שלומיאל און צורישדי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

שלומיאל און צורישדי

הודעהדורך בעל מדות » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:08 am

די קערלעך פון דעם געשיכטע זענען איינגעזייט געווארן אין א ווינטער-אוונט, אין א טינקעלער צימער, אין שטוב פון "פעטער פנחס", פנחס האט ענטהאלטן א טעלעפאן רוף פון זיין יונגערע שוועסטער תחי' עטליכע שעה בעפאר, צו ער קען אקאמאדירן אין איינע פון די צימערן אין זיין גרויסן פאלאץ, די "בעשוי" וואס מאכט זיך יעצט, און ווערט געפירט דורך מרת גראס די "שדכנ'טע" און "קעגנאיבער" שכן.
שלומיאל האט נארוואס געפייערט זיין געבורטסטאג אויסבלאזענדיג 17 "טרעוול-ליכט" אויסגעצירט אויף מילך קעסטלעך נעבן זיין געלעגער אין ישיבה, די אויפברויז פון זיין משגיח האט נישט פארפעלט צו קומען, ער האט צעשטערט די "העפי בירטדעי" געזאנגען און פארטריבן אלע בחורים פון דארמיטארי שטוב אריין אין זייערע צעלן.
שלומיאל האט שוין געקאלט זיין מוטער עטליכע מאל און דערקלערט שטייף אז ער הייבט אן "ווערן דעפרעסט", אקערמאן און זילבערמאן פון זיין יארגאנג זענען שוין חתנים ...און מאמי ווי בין איך? טראץ די מוטער'ס פייערליכע רייד אז עס איז נאך צו פרי האט שלומיאל פסיכאלאגיש איבערגערעדט זיין מוטער זאל שוין רופן שדכנים און אים ארויסרוקן פון ישיבה וואס ער האט באטאנט אלץ "עקלדיגע דזשעיל" ...רוף עס נישט נישט אזוי האט די מוטער זיינע מוחה געווען ביי איין פאל, ...דארפסט לערנען תורה וועט עס קיין דזשעיל נישט זיין.
א צייט דערנאך האט שלומיאל באקומען דעם אזוי אויסגעווארטן טעלעפאן רוף, ווען זיין מוטער שטייט ביים אנדערן זייט טרייבל, שלומיאל'קא ברענג אהיים דיין שיינע סוט דו גייסט האבן א בעשוי מיט א מיידל און אויך... העלאו? זאג תהלים.
אין מינוטן האט א האלבע ישיבה אנגעהויבן וויסן אז שלומיאל גייט גיין זיצן צו א בעשוי, "זאג נישט פאר קיינעם"! איז געווען די ווערדלאזע סלאגאן וואס איז געווארן די "פון מויל צו אויער" סטעיטמענט אנצוהויבן די רעקארד ברעכנדע נייעס, שלומיאל האט אריינגעמורמלט פארן משגיח אז ער גייט אהיים צו א "אינפוינטמענט" און דאן מיט א געפיל פון א מיליאנער פארלאזט די ישיבה בנין.

גנעשא די מוטער פון שלומיאל איז געשטאנען ביים שפיגל ווען די שדכנטע האט אריינגערופן פרעגן אויב מען האט שוין א פלאץ ווי צו מאכן די בעשוי ווען זי באשטעטיגט אים אז יא! פעטער פנחס אקאמאדירט די געשעעניש.
שלומיאל איז נאכנישט געווארן פארגעשטעלט, ער איז א נידריג געוואוקסיגער מיט א פימפל פארפולטע געזיכט, ער איז אלעמאל דער וואס צושטערט די קופקע, ווען ער איז געוואויר געווארן די פענאמען פון "מאלעסטערט ווערן" האט ער זיך גראד דערקלערט אלץ א וויקטים, און דערמיט האט ער זיך געהאלטן פון די אויפגעקלערטע, רייכערנדיג מיט א גאפל און זייענדיג א ראדיקאלע קאווע-אדיקט האבן אים נאר צוגעהאלפן זיך צו טרעפן איזאלירט פון די גאנצע ישיבה-געזעלשאפט.

"צורישדי שטערן" מיט וועם ער גייט זיך היינט טרעפן איז א הויכע מיידל, נישט הויעך: זייער הויעך... שוין העכער ווי געווענליך, זי רעפרעזענטירט שטאלץ די מאראנצן-קאליר און שטייט גאנץ גוט מיט חבר'טעס, די אינפארמאציע וואס שלומיאל'ס מוטער האט געקליבן אויף איר איז עפעס וואס האט איר געשטופט צו גיין ווייטער.
שלומיאל פארעכט דעם אנצוג ער לייגט אריין די הויזן אין קראן אראפצורייבן א שטיקל מאראסט, אכךךך רעדט ער צום סוט מיט פאראיבל פארוואס פונקט יעצט?!...
זיין מוטער האקט שוין אויפן טיר "מ'פארט"!, קום אראפ אין קאר די "אנדערע זייט" איז שוין ביי פעטער פנחס.
שלומיאל געט א נעם ארויס דעם בראש און הייבט אן קעמען די פאות ווי א וואנזיניגער, ער פרובירט נוצן "דיפעטי-דו" צום ערשטן מאל אין געשיכטע און ווען זיין פאות הייבט אן שיינען און שמעקן ווי א פוירפיום-פלעשל באשליסט ער אז דאס איז נישט גוט פאר אים ער בייגט אריין דעם גאנצן געזיכט אין קראן און רייבט אראפ די גאנצע דזשעל מיטן האנט.

א צעשלאכטענער לויפט ער ארויס פון טוילעט, ער וויל שוין "זיין-א-חתן-"...געשווינדער נעמט ער אריין די נארוואס געפאלישטע שיך וואס די גויטע האט אים היינט צופרו אויסגערייניגט, טרררר. די טעלעפאן קלונגט העלאו? ווער איז דאס די חתן? יויש מאכסט מיר "א באנטש פון נחת"... הערט זיך די אויפגעלייגטע שטימע פון די באבע אין אלטן-היים, שלומיאל ווערט בלאס און ווייסט נישט וויאזוי צו רעאגירן, ער האקט אראפ דעם טרייבל און לויפט אראפ מיט איין אטעם מאכנדיג א פלאן נישט צו דערציילן פאר קיינעם אז די שידוך איז א סוד פאר גאנץ בראד. ער קומט אן א פארסאפעטער צום טאטנ'ס אויטא אנאליזירנדיג צו די ווייטאג פון זיין פוס אז ער האלט נאך ביידע שיך אין די האנט...
מען פארט צום בעשוי, די מאמע איז הויעך און דערשראקן, שלומיאל רעד נישט וואס דו דארפסט נישט קומט די ערשטע אנזאג, דער פאטער מער א ליבליכע אוישוויץ-געשלאגענער מיטן גאליציאנע איידלקייט מאכט אוועק די מאמע'ס אקארשט געגעבענע הדרכה צולייגנדיג אז "די בעסטע איז ווען מען איז ארגינעל"... די מאמע וועלכע באשליסט אז דאסמאל וועט זי שוין שטיין אויף אירע רעכטן, לאזט זיך ארויס אין א סעריע געשרייען אזוי אז טאטע און מאמע הייבן זיך אן רייסן זיך ביי די קעפ, די קאר וועלכע פארט אויפן שאסיי, ווי א שיכור זאל זיין מנהיג... געט א שיפע פארקיר אריין אינעם ברייטן לאט פון פנחס די פעטער.

מען גייט צי צום בעשוי מיט גרויס געפילדער, שלומיאל און צורישדי ווארפן זיך מיט די הענט ווען שלומיאל דערמאנט זיך פון זיין נייע הוט וואס ער האט פארגעסן מיטצונעמען, ער טראכט נישט צו לאנג דערפון ווערנדיג ענטואזיסטיש פון זיך אויספאנטאזירן וויפיל כבוד ער גייט באקומען, יעדער גייט אים וואונטשן און ענדליך וועט מען זען ווי ..שלומיאל! רייסט מען אים ארויס פון זיינע זיסע דמיונות.... -מען גייט אריין צום בעשוי- די מאמע לויפט צו ראפינירט ווי א געווינער אריינשושקענדיג אין אויער אז ער זאל זיך אויפפירן מיט אירע אנווייזונגען, זי לייגט צו "די מיידל איז "קעניינעהארע" ספעשעל צו דער זאך", "אומגלויבליך"...

צווישן גלאזערנע געשיר און הארטע קוכן, ביי די טישל'ס ביידע זייטן זיצן זיי דארט, שלומיאל האלט זיך איין מיט גבורת הנפש צו באזיגן א גרעבצל וואס מאכט די וועג ארויס פון די טיפענישן פון זיין מאגן, ער עפנט די שמועס איבער זיין מנהל'ס נייע קאר, זי לייגט צו אז איר פרינציפל איז די שכן פון זיין מנהל'ס טאטע, ווען ער שניידט אדורך די געדעכטע לופט מיט א געשיכטע אין ישיבה, ...האהא לאכט זי א גוטס, ...מיינע פרענדס האבן אויך געמאכט איינמאל טונא-פאשיט פאר פאן און ווען מיין טיטשער... די טיר עפנט זיך און 8 פאר אויגן געבן א טאנץ אריין, נו מען קען גיין צום לחיים? שלומיאל און צורישדי קוקן אראפ און דאן ארויף, אהין, צוריק, און דאן איינער אויפן צווייטן, זיי זענען צעמישט און פארטרויטלט און ווארטן איינער אויפן אנדערן צו געבן די ווארט, ווען צורישדי'ס טאטע "די יעצט-ווערנדע" מחותן באשליסט אז גענוג גערעדט מען גייט צום לחיים.

די חתן זאגט יא, די כלה זאגט יא, מחותנים יא און פון הימל יא, ענבי שלומיאל בענבי צורישדי די הימלען ווארפן זיך פאר געלעכטער די טעלעפאן קאל'ס הייבן אן שטורעמען ...אין ישיבה ווארפט מען טישאס און ביי די משפחות טוט מען זיך אן שיינע קליידער.

לחיים! איז שלומיאל'ס טאטע מודיע אין א ספעציעל דעזיגנירטע טאן וואס הערט זיך ווי א "איכה ישבה" סטיל קלאג-לידל, לחיים טובים ולשלום! איז צורישדי'ס טאטע ספעציעל אויפגעלייגט, ער פאכעט מיט זיין האנט אין ריכטונג פון די ווייבער אין קאך, צו זיין ערשטע שוועסטער וואס איז אנגעקומען.
קאמיש איז אז די ערשטע מאן צו אנקומען צום לחיים איז פעטער פישל; פישל וועט אלעמאל זיין דער לעצטער און שפעט-קומער. ביי בר-מצוה'ס ערשיינט ער ביים בענטשן און ביי מסיבות נאך די גורלות, דא איז אבער אנגעקומען מיטן גאנצן טראכט ער ווישט אפ די פארע פון די גלעזער מיטן ערשטן טישו ארויסגעקומען פון בוזעם, און זעצט זיך א פרייליכער צום טעצל "ראמבאולס" סימן טוב ומזל טוב... "אימאזעלטאבאיסימענטוב" הייבט מען אן זינגען דעם ניגון די ערשטע אין א סעריע מאלן דעם נאכט.

"האלעקאסט זיידי" קומט אן, געשטופט דורך אן אייניקל פון מארטין לוטער קינג, ער שטראלט און וואלט יעצט געוואלט ווייזן זיין מיטלסטער פאר אדאלף היטלער, ער שוועבט הויעך און ווערט געזעצט אויבן אן נעבן חתן.
איינע פון די פעטער'ס זאגט נאך פון די "ליקוטי יבשים" א שיינע ווארט ווען די איינציגסטע וואס הערט זיך צו איז די כלה'ס טאטע וואס מוז ווייזן אינטערעסע אין די פאמיליע ווי ער שיקט אריין זיין טאכטער.

די חתן'ס עלטערע שוואגער נטע א "טיכטיגמאן", איינער וואס וואוינט מיט א בלוטוט אין די אויער א גאנצע יאר, שאפט פאר די חתן א קארטן "מארלבארא צוגערעטלעך" וועלכע ווערן סארטירט אין די חתן'ס טאשן איבערלאזנדיג פלאץ פאר די דעקלעך, פעדער'ס, קענדי'ס, און אנדערע אביעקטן וואס גייען נאכקומען און ארויפשיסן די סטאקס צו די הויכן.
ביזדערווייל נעמט מען ארויס די תנאים פאפירן, ביי די משפחה זיכט מען צו שפארן געלט, די מכובדים ביים טיש רייסן אראפ מיט אייפער שאלאכטס פון טענדשערינען, און ברעקלען מיט די פינאט ניסלעך, עס הערט זיך א געפילדער ביי די נשים, אלעס רעדט אויפאיינמאל אזש מען מען קען חלילה טויב ווערן, ששששטיל זאל זיין רופט אויס נטע, "מען גייט ליינען די תנאים"
די דיין פון שול נעמט די פאפיר און הייבט אן פארזאגן נישט איידער ער פארעכט עטליכע גרייזן אויפן צעטל, ווארטנדיג מיט געדולד ער זאל זיין אין אלע בליצער'ס און קעמערא'ס.
אחדא דתדי הדי בי אדדי הייבט ער אן ליינען די צעטל, עלטער באבי שיסט אויס אין א יאמערליך געוויין וואס פאלגט נאך א שטילע טאן פון טרערן געווישעכט'ס און נאז געציעכץ, די עולם איז התרגשות'דיג און די חתן שוועבט אין "טרוימלאנד" נאר טראכטנדיג וואס עס גייט זיין ווען ער גייט שוין טראגן א טלית אין שול און וויפיל אויגנברעמען ער גייט אויפהייבן.

ווען די טעלער ברעכן איז פארגעקומען מיט הילף און עצות פון די עלטערע דור פרויען וואס האבן שוין ערפארונג פון וועלכע זייט צו שטויסן, האט שלומיאל אנגעהויבן בליפן, ער האט געציטערט ער גייט יעצט זען זיין כלה און איר געבן א זייגער.
מזל טוב! מזל טוב! באקומט ער פון אלע זייטן הענט, ער איז פארנימען געבן זיין האנט פון איינעם צום אנדערן, אזוי ארום גערן פארשפרייטנדיג די לעצטערע וויירוס וואס קורסירט ארום, עס טוט זיך א יאמערליכע סענזאציע ווען שלומיאל גייט צום ווייבער שול, אין באגלייטונג פון אלע פעטער'ס וואס קומען נאר מיט צוליב די גרויסע מצוה פון והיו עיניך רואות... שטייענדיג נעבן די "קאלע" האט ער פון די לינקע נאז לאך ארויסגעמורמלט זיין איינגעחזרטע ברכה, ...מזל טוב, מ'זאל בויען א בית נאמן בישראל און זיין אייביג פרייליך, ...אמן! האט צורישדי געענטפערט אינגאנצן א צעקאכטער, איבערגענימען די מתנה, און מיט א ציטערדיגע הענט איבערגעגעבן די הערליכע טאשן-זייגער, וואס האט אנטוישט שלומיאל, מיינענדיג אז ער באקומט דא א "הענטזייגער-מחותן"...

אלעס זעצט זיך צוריק, שלומיאל ווערט פרייליך זעענדיג ווי נתן זיין בעסטע חבר קומט אן ווען נאך אים פאלגן נאך עטליכע חברים, זיי ווישן אפ די פארהויכטע ברילן, און מיט שמחה שטעלט מען זיך צום אויבן אן געבן מזל טוב, נאכן זיכער מאכן אז קיינער קוקט נישט נעמט זוסיא די "באם פון די גרופע" ארויס זיין צעל (קרעדיט יואב) און מען כאפט א "סעלפי מיטן חתן", ..."מיין פאות איז נישט גוט געמאכט"... רופט זיך אן שלומיאל זעענדיג זיך אין א סקרין שוין עטליכע שעה אן צוטריט צו א שפיגל.
די שמחה הייבט אן זען א ענדע, די פעטער'ס האבן זיך צוביסלעך ארויסגערוקט, לאזנדיג די חתן און עטליכע זיידעס ביי א טיש ליידיג פון מענטשן און אנגעהויפנט מיט בערגלעך שאלאכט'ס, שלומיאל איז דאן ערלויבט געווארן נאכאמאל צו כאפן א שמועס הינטער די פארבריקאדירטע מחיצות מיט זיין צוקונפטיגע ווייב, ווען עטליכע אין צוואנציג קעמערא'ס מאכן די וועג אריין צווישן לעכער און שפאלטן אפכאפנדיג יעדע אטעם וואס די צוויי געבן.
דא איז אונטערגעקומען א אומגעראכטענער דורכפאל אויף וואס שלומיאל איז שטארק געשלאגן דערויף נעמליך, זיין נאז האט אנגעהויבן בליטן, ער האט צוערשט נישט באמערקט ווי רויטע טראפעלעך גליטשן זיך אראפ אויפן ווייסן העמד'ל, אבער ווען צורישדי האט אים געווינקען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג האט ער זיך אויפגעשטעלט פארשעמט און געזיכט א גרוב זיך צו מקבר זיין, ער האט זיך אויפגעשטעלט און רעאליזירט אז די סצענע איז נישט אנגענעם.
שלומיאל האט אנערקענט אז זיין טרוים פון ערשיינען אויף די "שמחה וועבזייטלעך" קען נישט צושטאנד קומען שטייענדיג צעבליטיגט און איז אריינגעפאלן אין א דערביטערטע שטימונג.
נטע וואס איז געשטאנען דערביי זייענדיג א שטיקל הומאריסט האט זיך געגעבן א רוף אן אין א סארקאסטישע טאן ...המממ ראמאנטיש,!..."אריין אין מאחורי" זיך דאן כאפנדיג אז ער זיצט נישט ביים געוועב.
דער חתן האט א גוט-מוטיגער באקומען ערלויבעניש צו זאגן "א גוטע נאכט" פארן כלה, און דאן איז יעדער אהיים.

ווען אויפן וועג אהיים איז שלומיאל געווארן געפרעגט דורך זיין מוטער וואס מען האט גערעדט ביים בעשוי?, האט ער שטאלץ דערקלערט אז זיין ווייב האט געוויזן ברייטע קענטעניס אין די נושא פון "דייעביטיס", אריינווארפנדיג די גאנצע קאר אין א נערוועזן שטימונג "פארוואס קען מיין כלה אזוי גוט די סארט אומהיימליכע נושאים"?... האט די צוקונפטיגע שוויגער געטראכט מיט וואונדער, שלומיאל האט כלל נישט באמערקט ווי זיין מאמע מאכט א רירנדע פאון קאל צום שדכן'טע.
א צעפרידענער איז שלומיאל געגאנגען אין בעט, נעמענדיג זיין "טאגבוך" ווי איינגעפירט אין די יארן פון ישיבה קטנה, צושרייבנדיג מיט גרויסע בוכשטאבן ביים היינטיגן דאטום: היינט איז געווען מיין "טנאיעם", נישט כאפנדיג אז די אפטייטש פון תנאים איז "באדינגונגען" און אז ער האט זיך אונטערגענימען היינט א לעבנס-פלאן... שלומיאל גייט א ווילדער אריין אין בעט ארויסנעמענדיג די באהאלטענע "סענסע" אריינגייענדיג צו FM ראדיא מיט א כעס, זיך געבנדיג א רוף אן "איך האב גארנישט מיט די ראש ישיבה מער", ער איז איינגעשלאפן א זיסער שוועבנדיג אין גלייך מיט די וואלקענעס.

די חדשים פליען, שלומיאל הייבט זיך אן אידענטיפיצירן "נערוועז",ער גייט אויפשטעלן א אידיש ביידל, ער גייט צו די "חתן-שיעורים" פון יעדע מעגליכע פראגראם וואס ווערט עדווערטייזט, ער פארשטייט שוין אלע רמזים און סוגיות, יעצט דארף ער נאר פראקטיצירונג. ער האט שוין חרטה געפילן זייענדיג פון די ערשטע פון די יארגאנג וואס האבן חתונה. בעת ווען אין ישיבה האבן זיינע פריינט "גוטע צייטן" ווי ער הערט כסדר.
ער לויפט פון שטריימל געשעפט צום קליידער מבין, פון גראסערי צום חתן רבי, ער איז קריטיש אנגעוויזן אויף זיין מאמע'ס סעליולער צוליב די אומאויפהערליכע טעלעפאן פון מענטשן וואס זוכן אים, ער באשטעטיגט מיט זיינע פריינט אז די "שלומיאל שלומיאל האט חתונה היינט", "וועדינג סאנג" מאכט פראגרעס, זיין מאמע זאל נאר נישט וויסן אז ער האט פארטאכלעוועט זיבן מעות פאר א פארשווענדערישע ניגון אן הענט אדער פיס, וואס עטליכע וואנעביס האבן צוזאמגעשטעלט.

מען האלט שוין ביי "שבת קאפעליטש", שלומיאל'קעלע! הערט זיך די געשריי, פון זיין טאטע, קום! איך וויל גיין אין שול, אבער אין קול ואין עונה, די ווידערקלאנג איז די איינציגסטע זאך וואס באוועגט זיך אין די ליפט, אהה שלומיאל איז שוין געגאנגען, רופט זיך אן די רעביצין, ..עס איז זיין "קאפעליטש שבת", ער איז געלאפן אין שול. שלומיאל שפאצירט אין שול זעענדיג שטערנס. ער קען שוין קוים ווארטן אז עמיצער זאל קימערן און אים דערלאנגען א קלאפ אויפן היט, ווען ענדליך איז עס ערשינען האט שלומיאל מיט אזא איראניש-אויפגעקלערטן טאן געגעבן א פרעג פאר דעם בחור הזעצער ..."דו הערסט אויף"?...
די וואך איז אריבערגעפלויגן ווי אן אויגנבליק, עס איז ערב שבת "באווארפן" ער גייט שוין חאסענע האבן, און נאכדעם פאלט די וועלט איין, עס עקזיסטירט נישט קיין "נאך די חתונה", עס איז אים די גאנצע צוקונפט בלענק, שווארץ, אלעס שטעלט זיך אפ. ער איז פארנומען קומען און גיין. ער זאגט אויס תהלים און שטייט אויף צו חצות, פירט דורך סגולות פון רחצלז"ש, און געוויס סיינט מען אויף מעמבערשיפ ביי "טילעם קוילעל". שבת באווארפן איז שוין דא. שלומיאל איז אין די פלאנעט העכער הימל. מען נעמט אויף די געסט און אט גייט מען שוין אין שול, ער עפנט דעם שטריימל באקס און געט א היסטארישע קוויטש ---די שטריימל איז ג-ע-ב-ל-י-ב-ן א-י-ן ג-ע-ש-ע-פ-ט!!!, כמעט וואס ער וויינט, נטע די עסקן טוט צום זאך, פליעט אריבער צו די אייגנטומער פון געשעפט און איבערצייגט אים צו שנעל עפענען די געשעפט איידער עס ווערט די זמן, די שטריימל איז נישט אין געשעפט, עפעס א מיספארשטענדעניש, נעם א צווייטע... זיך פארעכענען נאך שבת...וועלכע סייז איז ער?...דא האסטו! גוט שבת!
טשאבעס! מאכט זיידי קלאר אז ער איז דא, ער קלאפט אפ די שיך, און קומט אריין אין הויז, אה שלומיאל מיטן שטריימל, עס איז אזוי פאסיג.
די "קראוד" ערשיינט און מען שפרייזט אין שול מיט א נערוועזע שטאטקייט, שלומיאל איז פארכאפט צווישן די תורה-זאגער, און זיין קאפ איז איינגעהילט שוועבנדיג פאראויס ביז צום "יחוד שטיבל", מען זעצט אים אויבן-אן, נעבן די דיין'ס פיר יעריגן וואס מאכט נישט קיין סוד אז ער פלאנט נישט אראפצונעמען זיינע אויגן פון שלומיאל משך גאנץ שבת. אוי לכו נרננה... ויכלו השמים... מען פראוועט א סעודה לתפארת.

נאך די פעקלעך ווארפעריי איז פארגעקומען די קידושא רבה אחר התפילה, די עולם האט זיך מחיה געווען.

א הערליכע שבת איז פאראיבער אין די פאמיליע, יעדער האט געזונגען, געגעסן, א מחיה, אינמיטן די סעודה האבן די שטריימל ליבהאבער עטליכע מאל דיסקוסירט די בויך פונעם שטריימל, און אירע פירהאנגען, די שפיצן וואלט מען געקענט מער דייען, אבער די אויער איז א "פיעס", וואס וואלט געשטימט מיטן בעל שם-טוב'ס פעלץ.
היינט איז די טאג אויף וואס מען האט אזוי ארויסגעקוקט, עס איז שלומיאל'ס יום החופה, ער איז שוין באמת עקסיירעט און האט באשטעלט די בעסטע זינגער'ס און שפילער'ס וואס גייען "ראקן זיין שמחה", זיינע קאנטעקט'ס האבן שוין באקומען פון אים קרוב צו א מנין מאל פערזענליכע הזמנות, אינוויטאציעס, און ק/פ מעסעדזשעס פון א חבר, די פראבלעם איז געווען אז א שעה פאר די חופה האט ער געכאפט אז ער האט פארגעסן צו טוישן די נאמען פון די זאל. א בראך. ער האט אריינגערוקט די סעל פאר נטע'ן זאל ארויסשיקן א קארעקשן מעסעדזש פאר יעדן איינעם מיט די גוטע נאמען.
ער האט אפגעפראוועט א יום החופה, ער האט געזאגט תהלים, און איינגעריסן אויף א גוט-לעבן, עס איז זיין "יוימאכיפע", ער מאכט טעלעפאן רופן צו ישיבה-דארמיטארי צו מאכן זיכער מיט די בחורים אז מען קומט צו "הארא", ...ברענגט'ס מיט "נ-נח" קאפלעך איז געווען זיין געבעט.
שלומיאל פארוויקלט אין א ווייסע שאל, בעת ווען זיין נאז איז שוין פיזיש צעריבן פון אזויפיל כליפען און ארומווישן, קוקט מיט איין אויג אריין אין די תהלימ'ל וואס איז זיין פריינט די לעצטע עטליכע טעג, ווען מיטן אנדערע קוקט ער ראפינירט צום טיר פון זאל האלטנדיג א געוויכט ווער עס איז שוין דא און ווער נישט.
מזל טוב הערט זיך די קלאנג וואס איז מודיע אויף פעטער עוזר'ס אנקום, ער געבט א ברייטן שטרעק אויס די האנט פארן חתן ווען זיין בעקיטשע פלאסטערט אויס א פרישע שיכט אין די הערינג-טעלער וועלכע זיצט פאר'יתומ'ט צווישן די טאצן קעיק וועלכע געדענקען נאך שלומיאל'ס בר מצוה.
ווען א בחור פון שלומיאל'ס ישיבה האט אנגעהויבן זינגען ווערטער אין גראמען, האט נטע שנעל גענומען א פלאץ ארום די טיש ווילנדיג פארמיידן בזיונות אז קיינער זיצט נישט דארט, ער האט זיך איינגעהאלטן פון אויסברעכן אין א היסטארישן געלעכטער פון דעם חכם וואס דערקלערט יעצט אז ער נעמט א פאזיציע אין די גראמען וועלט, זיינע ווערטער האבן געקלעבט ווי קניידלעך מיט פלייש, און די זאצן האבן זיך געהערט ווי א קדיש יתום.
כסדר עררוקן זיך אן פריינט און פיינט, די זאל איז פול, אט איז די קאטשקעוואלע רבי אנגעקומען אפנעמען די חתן'ס קיש איידער ער גייט אנהויבן קישן א צווייטן, ער פולט אויס די פאפירן און עס הייבט אן זינגען די היימישע חתונה "ענטעם", נעמליך די געזאנג פון ויהי בישורין מלך וועלכע געבט ארויס די סיגנאל פאר די עלטערע זיידעס און באבעס אז מען קען אנהויבן וויינען, און יעצט איז די צייט.
שלומיאל איז שוין אונטערן חופה ער לייגט ביידע הענט אויף די באקן און הייבט אן לאזן טרערן זיך איינבעטנדיג פאר א גוט-לעבן, כסדר רופט מען אויס פרישע פעטער'ס און קרובים מצד החתן ומצד הכלה וואס שלעפן זיך אריין אין דעם צירקל אפצוגעבן זייער ברכה, עס איז א גרויסע מצב ווען די פעלץ ז'זיין געזונט קומט אן אין באגלייטונג פון רבי'ן מאכנדיג דעם ברכה ווי א ריינע פאזיטיוויסט, שטאט און הויעך, די וועלט באלאנגט צו מיר, אשר קדשנו במצותיו... הרי את מקודשת לי, זאגט שלומיאל דערשראקן נישט וויסנדיג פאר זיין לעבן וואס ער אינוועסטירט יעצט, די רעכטע פינגער!, לינקע, עס טוט זיך א תורה'דיגע דעבאטע, ביידע זייטן, מנהגים, מען קומט זיך אויס, צורישדי וועט פאר שלומיאל מאכן אייערשפייז, און דערפאר וועט שלומיאל צוריקגעבן גיין אין כולל... מאן און ווייב, מזל טוב, מזל טוב, צוקראך דעם גלעזל, בליצן און ווידעא מאשינקעלעך, אן פילטער'ס, און מיט פילטער'ס, חתן כלה צום יחוד שטיבל, די ציבור אריין צום זאל...סימן טוב ומזל טוב אגעין, קינדער האבן שוין רעזערווירט הויפענעס בענקלעך נעבן די מוזיק ווי די זינגער שטייט שוין מיט די אויליגע וואנצעס גרייט צו אפקנאקן א נאכט, העלס יעה.
עס ווערן סערווירט מיט א רייכע תקנות שטימונג, בארכעס און טעלערס, מען וואשט זיך, עס עפענען זיך די קאך טירן און געפאקטע וועגעלעך פארגליווערטע פארשפייז ווערן פארטיילט פאר די הונגעריגע און אויסגעוויינטע המון עם.
שטימפיגע מעסערלעך, הארטע טאשנטיכלעך און ריזיגע מאס לעפלעך ענטפאנגען די טישן זיצער, לויליכע "באר-מים קאולע" און הייסע וואסער זיצן שוין אויף די טישן פון וותיקון.
משפחות ומשפות זעצן זיך אוועק, די שפילער מיט קענטעניס הייבט אן א פארעווע מארש פון מרדכי'ן און די זינגער קלאפט אויפן קעפל פון זיין שפילצייג-מייקראפאון אויספרובירנדיג מישן אלע סארט וועגן און קלאנגען ווילנדיג אז די מוזיק סיסטעם זאל שיין מאכן זיין שטימע.
די עלטערע קעלנער סערווירן מיט א לענגזאמע רוהיגקייט, אייז-שיסלעך און "קאול-סלאו", זויערע פיקל, און נאך געטראנקען לאזנדיג די ציבור ווערן גוט הינגעריג ווען ענדליך ברענגט מען אריין די פיש, די ציבור רוקט אריין די לאקשן, שענקט אפעטיט פאר די "סעלמאן טויט אין טעלער", און רייסט לעבעדיגע שטיקער פון די ווייסע בארכעס, געבאקן אין א קאמערציאלע פירמע מיט א ראטע פון אהערשטעלן די מערסט פאלשע חלה'לעך וואס זעצן גוט אוועק דעם ציבור ביי די גראמען וואס קומען שוין אט-אט.
פלייש, גרינצייג און צדקה גייער ווערן געזען איבעראל, די קעלנער ווייסן גוט ווען אוועקצושלעפן דעם טעלער אזש ביים בעסט-פארברענטן שטיקל באדעם, די וויין מבינים שטעלן זיך אן א ווילדע געזיכט ווען די "גוטע-נייעס-סארט" מחותן לייגט אויף די טישן באטלעך וויין נארוואס געברענגט פון די "שאמעשטיבל" ענד קא.
עס וויל זיך "דיזערט" אראפצוגליטשן די תרנגול-שלענגלעך וואס נעסטיגן אין די מאסן מיט כח אין די לעכער פון די ציינער, אבער יעצט הייבט מען אן אוועקרוקן טישן ווייל שלומיאל איז שוין באלד גרייט.
אין יחוד שטיבל איז שלומיאל מסביר פאר צורישדי אין איר ריזיגן שנייווייסן פאדעם געוועב, די גאנצע סיסטעם פון "קאקוסעס" און פארוואס עס קען נישט זיין לויט זיין ישיבה-אנקעטע אז טראמפ זאל עס מאכן, צורישדי געדענקט נישט אזא לאנגווייליגע שטונדע אין איר לעבן, זי הונגערט שוין שעות און ווייסט נישט וואס שלומיאל פלאפלט אריין דא.
מען לאזט נישט מנוחה, שלומיאל און צורישדי ווערן פארוואנדלט אין ריזיגע סעלעברעטיס ווען אלע פעטער'ס און קרובים יעגן נאך א בילד אינאיינעם מיט די צוויי ישראלים פונעם בית נאמן.

אונטן אין זאל זענען די משפחות אויפגעלייגט און עס טוט זיך העפטיגע דעבאטעס ווען ביי איין טיש איז מען דן די שטורעמישע "אינטראו" פון די צווייטע פאל פון די נייע "ותגלה-ניגון" פון מלכות האפץ, און ביים צווייטן טיש קומען נארוואס אן די באריכטן אז יוגא שאוועז האט איינגעשוואוירן א נייע אויסערן מיניסטער. קיינער קימערט ניטאמאל אז שאוועז איז שוין לאנג אין פרידנס-צייטן מיטן טויט שיין, און די נייעס שעמט זיך וויאזוי מען האט איר איבערגעגעבן.
אדערווייל לויפט יחזקאל, (א קוזין פון די רעכטע זיידע בזיווג ראשון, פון פאר די קריג) צי א נערוועזער ווען זיין יוסעלע פאלגט אים נאך אנכאפנדיג זיין גארטל, ער שטופט זיך דורך צווישן מענטשן ווי א בייזע ווינט און דערגרייכט א פארסאפעטער צו די מוזיק פלאטפארמע ווי די זינגער ווישט די שנויצן פון זיין נארוואס געפארטיגטן פלייש-פארציע, יחזקאל בעט די מייקראפאון און צעגערט נישט עס אנצוצינדן, ער האט א קבלה פון "באבע שטענדיג" אז זיין יוסעלע זינגט צויבערהאפטיג, ער מוז איינמאל אויספירן זיין ווייב'ס טרוים, און באווייזן וואספארא ילד הפלא זיי האבן נארוואס ארויסגעברענגט פונעם קערידזש.
די זאל איז שוין אויף די פיס ווארום די בענקלעך זענען אנגעהויפנט, דאס קינד הייבט אן אראפלייגן א שטורעמישע "מאטאגידי-מאטאגידי לויייי." און די ציבור האט אויף וואס צו קוקן בשעת די מחותנים וחתן כלה שלעפן זיך אראפ פון די דריטע שטאק דעם לאנגן וועג ווי די לענג פון א כאמאס טונעל אריין קיין ישראל.
אקעי יונגעלע, וועסט זינגען אין חדר מארגן! רופט זיך אן א הונגעריגער צום מייקראפאון: דער זינגער וועלכע וויל שוין אנהויבן דעם נאכט.
והנה און אט, די חתן וכלה זענען דא, די ספיקער'ס און בומבאקסעס דעליווערן ווילדע קלאנגען, די מוזיק פלאטפארמע איז ארומגענומען מיט הונדערטער אנ"ש וואס שטייען פארגאפט פון דעם זינגער'ס מאנעוורעס, און וויאזוי ער באווייזט אזוי קונצליך צו זינגען אינאיינעם מיטן שיקן זיינע טעקסט מעסעדזשעס, שטייען אינגעלייט מיט די גרויסע טעלעפאונס און כאפן ווידעא'ס צו אינפילטרירן די פולצאליגע גרופס, פארומס, קאנאלן, און סאציאלע מידיא שופרות.
עס פארמירט זיך א שמועס צווישן א עלטערע מאן און א ווידעא כאפער. ווען דער זיידע שענקט אינטערעסע אויף די סארט שטיקעס, זאג וואס טוסטו דא מיט די טעלעפאנען, כאפסט ווידעא? פרעגט ער צו ווייזן אז עפעס קענטעניס האט ער נאך. יא!, זאגט דער אינגערמאנטשיקל. פארוואס?, ווי שיקסטו עס? וואס טוסטו דערמיט? פרעגט דער אלטער ווייטער, אה איך שיק עס אויף וואטסעפפ און טעלעגראם ערקלערט דער אינגערמאן. "איך באקום באצאלט פונעם זינגער ארומצוגיין מיט אים יעדע נאכט און ארומשיקן סחורה פאר פובליציטעט", די זיידע כאפט נישט, "ווי איז דאס וואצעפט און טעגלעגאן"? דאס זענען דא אין אמעריקא?, האהא צושמייכלט זיך דער אויפגעקלערטער אינגער וויסנשאפטלער און טעכאנאלגיע טעכניקער, עס איז אויף די אינטערנעט, חחח האהא לאכט ער זיך דערמאנענדיג פון דעם מאדנע פראגע נאכאמאל.
דער זיידע וויל נאך וויסן צו די "אינטערנעט וואצעפט" ארבעט מיט א פילטער?... אבער דער אינגערמאן'ס געדולדלאזע ענטפער'ס אינאיינעם מיט די מוזיק וועלכע האט אנגעהויבן האמערן מיטן זינגערס אוידישומא האבן פארטריבן דעם אלטן צוריק אויפן אויבנאן.
עס הערשט געטענץ אין זאל, אלעס הייבט זיך, שלומיאל איז אזוי פרייליך און טאנצט מיט די קרובים, די גרויסע רינג זיצט אין טרעפיק, קוים וואס זי רירט זיך, עס איז ענדערש צו באצייכנט ווערן אלץ א שפאציר, אין זייט שטייען די בחורים אנגעטון אין שיינע רעקלעך גרייט צו זיך הייבן און אויסגעבן ווי עס זאל נישט זיין קיין מארגן.
עס דערקענט זיך נטע'ס פלייס צו אראנדזשירן א פאטריאטישע "רינג אין די געראנגל" אריינשלעפנדיג זיינע שוואגער'ס און די "עקסקלוסיווע פאמיליע רינג", מען ווייזט פארן שווארצן אריינצושטופן דעם זיידן אינעם רינג און אזוי ארום זוכה זיין צו משמח זיין דעם שפיגעלע פונעם משפחה.
עס טוט זיך אויף תולה ארץ און יעדע עלטער פעטער וועמען שלומיאל קלויבט ארויס פון די גרויסע רינג, ווערט תיקף ארומגערינגלט דורך זיינע קינדער און איידעמער וואס יאווען זיך מארבע כנפות האולם ארויסצעווייזן אז זיי געהערן צו דעם צווייג און זיצן נישט סתם אין זאל ווייל זיי זענען ווייטע קוזינעס.
די זיידע'ס טאנצן אין א רוהיגע שפאציר, עס שטימט נישט די טאקט ווען איין אינגע בר מצוה בחור פול מיט ערנערגיע שלעפט די הענט פון די ביידע נערוועזע פעטער'ס ביי די זייטן און א צווייטער פרובירט פארשנעלערן עטוואס דעם רינג וואס קוקט אויס אויבנאויפיג ווי ביים מקדש זיין א נייע בית החיים.
נטע קען נישט באשליסן אויב ער זאל עס טון, אבער ער טראכט נישט יעצט צופיל און הייבט אן טאנצן מיט ראדיקאלע מאנעוורעס, ער פרובירט צו ער קען נאכמאכן דעם ירושלימ'ער קא'דא'טשקע וואס האט נישט עכט קיין באשטימטע פאל נאר "וויאזוי מען טוט אלץ איז גוט", הינטערן ווענטל שטייט מרת נטע און קריצט מיט די ציין, זי איז פונקט געקומען צום מחיצה מיט לאנגיעריגע "דישעס-וואשן-פריינט", און ווילנדיג זיי צייגן ווער עס איז איר "שטאלץ", טרעפט צו נטע אין א פארשלוכעטן אומסטאבילער טענצל מיט די הענט אזוי אויף אלע באוועגונגען, זייער זיס איז ער... דערטראכט זי זיך "אוי גייט ער כאפן דערפאר".
די רינג ווערט קליינטשיק און ביי רוב מענטשן אין זאל מיינט דאס די חתונה-ענדע. די שפילער פארטיגט דעם ערשטן טאנץ און רופט אויס א ראבאטישער דעם אביוזטן, אויסגעוויינטן "אין-פינעף-מינוט-ארים-וועטמען-ווייטערטאנצן.
די זאל פארוואלטונג איז פארנומען צו פיטערן דעם פארשוויצטן ציבור מיט קלעפיגע אייסעס-אייזקרעם, און נאך אומ'עסבארע מאכלים ווי טייגיגע קוכן הייס בריעדיג, און רויעכיג, צעלאזנדיג דעם טעלער ווי נאר דער קעלנער שארט עס אראפ פון הייסן לאפעטע.
די אייזקרעם מוז דורכגיין א פראצעדור וואס הייבט זיך אן מיט א "סקופער" וואס ווערט איינגעטונקען אין א שיסל וואסער, אזוי ארום ווערט דאס פארוואסערט און נאס. און דערפאר שטייען ליניעס וואס מען קען באצייכענען אלץ ענליך צי די רעסעסיע צייטן אין אמעריקא, ווען מען האט געטיילט עסנווארג פאר די המון עם.
עס דערקענט זיך א קופקע ארום דעם זינגער, ארום אים שטייען צענדליגע בחורים פון שלומיאל'ס ישיבה און גלאצן אויף אים מיט צויבער ווי ער זאל האבן עטליכע נעזער.

ער חזרט איין די נעמען וואס ער דארף באלד אויסרופן אריינגערעכנט שלומיאל'ס נאענט'סטע חבר מעכי און אייגנטליך זיין פארמיטאג חברותא הערשי, ער לאזט פאלן עטליכע סטעיטמענט'ס וועגן זיין אלבוים וואס גייט איבערנעמען דעם מוזיק וועלט, שטייטצעך "מיין אלבוים גייט עטץ נישט קאפיען"... האט ער צוגעלייגט חצי ערנסט חצי עפרון-סטיל צו זיינע נארוואס געווארענע "פענס" וואס האבן אים אלע געבעטן ער זאל אריינווארפן אסאך מאל די "העי" און "הוהוי" בשעת'ן אריינשפייען אין די מייק.
שלומיאל ווערט געשלעפט פון אלע זייטן "ער פריעקט ארויס" זאגט מען אין אידיש, מזל טוב, אסאך אידיש נחת! וואונטשט אים זיין פארהאסטע ראש ישיבה אן, זעענדיג מיט זיין ווייטע בליק די דורות און נחת.

שלומיאל איז באנעצט מיט עמערס שווייס, ער ווישט און ווישט און שטעלט זיך דאווענען מעריב "אין דעם זאל", ער האט מזל אז די בעל תפילה איז א חיוב צוויי וואכן נאכן אומגליק און דער בעל תפילה זעט דעם נפטר אין יעדן ווארט, נאך א לענגערע רייד ענדיגט ער ענדליך דעם קדיש און הופא יאללא, איט'ס הורא-טיים, די מוזיק הייבט זיך אן צום צווייטן מאל, די שפילער קוקט מיט פארגעניגן אויף די פארגאפונג פון די אומצאליגע אויגן וואס באטראכטן אים צוליב די ערשטע מאל באנוץ פון דעם מאסיוון אריינפיר (אינטראו), דער זינגער שפייעט אויס א שטיקל קעיק פון מויל ווען עס דערנענטערט זיך די שטיקל וואס ער וועט דארפן אנהויבן, ער נעמט דעם מייק און הייבט אן זינגען מיט מאכט.
די מוזיק פלאטפארמע ווירבלט ווי א בינען נעסט מיט עצה-געבער און וואנעביעס, עס יאווען זיך נגינה פארשטייער ווי נאך א ערדציטערניש, די זינגער ווערט באפאלן מיט פארשלאגן מאכנדיג אים שפאקולירן ער זאל אויפנעמען א סעקרעטאר...
איך גיי נישט יעצט באשרייבן די עטליכע רבנים וואס זענען אריינגעקומען צווישן זיי א רב פון א שול ווי שלומיאל דאוונט יעדע יום כיפור, צו אפרעכטן די דערהויבענע "מצוה טאנץ" ווייל דאס קענט איר דאך שוין זען אין די גליוני הקהילה ווי שפראכלאז און גייסטרייך דאס זענען געווען און עס איז אומבאשרייבליך סיי-ווי. איז מען וועט גיין ווייטער און באאבאכטן ווי די זאל איז אין די לופטן.
ווייל מיר זענען דיינע קינדער דו ביסט אונזער אויאוי, דער זינגער איז פארקאכט און אויסגעשעפט נאך מער ווי שלומיאל אליינס. ער שפאצירט אויפן פלאטפארמע ווי דער אייזבארג וואס האט דעם טיטאניק פארפארטיגט, און מאכט דעם איינדרוק ווי ער זאל דא שטיין ביי א קאנצערט מיט מיליאנען ציקוקער. די עלטערע דור בלעטערט אין די צעטלעך אדער שיילט מען טענדזשערינען באטראכטנדיג די הוהא. אויפן אויבן-אן איז צוגעשטעלט גענוג גאפלעך פאר אלע בנשקים צו קענען האקן דערמיט אויפן טיש.
אט כאפט שלומיאל אן זאפטל דער אלטער בחור, יויש עס איז מיר געקומען טרערן וואס מען האט געמאכט פון אים, אנגעטון א שטריימל און געשריגן ווי א צעווילדעוועטע טיגער זאל זיך ארויסרייסן פון שטייג, זאפטל! זאפטל! צי זיין מזל איז די בארד נישט פארקעמט און יעצט וועט יעדער גראד כאפן אז ער איז זאפטל, אינצווישן איז שוין די זינגער געווארן פארכאפט אין די פיבערדיגע געשרייען און אנגעהויבן אריינקוויטשען אין די מייק "זאפטיל זיי דיך נישט מייאש"!, עס האבן זיך שנעל צוגערוקט צום מחיצה עטליכע צענדליגע אויגן צי אויסשפורן וואס אזאנס עס גייט דא פאר.
אזוי טאנצט שלומיאל מיט איין חבר און מיט נאך א חבר, עס איז לעבעדיג, שלומיאל ערווארט שוין די "וועדינג סאנג" וואס מען האט ספעציעל אריינגעזינגען, אבער עס טוט זיך א סענזאציע ביי די מוזיק, די עלטער פעטער סטראשעט מיטן טריגער, ער לאזט בשום אופן נישט די היינטיגע ניגונים. אויב יא פליעט ער צוריק קיין לאנדאן יעצט!
לשנההה הבא זינגט דער זינגער דעם ניגון וואס שטעלט קלאר אז די חתונה פון שלומיאל און צורישדי זענען היסטאריע.
בייביי שלומיאל געזעגענען זיך די בחורים, אים אנוואונטשענדיג אז ער זאל נאר האבן שמחות. "האסט געהאט א הערליכע חתונה האט זאפטיל צוגעלייגט, זייענדיג אין א גאר דערהויבענע שטימונג.
מען זאגט שוין שבע ברכות, דער מיטגעמאכטער בעכער'ל (ס'איז נאר א וויץ...) ווערט ארומגעשלעפט פון קנעכל צו לעכל ווען יעדער בענטשט דערויף מיט גרויסע כוונות.
אט קומט דער געהויבענע מאמענט ווען חתן-וכלה גייען זיך זעצן אויסהערן שבחים, יעדער מאכט זיכער אז מען האט א גוטן פלאץ, און א גוטן קוק ווינקל ווארום יעדער וויל דאך קענען זאגן פאר די באבע וואספארא "נחת" זי קען יעצט שעפן (מען שעפט מים שלנו מיט נחת) אז מען האט אקארשט צוגעקוקט ווי די צוויי אייניקלעך זיצן איינע נעבן די אנדערע און פארפיגן מיט א שמועס'ל.
די עולם איז אין שפאנונג פאר די גראמען, דער גראמער א וואנעבי נעמט דעם מייקראפאון און הייבט אן זאגן וויצן, ער מיינט אז ווייל די ערשטע פאר בדחנים נאכן קריג האבן געמאכט שפאס פון זייערע ווייבער און שלום בית, איז עס א איינגעפירטע מנהג נאך פון די זמן הראשונים, די פראבלעם איז אבער אז ער ברענגט עס ארויס אויף א נישט גוטע וועג און די ציבור ווארפט זיך פאר געלעכטער ווי ער האט גענומען דאס ווייב פאר א צילברעט.

דאן הייבט זיך אן די גראמען סאמוטאכע, די חתן-כלה זיצן און קוקן זיך צי צו פולע סארטן און וועגן פון טענץ.
יעדע פעטער מיט אן אייגענע גאנג און טראדיציע, דא א רוסיש אפשטאמיגער טאנצנדיג אזוי מיט פיס-באוועגונגען, און דא טאנצט א פעטער מיט פארמאכטע אויגן ווען די גרימאסן אויפן געזיכט וואלטן דעם איטאליענישן מאפיא פארטריבן, מענטשן מיט קפידות, סגולות, מנהגים, אמעראצעס, און שמחה, לייגן אריין די גאנצע וועזן אין דעם קליינעם טענצל.
מיט א ענוות חן ווארפט מען צוריק דעם גארטל צום כלה, און מיט די הענט אויסגעשטרעקט כאפט מען אריין דעם חתן אין די פלייצעס. א דערהויבענע רקידה וועבט זיך אויס און עס בליצט אויף א פארנעם ווי אבאמא, היטלער, בוש, און טראמפ, זאלן יעצט דורכמארשירן, יעדע מיידל אדער ווייבל איז באשאנקען מיט עטליכע פאטא-אפאראטן אדער טעלעפאנען און מען כאפט בילדער אן א אפשטעל. ביטער שווער איז עס פאר די חתן כלה, מען ברענגט ארויף טעמעס פון אונטער די ערד און מען פרובירט אנהאלטן דעם גלייכגעוויכט אן ארויסווייזן אז ארגינעל איז מען דערשראקן צו פגירה, און די שטימונג איז בכלל נישט אינטערסאנט אנגענעם.
אט קומט די אונגארישע אשת-חיל ניגון, מען טאנצט אויף דעם סקאנדאליעזן טאן שלומיאל טאנצט מיט פארמאכטע אויגן, ער איז גוט דערשראקן. אט גייט מען אנהויבן א לעבן, צורישדי איז אויך דערשראקן ביז גאר. אט פארענדיגט מען דעם טאנץ.
די ציבור שארט זיך צוביסלעך ארויס פון זאל, עס בלייבן איבער נאר געציילטע מענטשן מיט די חתן כלה וועלכע רעאליזירן אז עס איז נישט קיין וויץ, יעצט מען גייט אהיים...

די טיר פון זאל געט זיך א ברייטע עפן-אויף ווען פעטער פישל יאגט אריין מיט צעשלאכעטע פיאות און פארקנייטשטע וועש ארויס פון בעט, יויש ווי האלט מען דא?!, איך בין בטעות פארשלאפן! מען איז פארטיג דא?...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בעל מדות אום דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:15 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1919 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי

הודעהדורך פליקער » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:50 am

די ארטיקל איז גאר שטארק צוניץ געקומען, ווייל אלע טויערן פון מיינע קרקשתות וואס זענען געוועין הערמעטיש פארמאכט ווי די טויערן פין מצרים, און האבן בשעתן ליינען זיך אויפגעמאכט און אלעס הערויס האט זיך געשפירט בשעת איך ווארף זיך פאר געלעכטער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 10:33 am

וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5423 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי

הודעהדורך אבי גערעדט » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 10:36 am

אוי ביסטו גוט, באשעפער ווי קויפט מען איין אזא שפראך, ווי וואנט מאר!!

(פידיעף בבקשה)
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 867
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 538 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:45 am

אזאנס איז נאכנישט געווען אין היסטארי פונ'ם שטיבל. בעל מידות די ביסט אויסערגעווענדליך! שכח פאר די שמייכלעך און אויספלאצן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2507
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3917 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל

הודעהדורך וכדומה.. » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:09 pm

אנפריקענבעליוועבעל!

אזוי צו צונעמען די פרטים מיט אזא הומעריסטישקייט און שפראך
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:28 pm

מתוק מדבש איז נישט דאס ווארט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:41 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:אזאנס איז נאכנישט געווען אין היסטארי פונ'ם שטיבל. בעל מידות די ביסט אויסערגעווענדליך! שכח פאר די שמייכלעך און אויספלאצן.


----------
בעל מדות האט געשריבן:עס איז א גרויסע מצב ווען די פעלץ ז'זיין געזונט קומט אן אין באגלייטונג פון רבי'ן מאכנדיג דעם ברכה .
:lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:58 pm

אבי גערעדט האט געשריבן:(פידיעף בבקשה)

להנאת הציבור [וגם אני בתוכם], האב איך עס געמאכט אין פי. די. עף. פארמאט, עלף בלעטער!


הרי שלך לפניך:
בייגעלייגטע פיילס
שלומיאל און צורישדי.pdf
(204.29 KiB) אראפגעלאדנט 226 מאל
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15465 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 2:11 pm

בעל מדות: ייש"כ גדול ונורא. כאטש איך האב נישט אויספיעט (פי'. אויסגעפייעט) צו ליינען די גאנצע מגילה. האביך אבער שטארק הנאה געהאט פון די חלק וואס כ'האב יא געליינט. טיילווייז האביך מיך געזעהן אין שלומיאל. סיי אין ישיבה. און סיי ביים בעשוי... אבער איך האב מיך די גאנצע צייט געווארפן פאר געלעכטער.
מיין איינציגע פראבלעם מיט די געשיכטע איז אז די לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז צורישדי געווען א יונגל. נישט א מיידל. נאר אין די היינטיגע מאדערנע צייטן איז אלעס מעגליך. מ'קען אנהייבן אלס יונגל און ענדיגן אלס מיידל, רח"ל. שרולי / פנינה שטיין יוכיח/תוכיח...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 2:42 pm

געוואלדיג!
איר ווייסט וואס מאכט דער בעסטער הומאר? ווען עס שפיגלט אפ פאקטן וואס זענען אמת. @בעל מדות'ס גאונות (ענליך צו @יואב'ס) ליגט אין פארשטיין און אפטייטשן דעם כאראקטער פון מענטשן. מענטשן זענען פאני און שטעלן צו געשמאקער חומר פאר הומאר - מ'דארף נאר אזא געבענטשן פעדער דאס צו קענען אזוי אראפלייגן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 3:16 pm

אז יואב קלערט טאקע פון "קוויטן" אונזער קלויז, האמיר שוין א שטעלפארטרעטער...

מעסיוו!!!
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3817 מאל

הודעהדורך Chuchem » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 5:29 pm

שש משזר האט געשריבן:
אבי גערעדט האט געשריבן:(פידיעף בבקשה)

להנאת הציבור [וגם אני בתוכם], האב איך עס געמאכט אין פי. די. עף. פארמאט, עלף בלעטער!


הרי שלך לפניך:




לכאורה וואלט אזעלכע פי.די.עפ'ס. באלאנגט און אן עקסטערע אשכול אין ספרים שאנק
?נכון
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 5:40 pm

שפתים קישאק.
ריזיג ריזיג. געלאכט ווי א מיידעל
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2134 מאל

הודעהדורך אפשר » דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 5:40 pm

עס האט מיר געקאסט מיין דזאב, זיצן דאנערשטאג נאכמיטאג אין אן אפיס און לאכן אויפן קול איז בכלל נישט קיין וויץ
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי

הודעהדורך סביב העולם » פרייטאג פעברואר 05, 2016 12:28 am

אייזן אייזן אייזן......
לייק....
לייק....
לייק...

איך ווינדער מיך נאר וואס סאיז געווארן מיטן שטריימל וואס איז פארשווינדן געווארן פארן באווארפן.......
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
סביב העולם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

הודעהדורך לולב » זונטאג פעברואר 07, 2016 3:36 pm

בעל מדות ביסט א מאנסטער און הומאר!
לולב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:41 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 6:35 pm

ווען איך האב געזעהן א אשכול פון שלומיא-ל מיט צורישד-י האב איך געטראכט, דאס איז זיכער א שיין ווארט אויף די שבטים, אויף די נשיאים, אויף פרשת במדבר, איז לאמיר מאכן א לשם יחוד, און עס אדורכליינען בכובד ראש...

יע יע, ליטל דיד איי נאו, וואס עס ערווארט מיר. עס איז גאר די מילתא דבדיחותא 'בעפאר' דעם לערנען. אבער מיין גאט, וואספארא בדיחותא. איין שאס נאכן צווייטן. כ'רעד פון געלעכטער שאסן, גולם!

בעל מדות, דאס איז ממש פאנטאסטיש, כ'בין אנטציקט געווארן! איך בין ארויס פון די כלים! (איך גיי באלד צוריק).. אזוינס צאמצולאכן? אזוי אנריעל און דראמאטיש אראפצושפילן פון דעם ווארט ביז נאך די חתונה, כ'זאג דיר כ'האב זיך געראולט!! :לאךהויך: :לאךהויך: :האהא: :האהא:

די איינציגסטע טענה וואס איך האב, איך האב ערווארטעט צו זעהן דעם פארזעצונג קומט אי"ה... וואס איז געווארן ביי די שבע ברכות? האט די כלה טאקע געהאט דייעביטיס? וואס איז געווען מיט די שלום בית?? וכו' וכו'. :ווינק:

אבער לסיים בדבר טוב, בעצם האסטו געשריבן ריזיג, האסט א פיינעם טאלאנט, איך האף וועסט פארזעצן און אונז משמח זיין אין דעם ביטערן גלות. איך האף נאך אסאך צו לאכן פון דיר, ואמרו אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 12, 2016 7:28 am

שמעקי, דאס גופא איז דער פאוינט! אז דער גאנצע חתונה מיט אלע מנהגים'לעך און טראדיציע'ס זענען געווידמעט אוועק צו נעמען די אויג פון די לעבענ'סלאנגליכע הייראטונג און נאר טראכטען פון די קלייניקייטען.
אזא מעשה מוז זיך פלוצלונג ענדיגען ביים סוף מצוה טאנץ

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג פעברואר 12, 2016 12:12 pm

איין אייזערנעם ארטיקל איז עס,
געשריבן דורכ'ן באליבטער בעל מדות,
יעדער איינער ליינען מוז עס,

ס'נאמען צורישדי א טרענסגענדער געווארן,
דאס מאנספערזאן אידענטיטעט פארלארן,
לפחות גייט ער נאכנישט מיט קיין הארן,

ווער ס'קען זיך איינהאלטן פון לאכן,
גלויב איך נישט אז דא וועט ער עס מאכן,
ער וועט דאס אבער גאר שטארק גלייכן.

א יופי פון אן ארטיקל!!!
דאס האט די פסוק געמיינט מיט פרי עט הדר!
ואמרתם זבח פסח... אוי... כ'בין פארפארן.... 'כה לחי'!!!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1866
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2863 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2654 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 14, 2016 4:28 am

קל וחומר: מיין פראגע צו אייך. זענט איהר פילייכט איין פאמיליען אנגעהעריגן מיט דען העררן נריה בען וועלכער שריבט אויך אין איין פליסיגן דויטשע שפראכע...! נאר ער איז געזונט פאררוקט... :lol: :roll:
ניין. אנטשולדיגט. כ'האב גארנישט געמיינט...ואתו הסליחה... :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 09, 2016 10:52 am

For the benefit of those members of this coffee room whose Yiddish reading comprehension may be inadequate for this wonderful thread, I have taken upon my Litvishe self to translate and adapt this beautiful insightful article to English. It should be self-understood that this should be kept local, not for those who would use this satirical piece to undermine the whole building.
Enjoy yourselves!
בייגעלייגטע פיילס
Shlumiel and Zurishadai.pdf
(494.11 KiB) אראפגעלאדנט 104 מאל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך מערץ 09, 2016 11:00 am

א לייק בעיקר פאר די קאנסעפט פון טרענסעלעטן. איך ווייס וויפיל שעות און שווייס עס קען ליגן אין אזא פריאעקט.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1921 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 09, 2016 11:37 am

טאמער מ'האט הערות אויף מיין ענגליש צו הוספות אויפ'ן ארטיקל, ביטע ארויפשרייבען. און טאמער מ'האט ביקורת, ביטע שיקען אין אישי, אדער צום אימייל וואס איז דארט געשריבען.
הגם אז מיר זיינען אין שמייכל, א ליטעראטישע אנאליז וואלט געווען אין פלאץ ארויסצוברענגען די נושאים וואס זענען מרומז אין די מאמר. אפשר אן אשכול אין געזעלשאפט פאר די ערנסטקייט פון די נושא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך בעל מדות » זונטאג מאי 08, 2016 7:07 pm

אבי גערעדט האט געשריבן:אוי ביסטו גוט, באשעפער ווי קויפט מען איין אזא שפראך, ווי וואנט מאר!!

(פידיעף בבקשה)


העיר יו גאט מאר. שלומיאל און צורישדי חלק ב' ימי השבע ברכות. לייענט און האט הנאה.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1919 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט