נייע ארגאניזאציע "חבר'טעס" ווערט באגריסט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
medic
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

נייע ארגאניזאציע "חבר'טעס" ווערט באגריסט

שליחה דורך medic »

בפרוס החודש שמרבין בו בשמחה:

נאך די מורא'דיגע הצלחה פון די וואויל באקאנטע "עזרת נשים" ארגאניזאציע, וואס ס'איז שווער צו באגרייפן וויאזוי מ'האט זיך אמאל געקענט באגיין אן דעם, ס'איז פשוט שוידערליך צו טראכטן וואו מ'וואלט שוין היינט געהאלטן ווען נישט די לעבנס וויכטיגע עזרת נשים קארפס און אירע געטרייע וואלונטירן.

נאך די אויסערגעווענליכע הצלחה פון "עזרת נשים" ביי הצלה, איז יעצט געקומען די רייע זיך צו נעמען צו די צווייטע פאזע.

נעמליך איז שוין אין רוב גרויסע אידישע שטעט פארהאן "חברים" גרופעס, שוין אפילו דא א "אינטערסטעיט חברים" ארגאניזאציע, וועלכע קומען צו הילף ווען א דרייווער איז געשטראנדעט אינמיטן וועג אן קיין געז, בוסט, פארזינקען אין די שניי, אזוי אויך ווען איינער איז אויסגעשפארט פון שטוב, א שלאס פון א געשעפט עפענט זיך נישט, א קינד איז פארכאפט אין א פארשלאסענע קאר, אין געוויסע שטעט דינען די חברים אויך ווי די שומרים ארג'ס און העלפן געטראפענע אידן ווען אימער ס'לאזט זיך.

האבן די חשובע פעמיניסטישע פרא פרויען גרופעס זיך צוזאמען געזעצט, מטכס עצה צו זיין, גענוי ווי מ'האט זיך אן עצה געגעבן מיט די הצלה גרופעס, ווי די חשובע פרויען האבן געפונען אן עצה און לעזונג צו דעם חשש אז ווען א פרוי איז אין א סכנה וועט זי נאך רופן די הארצלאזע מענער הצלה וואלונטירן, און זיי קענען נאך אנקומען אין בלויז סעקונדעס, און באהאנדלען די פאצינעט איר צו געבן ערשטע הילף, און מעגליך נאך גאר ראטעווען איר לעבן, מיט אזא שנעלקייט און קאלטקייט, און ווער רעדט נאך אויס ס'פעלט אויס אז די וואלונטירן זאלן נאך דארפן אנרירן א פרוי, און ווער רעדט נאך איר אויפהייבן און טראגן שנעל אין שפיטאל אריין, איז דאך שוין אידישקייט אויך א מאן דאמר אין די געשעפט, דעריבער האבן זיי געטון צו די זאך, און געגרינדעט די פרויען וואלונטירן גרופע, ווי פארשטענדליך זענען פרויען ווארעם און פול מיט הארץ, און נישט איבערגעאיילט, נאר וועלן ווארטן ביז די קאר סערוויס קומט אן זיי אפטראגן צום עמערדזשענסי, אדער ווארטן אז די פרענד וועלכע דרייווט יא זאל איר קומען אויפפיקן אויפ'ן וועג צו די עמערדזשענסי און מיטנעמען, און ווען מ'קומט אן צום קאלל נעמט מען נישט ארויס תיכף די מאשינערי, נאר מיט מוטערליכע הארציגקייט מעסט מען די פיבער, מ'נעמט ארויס א נעפקין צו אפווישן די טרערן, און די מער פראפעסיאנעלע וועלן אויפזוכן און צולייגן די סטעטעסקאופ צו הערן אויב ס'איז נאך דא א הארץ קלאפעניש, און אויב נאך די גאנצע צייט זעט מען אז מ'קען נאך דאך ראטעווען דורך פראפעשאנעלס, וועט מען תיכף ארויס זוכן די סעל פאון פון צווישן די טישוס אין די פאקעט בוק, און רופן 911, און תיכף ומיד באשטעלן א שטאטישע אמבולאנס, ווייל זיי זענען דאך באוואוסט אנצוקומען גאר גיך, און די האלבע שעה ביז די שטאטישע אמבולאנס קומט קענען זיי רואיג זאגן שמע ישראל און זאגן די "לאנגע וידוי" מיט'ן פאציענט, ווייל ווי נישט האבן זיי דאך געטון די מערסטע מעגליך צו דערנענטערן די פאציענט צו די אנדערע וועלט פון דין וחשבון, און מיט מוטערליכע ווארעמקייט וועלן זיי אנהאלטן די הענט פון די אויסגייענדן פאציענטקע.

זעלבסט פארשטענדליך אז ווען די געטרייע עזרת נשים זעען אז די מצב איז ערנסט, וועלן זיי שנעל זיך נעמען שיקן טעקסטן פאר די חבר'טעס און תהלים גרופ'ס איינצורייסן פאר די חולנית, אא"וו.

לעצטנס האט פאסירט אז א פלינקע עזרת נשים וואלונטירקע האט זיך נישט געקענט אריבערשלעפן א שניי בערגל, און א "חברים" וואלונטיר האט געדארפט געבן א האנט צו שלעפן דעם "קיט", און העלפן די וואלונטירקע אריבערקריכן דעם שניי, דאס קומט שוין נאכדעם וואס א עזרת נשים וואלונטיר האט מיט בערך א יאר צוריק זיך געמוטשעט ארום צו גיין פאדעלס מיט וואסער נאך רעגן, אזוי אז די שיך און טייטס זאל נישט ווערן "פוטש" נאס, און ווען א וואוילער אינגערמאן איז אדורך געגאנגען און געהערט די "yoy" און "אוי" זיפצן פון די פרוי האט ער איר געהאלפן אריבערגיין דעם "ים" צום סייד וואק.

נאך די מעשיות איז נתעורר געווארן א זאך וואס איז שוין לאנג געווען גאר באזארגענד און דרוקענד אויף די איידעלע הערצער פון די חשוב'ע פרויען רעכט-דענקער, און איז שוין אפאר מאל אויפגעברענגט געווארן מיט גרויס אייפער אויף די ווייבערישע וועב זייטלעך, וואס פאסירט למשל ווען א לעידי דרייווער בלייבט שטעקן אינמיטן פארן אן קיין געז, אדער זי דארף א בוסט, וועט א מאן קומען געבן א בוסט? אדער א מאן וועט איר ארויסשטופן פון שניי? א "מאן"? און אויב איז א פרוי אויסגעשפארט פון שטוב, וועט א "מאן" קומען עפענען די טיר?? א "מאן"? געוואלד!

דעריבער איז ווערט צו באגריסט און אפלאדירט ווערן די נייע חברה "חבר'טעס", וואס וועלן זיין גרייט צו טון אלע פליכטן וואס "חברים" טוט פאר מענער, און די נייע "חבר'טעס" וועט זיין "גענוי אזוי סוקסעספול" ווי די "עזרת נשים" און טון זייערע פליכטן גענוי אזוי פלינק און געשיקט ווי די עזרת נשים.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר