דער פאליטישע געלעכטער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

דער פאליטישע געלעכטער

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פאליטיק א דבר שטות
ס'איז וואל יאר אין ארצות הברית
קאנדיטאטן פון אלע קאלירן
אינעם ווייסן הויז ווילן זיך פלאצירן
איינער א דאקטאר אויפן מח
רעדט קיין ווארט הויעך
איידל ווי א חתן ביום החופה
א זאץ נעמט א גאנצע שמיטה.

דערנאך א זשערסי בוי מיט'ן בייכל
א בולי מיט א מאפיא'נערישן שמייכעל
א גאווערנער וואס פארשטייט שטיק
נעמט נקמה מיט'ן שפארן בריק
שטעלט אן א פעש פנים ווי א תם
כ'בין דער בעסטער גאווערנאר אן אויסנאם.

נאכער שטעלט זיך אהער דער מויד פון מיאמי והגלילות
א גאנצן טאג רעדט פון קרייסט זשיסיס
האלט קאמפיין ראליס ווי א דרשה אין תיפלה
ממש אן אתחלתא דגאולה
רעדט מיט טרערן אין די אויגן
קושט די רעליגיעזע ביי די זוילן.

חנפ'ט די קאנסערוועטיוו באזע מיט שמייכל
אין סענאט קערט איבער דעם היכל
זעהט זיך ווי דער אויסלייזער אליין
פון קאנאדא געקומען צו גיין.

א געמיש פון אקווארד און געלעכטער
דער גאווערנאר איז נישט קיין שלעכטער
אבער די קאנפידענץ אין גסיסה
די עסטעבלישמענט נעמט איין א מיתה.

אפילו זיינע האר פון אים אנטלויפן
פרימיעם הייסע לופט טוט פארקויפן
א בולי פון גרעסטן סארט
א כאראקטער פונעם ווארט
שטעכט און צימבלט דער גאנצע וועלט
ווי א קינד קריגט און שעלט.

דער געוואנאר פון אהייא נייס גיי
רואיג מיט'ן שמייכעל און נעק טיי
שוואכע סופארט פאר דעם איינעם נארמאל
מיט דריי מענטשען אינעם גאנצן זאל.

אויפן קאפ איין פראצענט האר
א פלאן שטעלט פאר
סאשאליסטיק עקנאמיע איז ווערד
וואל סטריט זאל גיין אין דער ערד
פון נדיבים טוט זיך נישט צוקראצן
זאלן זיי אלע גיין פלאצן.

מיט חנופה און שמייכעל
רעדט ווי מיר האבן קיין שכל
זייער שטארק באקאנט
מ'ליבט איר אדער פיינט
דער גלאזענע דאך לאזט טיפע שניטן
דער קאמפיין גלישט ווי אויף א שליטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר