גימל סיפורים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

גימל סיפורים

הודעהדורך העניך » פרייטאג פעברואר 12, 2016 5:07 pm

צום בעל-שם הק' איז אמאל געקומען א שוסטער וואס ס'איז אים ל"ע באפאלן א צרה. די טאכטער זיינע האט חתונה געהאט מיט א בחור, און זעקס חדשים נאך דער חתונה, ווען זי האט געווארט א דרילינג, איז ער פלוצים אנטרינען און מ'ווייסט נישט וואו ער איז אהינגעקומען. עס איז שוין דורך פינף יאר, זי ציט אליין אויף די דריי קינדערלעך, און זי האלט שוין מער נישט אויס צו זיין אן עגונה ר"ל. דער בעל-שם הק' האט פארמאכט זיינע הייליגע אויגן, און האט געזאגט, "גיי צום מארק דא אין שטאט, און ביים דריטן טישל וועסטו זען א מענטש מיט א רויטן היטל. גיי רעד צו אים, און ער וועט דיר צופירן צו דיין איידעם." דער שוסטער איז געווען אויסער זיך פון התפעלות, הערנדיג אזעלכע קלארע, אפענע רייד פונעם בעל-שם הק', און האט געפרעגט דעם רבי'ן, "פון וואו קומט דאס צום רבי'ן?" האט דער בעל-שם הק' אנגעהויבן צו דערציילן:

געווען אמאל נאכדעם וואס אידן האבן שוין געקענט צוקומען צום כותל המערבי, נאכדעם וואס עס איז געווען אונטער גויאישע שליטה פאר א סך יארן, איז דער צדיק ר' דוד'ל לעלובער געגאנגען צום הייליגן כותל מתפלל צו זיין פאר'ן מלך א-ל חי וקיים. זייענדיג אזוי ביים כותל איז געווען אן ערבי וועלכער איז געשטאנען אויבן ביים מקום המקדש, און ער האט אנגעהויבן מטיל זיין מי רגלים אראפ אויף ר' דוד'ל לעלובער. דער הייליגער רבי איז דערציטערט געווארן, ער האט אויפגעהויבן זיינע הייליגע אויגן אויף ארויף און געכאפט א בליק אויף דעם ערבי. פלוצלינג האבן די חסידים באמערקט ווי דער ערבי פרובירט אויפצוהערן מיט זיינע צרכים, אבער ער קען נישט! ער איז געבליבן אזוי שטיין פאר דריי שעה, און עס האט נישט אויפגעהערט קומען מי רגלים, ביז ער איז אנידערגעפאלן א טויטער! פארשטייט זיך אז די חסידים זענען געווען נבהל ונשתומם פון אזא מורא'דיגן מופת. ווען דער רבי האט געזען זייער פליאה, האט ער אנגעהויבן דערציילן:

עס זענען אמאל געווען דריי ברידער וועלכע האבן געוואוינט אין מאראקא, און זענען געווען גאר נאנט איינער מיט'ן צווייטן. זיי האבן געוואוינט אינעם זעלבן הויז, און געפירט צוזאמען געשעפטן. איין טאג האט דערגרייכט צו זייערע אויערן די ווארענונגען פון ירמיהו הנביא אז מ'זאל תשובה טון: "קום לך אל נינווה, העיר הגדולה, וקרא עליה, כי עלתה רעתם לפני!" כאטש די ברידער זענען געווען ערליכע אידן, איז זיי באפאלן א פחד. א ירא שמים האט דאך אייביג מורא אז אפשר איז זיין עבודה נישט הונדערט פראצענט רצויה לפני המקום. זענען זיי געגאנגען צו רבי סעדיה גאון און זיך אויסגערעדט דאס הארץ. זיי האבן מורא געהאט אז זיי האבן געזאלט שיקן געלט קיין ירושלים נאכדעם וואס כורש האט מתיר געווען אויפצובויען דעם משכן שילה, און דאס קען חלילה ברענגען א חרון אף אויף זיי. רבי סעדיה האט זיי געזאגט אז ער האט א ניצוץ פון דער נשמה פון דעם אר"י הק', און דעריבער קען ער זען אז עס איז נאר דא איין חרון אף אין הימל אויף די דריי ברידער, און נאר אויף דעם דארפן זיי תשובה טון. אויף זייער פראגע וואס דאס איז, האט דער גאון געענטפערט: "ווען איר עסט אורז מאכט איר א האדמה ווי דער שיטה פונעם מחצית השקל, אבער למעשה און הימל ווייסט מען אז די ריכטיגע ברכה איז שהכל, ווי דער רשב"א פסק'נט. ביים בי"ד של מעלה זיצט דער הייליגער רבי הילל קאלאמייער, און ער איז זייער מקפיד אויף ברכות לבטלה, און דערפאר איז דא א גרויסער חרון אף אויף אייך." די ברידער זענען געווען זייער איבערגענומען פון רבי סעדיהו גאונ'ס ווערטער, און האבן אים געבעטן פאר א דרך התשובה. האט דער גאון געענטפערט מיט א מעשה:

אין דער תקופה פון רבי מאיר בעל אקדמות איז געווען א גרויסע מכשפה וועלכע האט געדראעט אומצוברענגען אלע אידן פון ענגלאנד. די אידן האבן זיך מתחנן געווען צום מלך אז ער זאל נישט צולאזן אז זי זאל טון אזא זאך חלילה. דער קעניג איז נישט געווען צופיל בעסער פון דער מכשפה, אבער דאס האט ער יא מסכים געווען אז די אידישע חכמים זאלן האבן א ויכוח מיט דער מכשפה. רבי מאיר בעל אקדמות איז דעמאלט צוריקגעקומען פון אנדערער זייט סמבטיון, און ער האט זיך געשטעלט אויף דער אידישער זייט קעגן די מכשפה. אינמיטן דעם ויכוח האט די מכשפה אויסגעשריגן אז די אידישע תורה הייסט אז מ'דארף הרג'ענען, פאלש עדות זאגן, מזנה זיין, און גנב'ענען. רבי מאיר האט דאס תיכף געלייקנט, און האט געזאגט אז פונקט פארקערט – עס שטייט אין די עשרת הדברות אז מ'טאר נישט טון די אלע זאכן. ער האט געהייסן דעם שמש ברענגען א ספר תורה פון שול, און פארנט פון אלע מענטשן האט מען עס געעפנט צו די עשרת הדברות, און מ'האט געטראפן שטיין "תרצח, תנאף, תגנוב, תענה ברעך עד שקר, תחמוד בית רעך"!

א שטורעם איז אנשטאנען אין זאל, אידן זענען געווען דערשראקן צום טויט, און די גוים, מיט די מכשפה בראש, האבן אנגעהויבן ברומען זיגרייכע שאלונגען קריצנדיג מיט די ציין אויף די אידן. רבי מאיר האט געוואוסט אז דאס האט די מכשפה אנגעדרייט מיט איר גרויס טומאה, און האט געמאכט אז די ווערטער "לא" זאלן פארשוואונדן ווערן פון דעם ספר תורה. רבי מאיר האט זיך אבער נישט פארלוירן, און האט געגעבן א געשריי צו די אידן, "אין אונזער הייליגער תורה שטייט 'תרצח!' מיר האבן א מצוה צו רצח'ענען!" אלע אידן האבן זיך אויפגעשטעלט מיט א דרייסטקייט, און האבן באפאלן די פארזאמלטע גוים און האבן זיי אנגעהויבן צו רצח'ענען. יענע נאכט האט מען אפגעציילט פערצן טויזנט טויטע גוים, צווישן זיי דער קעניג און די מכשפה. די אידן האבן איבערגענומען די הערשאפט אין לאנד, און האבן געקרוינט רבי מאיר בעל אקדמות ווי דעם מלך.

האט דער בעל-שם הק' אויסגעפירט: ס'איז דא אמאל א איד וואס איז זוכה אז ער 'זעט' גדלות הבורא, אבער א גרעסערע מדריגה איז א מענטש וואס איז זוכה אז ער 'איז' גדלות הבורא.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2482 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 11:12 pm

און טאקע דער מכשפה איז געווען דער פארלארענע מאן פונ'ם שוסטער'ס טאכטער!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8599 מאל

Re: גימל סיפורים

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג פעברואר 14, 2016 12:41 am

ס'איז דאך ד' סיפורים???
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

Re: גימל סיפורים

הודעהדורך יהושע חיים » זונטאג פעברואר 14, 2016 1:59 am

קומט דאס נישט ענדערשט און שמייכל אפטיילונג?

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 478 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 14, 2016 2:07 am

שוין לאנג געוויסט אז מוצאי שבת איז א צייט פאר סיפורי צדיקים אבער אזא גג על גג האב איך נאכנישט געהערט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2607
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2704 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 14, 2016 2:12 am

שוין געלייגט דא פרייטאג
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 830 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג פעברואר 14, 2016 12:57 pm

ראשעקאל האט געשריבן:ס'איז דאך ד' סיפורים???

דאס איז די איינציגסטע קושיא וואס דו האסט? ;)

יש לתרץ בכמה אופנים, אבער בפשטות גייט דאס קעפל ארויף אויף די גימל סיפורים וואס דער בעל-שם הק' האט דערציילט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2482 מאל

Re: גימל סיפורים

הודעהדורך ביליג » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:57 am

האסט מיר געמאכט קאפ ווייטאג ... נאר אזעליכע !!
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

גימל סיפורים

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 8:59 pm

ראשעקאל האט געשריבן:ס'איז דאך ד' סיפורים???

אפשר וויל מען אויך מרמז זיין אז הגם עס זענען דא פיר דיימענשנס, דריי פון מקום און די פערטע פון זמן, לאזט מען דא געמאכט די דריי [ג׳] דיימענשנס פון מקום אבער מ׳נעמט אוועק די פערטע דיימענשן פון צייט. דאס וויל @העניך מרמז זיין צום סוף איבער ״איז״ גדלות הבורא, שהוא כביכול למעלה מן הזמן (ועיין כאן).

לענ״ד איז דאס (ליטעראטורישע) ארטיסטישע גאונות אין איר סוריעליזם/אבסורדיזם (אפאר לעיערס). דהיינו, עס ברענגט ארויס אויף א מעטא אופן אז ווי אזוי חרדי׳שע/חסידי׳שע רעליגיע ווערט פראקטיצירט כהיום, וואס א גרויס חלק דערפון איז טאקע באזירט אויף די גלויבונג, מיינדסעט וכו׳ וכו׳ פון די סארט סיפורי צדיקים (כידוע), איז טאקע (אין א וועג) ״סוריעל/אבסורד״ און נישט באזירט אויף (א געהעריגע) לאגיק (ועיין כאן).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום פרייטאג פעברואר 28, 2020 10:31 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1186
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 9:16 pm

ווי האט נאר יענער בחור געזאגט פאר'ן בית ישראל: "הבנתי את כל התורה של הרבי, אבל לא הבנתי מה זה 'אייבישטער'."
פרום = פיל רשעות ווייניג מצוות. .Frumkeit: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2297 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט