס איז עס א גיטע וועג צומאכן חזרה אויף די אלטע און אנגייעדיגע אשכלות און טאפיקס אין קאווע שטיבל.
דער עולם איז מכובד צו צולייגן נאך וכל המרבה הרי זה משובח! ווער עס וויל מאכן א אייגענע ליסט פון זאכן וואס האט אים אויפגעכאפט לייענדיג קאווע און איז אים געבליבן איינגעקריצט ביי אין מוח איז וועלקאם און עס וועט ממש זיין א בחינה פון הנה מה טוב ומה נעים "שבת אחים" גם יחד!

ובזה החילי
1)די ציונים האבן אויפגעשטעלט די כותל זיך צו רייצן מיט די אראבער!

2)משיח גייט קומען ווייל ס'שטייט געשריבן אין ספרים אז ווען רוסלאנד גייט מלחמה האלטן מיט טערקיי זאלן מען זיך זאפארט אנטוהן בגדי שבת!

3)אז איינער שרייבט א נעגיטיווער ארטיקל אין קאווע שטיבל וואס דערציילט דעם ביטערן אמת פון אונזער סיסטם איז עס נאר פאר לייקס!

4)אז איינער הערט אויף גלייבן און ווערט א אט״ד איז עס נאר ווייל ער וויל זיך נאכגעבן זיינע נערישע תאוות!

5)אז איינער גלייבט נישט אין גאט איז עס מסתמא ווייל ער רייכערט געווירצן און נעמט דראגס!

6)איינער וואס האלט פון דעם שחור אבאמא איז א נידערטרעכטיגער הומוסקסואל!

7)איינער וואס האלט נישט פון פרעזידענט בוש איז ממש בלינד!

8)די אלע וואס זענען אפגעפארן איז נאר ווייל זענען געווארן מאלעסטירט ביי אפאר חזרים!

9)די אלע אטדיס גלייבן באמת אין גאט זיי טוען עס נאר פאר אטענעישאן!

10)סאיז נעבעך א גרויסע רחמנות אויף די וואס גלייבן נישט אין גאט!

11)א יעדער וואס גלייבט נישט וועט נאך איין טאג זיך צוריק כאפן און תשובה טוהן!

12)אלע פרייע אידן פאסטן יוכ"פ!

13)אלע פרייע אידן גלייבן אין אמתן אריין אין גאט והא ראי׳ אז ווען ס׳קומט יוכ״פּ לויפן זיי אלע אין שול!

14)די פינטעלע איד קען מען נישט פארלירן!

15)דער רמב״ם איז געוועהן קלוגער ווי אלע היינטיגע סייענטיסטן!

16)דער רמב"ם האט געמאכט די ערשטע אפעראציע אויף די וועלט!

17)גלאובל ווארמינג איז א ליבעראל הואקס און א קאנספירעסי!

18)אייסעס איז די גרעסטע פראבלעם אויף די וועלט!

19)דיינעסארס מיט מענטשען האבן געלעבט זייט ביי זייט אין הארמאני!

20)אלע סייענטיסן נעמען זייער חכמה פון די תורה!

21)אפילו איינשטיין איז געווארן א מאמין און האט תשובה געטוהן פאר זיין טויט!

22)אלע גוים זענען שלעכטע מענטשען און אנטיסמיטן!

23)אלע איסלאמער זענען רוצחים און וואלטן געהארגעט אידן אויב זיי קענען!

24)אלע היינטיגע דאקטורים זענען מודה אז עסען מיליכיגס און פליישיגס איז זייער נישט געזונט!

25)סאיז א פאקט אז אויב איז מ'איז צופיל מצז"ל ווערט מען חלילה בלינד!

26)מען דארף נישט גיין אין קאלעדזש אדער זיין עדיוקעידעט-הערשל שרייבער און זופניק זענען אויך נישט געגאנגען אין קאלעדזש!

27)מאטי שטיינמץ איז א פובליק פיגור און ער קען זיך נאך עני טיים פארמעסטן מיט דעם עקעלהאפטיגן גויאישע דזשוסטין ביבער!

28)א גיטע גוי מוז זיין אז ער שטאמעט מזרע ישראל!

29)אלע גוים זענן מקנא די שיינע רייכע לעבן פון פרומע אידן!

30)וואס פארשטייט א גוי צו א הייסע טעללער יוך פרייטיגס צונאכטס ביים סעודה!

31)טראמפ איז א געלוגענע ביזענסמאן און א אוהב ישראל!

32)סאיז פאר די אייגענע טובה פון פרויען און קנעכט נישט צו זיין איקוואל מיט די מענער!

33)פון רויטע וואנצעס תגובות רינט קאטשעניו זאפט און שלישקעלעך פון די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ א מעשה, אזש ס'אנאכעס צו ליינען!

34)אלע אנדערע רעליגעיס האבן געהארגט און געפייניקט מענטשען אויסער אונזער רעליגיע!

35)אריסטו און די גריכן זענען נאך עני טיים געוועהן אזוי קלוג ווי די היינטיגע סייענטיסטן!

36)איינער וואס שרייבט "בד"ה מוז זיין אז ער איז נישט קיין אמתדיגע כופר!

37)א גוי קען נישט באגרייכן די שיינקייט פון א שבת!

38)אבאמא איז א מוסלימענער וואס האט פיינט אמעריקא!

39)רעב מאטלע פליעט אין הימל!

40)די שווארצע זענען עבדים ווייל זיי זענען אייניקלעך פון חם!

41)אלע פאוסילס אין ביינער וואס פּאלעאנטאלאגיסטן גרובען אויף איז נאר א קאנספיריסי פון אטאסיטן!

42)אז מ'וועט געבן רעכטען פאר די געיס חלילה וועט מען צום סוף אנקומען ציגעבן רעכטן פאר מענטשען חתונה צוהאבן מיט קיען!

43)ווי נישט ווי זענען דא גענוג און נאך חסידים וואס נעמען גארנישט פון די גאווערמענט און באצאלן טעקסעס!

44)ס'איז נארמאל צו לעבן אויף די חשבון פון די גאווערמענט די שווארצע אין הארלעם און די אמיש אין פענסעלוועניע טוען דאך די זעלבע זאך!

45)דער רבי זי"ע האט געהאט א ווייטע בליק!

46)אזא צורה ווי די רבי זי"ע האט קיינער נישט געהאט!

47)ווען א יעדער אין אמעריקא וואלט געהאט גאונס וואלט אמעריקא געוועהן אסאך מעהר סעיף און ס'וואלט נישט געוועהן אזויפיל שיסערייען!

48)ווען די אידן לאזן זיך ארויס אין קאנטרי מאכן זיי אן א געפערליכער טרעפיק אויפן וועג ארויף!

49)האליוויאד פילמעס קענען זיך פארשטעקן פאר בושה פאר "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע!

50)שלום דין איז א אויסגעשפילטער איינזאמער בעל גאווה!

51)פוטסטעפס העלפט ארויס א יעדע אט"ד וואס ווענדט זיך צו זיי!

52)די רבנים זענען נישט שולדיג אין די דירה קריזיס!

53)יעדע היימישע מוסד האט א רעכט אנצונעמען וועמען זיי ווילן און זיי מוזן נישט יעדעם אריינעמען!

54)יעדע רבי האט א רעכט צומאכן וועלכע תקנות ס'פאלט אים נאר איין אין זיין חסידות!

55)אן אדנירם איז קאווע שטיבל גארנישט ווערט!

56)א יעדער וואס זיין זיידע האט נאר ביהעדעט כפרות אין עפעס א דארף אינדערהיים דרייט זיך היינט ארום מיט א מחילה גדולה!

57)@שבת אחים און @ מושב זקנים זענען א סכנה פאר אידישקייט!

58)@שבת אחים איז קאווע שטיבל'ס נאכט וועכטער!

59)דשאורזש קארלין איז די רבי פון אלע רבי'ס!

60)אן עווערדזש וויפל קאצקע צוקער עסט א כולל אינגערמאן אין א חודש?!

61)א איד וואס גלייבט נישט אין אידישקייט דארף א גיטע פסכיאטער!

62)ווען די רבי טאנצט מצוה טאנץ מיט די כלה און טויזענטער חסידים האפקענען ארום קען נאך חלילה די כלה באקומען די וסת פון שרעק!

63)סאיז נישט נארמאל צושרייבן אויף א רבי אז ער איז בייפאולער!

64)אז מושב בלייבט דא פאק איך פעק!

65)סאטמאר איז פאקטיש די מערסטע היימיש!

66)ר' זלמן לייב קען אריינלייגן אלע זיינע חסידים אין זיין כוס של אליהו בעכער און עס וועט נאך אלץ איבערבלייבן גענוג פלאץ!

67)שבת אחים האט געכאפט א פראסק פונעם ברך משה!

68)קיין שום ארגאנזאציע קען נישט העלפן פאר מענטשען וואס פארן אפ פונעם דרך זיי דארפן זיך אליינס העלפן!

69)פוטסטעפס לערנט אויס זייערע מיטגלידער וויאזוי אנצובינדן א נעקטיי און טאנצן אין קלאובס!

70)שבת אחים איז א מארמארישער פויער פון ליע עווניא!

71)מיין מאן האט א נייע קערידזשע פעטיש... ער איז נעבעך משוגע איבער קערידזשעס!

72)דיינע תגובות מיט די גרויסע רויטע אותיות מאכט מיך זייער נערוועז!

73)חסידים האבן א רעכט זיך אריינצורוקען אין סטעטן איילענד פונקט ווי די ארטיסטין האבן זיך אריינגערוקט אין וויליאמסבורג!

74)שפיצער איז זיך אליינס שולדיג אין אלעס די סקווירער צדיק האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט די שריפה!

75)די ריעל עסטעיט דיעל צווישן דעם קאסובער און קלויזענבורגער צדיקים אויפן חשבון פונעם יונגענט!

76) דער ישמח משה האט אגב איבערגעלאזט הערליכע דורות נאמנים לה' ולתורתו, אינדערצייט וואס דער פארפרוירענע הויזן האבן געהאט א מיאוסן ענדע אזוי ווי אלע משכילים בדורו!

77)דו וועסט אלעמאל זיין מיין ערשטע לאוו!

78)נפשי חולת איז מיין דייעגנאסעס!

79)אהבה איז מיין רעליגיע!

80)פארוואס ווייסן נישט אונזערע קינדער וואס דאס מיינט זיין א פשוט'ער נארמאלער מענטש? פארוואס קענען זיי נישט די יסודות שביסודות פון מידות, נארמאלקייט, מענטשליכקייט?!

81)קאווע שטיבל באשטייט נישט פון קיין בראווע אקטעוויסטן. אפילו מיליאן מיטגלידער דא וועלן גארנישט העלפן.

82)זאל די מיידל מיטטאנצן, עסן פיקלס ביזן לעצטן שבע ברכות דאן מאכן א ויברחי. דערנאך זיך נעמען דעטן ווי א נארמאלע מענטש.

83) ישו הנוצרי איז געוויס געווען א רשע להלכה וואס האט פארדינט זיין טויט!

84)וועמען גייט אן וואס דער שגץ האט געשריבן?? געטס א קוק, ער איז שוין טויט עטליכע טעג, און מען האט עם נאכנישט באגראבן.

85)דערנאך האט דער רבי זיך צוקאכט ווי א אויסגעפליקטער הינדל, און אנגעפאנגען מגלה זיין סודות נפלאים, זאגענדיג אז דאס פלייש געוויקלט אין קרויט געמישט מיט רייז איז מרמז אויף סיטריה דאימיה מורכבים בגלגלי ארזא ועליהם כרבא מבושלין!

86)וואס איז די חילוק צווישן א אכצן יעריג שחור און א ניינצן יעריג שחור-א שווארץ יאר!
המשך יבוא בלינ"ד (איין מינוט [tag]עמעזאן[/tag] איך מעג זאגן בלינ"ד? וואס איז דו הלכה אין אזא פאלל? :P )
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר