ונהפוך הוא - עולם הפוך ראיתי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

ונהפוך הוא - עולם הפוך ראיתי

שליחה דורך שמעקעדיג »

לכבוד חודש אדר, האב איך ארויסגענומען מיין טיים מאשין, און אלס זשורנאליסט געפלויגן באזוכן דעם ניינטן פלאנעט וועלכע די אסטראנאטן גלייבן אז זיי האבן לעצטנס דערווישט. איך האב געכאפט דעם לעצטן ספעיס שאטל פון יוסל שארמאשער, אהינגעפלויגן, און יעצט קום איך צוריק איבערגעבן א באריכט פונעם באזוך פאר אונזערע חשוב'ע חברים.

וואס זאל איך אייך זאגן! עס געפינען זיך דארט – צווישן אלע אנדערע – א קבוצה היימישע אידן גענוי ווי דא אויפן פלאנעט ערד. זיי פירן זיך על דרך התורה והיראה, כאטש אסאך פון אונזער אכשר דרא משוגעת'ן האט זיך נאכנישט איינגעגעבן דארט. מצדי, בין איך גרייט אהינצוגיין וואוינען היינט, אבער איך דארף נאך קאנווינסן מיין עקרת הבית אז זי וועט נישט קענען נעמען קוגל פון די מאמע צו אפט.

די מערסטע מאדנע אספעקט איז מיר געווען דעם פארקערטן לעבנס שטייגער פון אונז. מיט דעם מיין איך, נעמליך, ביי דעם ענין פון "עת לבכות ועת לשחוק". פונקט קאפויער פון אונזערע מנהגים! איך בין מער ווי איינמאל געווארן שאקירט און געשטאנען געפלעפט, זיך רייבנדיג די אויגן. און פון דעם וויל איך דא פארציילן.

עס הייבט זיך אן פון א מענטש ווערט געבוירן. ווען עס קומט אראפ א נייע נשמה, הערשט א טרויער. קיינעם פאלט נישט איין עס צו רופן "א שמחה". ס'טייטש, א נשמה וואס איז נחצב מתחת כסא הכבוד און איז נהנה פון די נהמי דכסופי קומט אראפ זיך מוטשען אויף דער וועלט, מלא נסיונות, וואס ימי שנותינו בהם רהבם עמל ואון. וואס איז דען די שמחה? אלזא פרייטאג צו נאכטס ביי שלו' זכר קומט זיך דעם ציבור צוזאמען, מנחם זיין די עלטערן און די נייע נשמה אויפן אומגליק וואס האט זיי באטראפן. די עלטערן גייען ארום פאר'דאגה'ט, עס הייבט זיך אן א נייע עפאכע פון שלאפלאזע נעכט און שמוציגע ווינדלען, לויפן צום דאקטאר מיט אויער אינפעקציעס און ציין ווייטאג. אסאך עלטערן גייען צו די עלטערע אידן שעפן חיזוק און אדווייס ווי אזוי אדורכצוגיין די שוועריגקייטן. די שוואכערע מענטל חברה גייען גאר פאר טעראפי הילף.

צייט היילט, זאגט די וועלט, און צעביסלעך ווערט מען געטרייסט. דאס האלט אן ביז מען דארף שיקן די קינדער אין די חדרים און שולעס. אסאך עלטערן פאסטן דעם טאג. עס הייבט זיך אן א קייט פון שיקאנירונגען, תקנות, חתימות, טעראר. דער טאטע דארף אנהייבן פארהערן דאס קינד יעדע וואך, קוקן זיינע שאלות ביים שבת טיש, בלייבן מוצ"ש ביי אבות ובנים, די מאמע דארף שרייבן מצוה צעטלעך, הענגען טשארטס אויפן פרידזש, און מען דארף אסאך געלט צו קויפן כסדר נייע קליידער לויט די תקנות המוסד למען דורותיהם. א מין פרעשור.

ווען דער בחור ווערט בר מצוה, קומט יעדער צוזאמען מיט אראפגעלאזטע נעזער, מען קען קוים שלינגען דעם בילקע. יעדער ווייסט גוט אז דער אלטער יצר הרע וועט נישט אריינלאזן דעם נייעם גאסט (דעם יצר טוב) אזוי גרינג, און דער בחור וועט אסאך סטראגלען, און אסאך שעות רצופות מוזן בע"כ אריינרוקן כדי מתקן צו זיין זיינע פעלערן. מצד שני זאגט דער פאטער דעם 'ברוך שפטרני' מיט אזא ריליעף וואס ווייניג קענען פארשטיין.

ווער רעדט נאך ווען מען מאכט חתונה? דער עולם שיסט פאר געוויין. מען פארברעכט מיט די הענט, די אויסטערלישע הוצאות, די פרעשור, אבער מען גייט ווי א ביבער צו די שחיטה, ווייל דאס איז דאך דער סדר העולם, און מיר זענען מצווה אויף פו"ר, מען מוז דאך האבן קינדער צו ציען די קופערנע קייט. דער בדחן (דארט רופט מען עס 'עצבן') קוועטשט ארויס טייכן טרערן פונעם עולם. ער איז מסביר אז דער נייער פארפאלק האט ביז יעצט געלעבט א זארגלאז לעבן, באקומען מכל טוב וטוב פון די עלטערן, און יעצט שיקט מען זיי ארויס אן קיין פרנסה, אן קיין עקספיריענס, און אן קיין שום פלאן ווי אזוי צו אויסצולעבן דעם טאג. (פאראן וואס זאגן אז די מאדע ביי אונז אז דער בדחן מאכט יעדן וויינען, האט א ניצוץ פון זייערע דארטיגע מנהגים, אבער כ'האב נישט מברר געווען אויב ס'איז ריכטיג). ביי איין חתונה וואס כ'האב מיטגעהאלטן, האט דער 'עצבן' ממליץ געווען אז די פארפאלק האט חתונה "בלי שום זוז כל שהוא", אן קיין מטבע.

חתן וכלה גייען אהיים נאך די חתונה מיט א צובראכן הארץ, זיי ווייסן גוט את אשר לפניהם, אז די שווערסטע חלק פון לעבן הייבט זיך יעצט אן. שלום בית פראבלעמען, חינוך, פרנסה, געזונט, אלעס דארפן זיי אליין זארגן, קיינער וועט זיי נישט העלפן בעת צרתם (נישטא קיין תהלים כולל דארט), די כלה בענקט זיך נאך אירע האר, דער חתן נאך זיין פרייהייט, און אזוי גייען זיי ארום כאבל וחפוי ראש.

אויך דא איז גילטיג דער כלל אז צייט היילט, מען געוואוינט זיך צו צו די צרות, און מען הייבט אן לעבן און זיך איינארדענען אויפן שווערן אופן. ווי נישט ווי גיט מען זיך אן עצה, צומאל קומט די רעגירונג צו הילף, צומאל דרייעט מען און מען בלייבט שולדיג, א.א.וו. דאס אלעס קומט צו א האסטיגן אפשטעל ווען די נייעס ווערט געבראכן אז די נעקסטע דור הייבט אן קומען שפינען די קייט. די פרוי הייבט אן איבלען, די מאן אוועקלייגן געלט, און עס ווערט א פרישע קלאג אין די משפחה. מען טרייסט זיך אז "אלעס איז באשערט", "עס איז זיכער לטובה", און נאך אזעלכע טרייסטענדע לאזונגען וואס מאכט מ'כלומר'שט גרינגער די איבלען און די צער הריון ולידה, און חוזר חלילה, עס הייבט זיך נאכאמאל אן דער קייט פון אויבן, מען קומט טרייסטן די עלטערן ביים שלו' זכר א.א.וו.

אבער צו מיין וואונדער – ווען עס ווערט ניתוסף א נייע תגובה אין די "ברוך דיין האמת / יהא זכרו ברוך" אשכול, דאן שיינט יעדנס געזיכט פון פרייד. מען קומט זיך צוזאמען מיט כלי זמר, און מען טאנצט ניגוני שמחה אז דער יעניגער האט זיך שוין ענדליך אפגעפעקלט פון די שווערע וועלט וואס איז מלא צער יגון ואנחה, און איז שוין זוכה צו אריבערגיין לעולם שכולו טוב. די בעלי מספידים (דארט הייסן זיי 'בדחנים') רעדן ארום פארשידענע פשטים בדרך פרד"ס אויפן מדרש "טוב מאוד זה המוות", אדער אויפן פסוק "טוב ללכת אל בית האבל מלכת אל בית המשתה"; אנדערע דרש'ענען איבער 'ולבכתה' וואס האט א קליינע כ' א רמז אז מען טרויערט ווייניג, און מיט גרויס שמחה באגלייט מען דעם ארון צום בית החיים.

ווען עס פאסירט א 'טראגעדיע' (דארט רופן זיי עס א בשורה טובה) און יונגע מענטשן גייען אוועק פון זייער פלאנעט, נעמט יעדער די קרעדיט פאר זיך, אז צוליב זייערע מצוות ומעש"ט האט דאס פאסירט. מאנכע בעלי דרשנים האבן ליב צו רעדן אויף דעם מאמר הרמב"ם "אשרי מי שחתמו ימיו במהרה", ממילא איז דאס א טובה פאר די נשמה נישט צו דארפן בלייבן זיך מוטשען אויף דעם עולם השפל, און זיך עלטערן אינעם ווילטשעיר אין די נורסינג האום עד מאה ושלשים. ווען איך האב איינעם געווינטשן דארט "אריכות ימים ושנים" האט ער אויסגעבראכן אין אזא כעס און מיר באשייגעצט מיט אזעלכע קולות היתכן איך שעלט אים מיט אזעלכע קללות, אזש אז כ'האב זיך דערשראקן פאר מיין לעבן.

פונעם גאנצן באזוך איז דער חלק געווען די מערסטע אינטרעסאנט, און כ'האב געשפירט פאר וויכטיג עס מיטצוטיילן דא אויפן שטיבל.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר