א פארטיגע דרשה...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

א פארטיגע דרשה...

שליחה דורך קל וחומר »

פיל אין דע בלענק.

פותחים בכבוד האכסניה, כ'מוז זאגן אז ס'מיר שוין לאנג נישט אויסגעקומען צו_________, אויף אונזער בעל שמחה קען מען זאגן_________, ברשות בעל הבית וכל המסובין, בעצם לא איש דברים אנכי, ווי אויך בין איך געקומען אינגאנצן אומגעגרייט, נאר אזוי ווי די כלל לויטעט אז כל מה שיאמר לך בעה"ב עשה וכו', כ'וועל נישט צו לאנג אויפהאלטן דעם עולם... כ'וויל נאר זאגן 'איין' קליינע געדאנק וואס איז מיר ממש יעצט לעצטנס איינגעפאלן. שטייט דעי וואך אין די סדרה______________ זאגט רש"י אויפן פלאץ אז_____________, אלע שטעלן זיך אויפן לשון, קודם הייבט ער אן מיט____ און נאכדעם ענדיגט ער מיט____, אפאר פסוקים ווייטער זאגט די תורה____________, מ'טרעפט נישט אין ערגעץ אז די תורה זאל זיך אזוי אויסדרוקן, נאר ס'שטייט אין מדרש אז____________ נו, האט עס שוין עפעס מער פשט, אבער אין מקרא יוצא מידי פשוטו, וע' פנים לתורה, קען מען מקדים זיין מיט וואס די______ זאגט אויף א פלאץ אז_____________ און די מפרשים זענען דארט מסביר אז______________ און לכאורה קען מען זיך שטעלן אז די הלכה איז דאך אז___________, נו, ווי קען זיין אז___________, נאר כדי דאס צו פארענטפערן וועלן מיר מקדים זיין מיטן_________ אין הל'___________, וז"ל_____________, בעצם איז די מקור הדברים אין__________, דף___ דארט איז דא א מחלוקת צווישן ר'_______ און ר'_______ אויב__________ אדער נישט, און מ'נעמט אן ווי ר'_________ אז__________.
ס'דא נאך א מחלוקת אין_____________, אויב ווען איינער__________ צו מ'דארף___________ אדער נישט__________, לכאורה דארף מען דארט פארשטיין די טעם פון ר'__________ פארוואס ער האלט אז_________, נאר די פשוטע ביאור איז אזוי ווי דער________ ברענגט שוין לגבי_______ אז________, קען מען די זעלבע זאגן דא, די______ זאגט אויף א פלאץ אז________ און פירט אויס אז_______, השתא דאתינן להכא איז שוין זייער גוט, ווייל אויב זאגט מען________ קומט דאך אויס אז_________, וועט לכאורה שווער ווערן________, וועט מען מוזן ענטפערן אז_________, און מ'גייט לשיטת___________ וואס האלט אז_______, ממילא איז שוין זייער מדיוק די לשון הפסוק_________.

ביי אונזער_____זעהט מען טאקע אז______, אין מ'קען נאך צולייגן אז_______, און________.

דאס אלס קומט דאך אודאי פון די כחות פון די________ און________, זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין בקרוב צו הערן קולו של משיח בב"א.
רעאגיר