אנע רעקל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

אנע רעקל

שליחה דורך קל וחומר »

געווען איז עס אום יענעם שיינעם גרינעם דאנערשטיג, ס'איז צווייע נאכמיטאג, פאר עפעס א סיבה האבעך נאך געהאלטן פאר פרישטיג, אן טראכטן צוויי, בינעך שוין אין קאר, כ'הייב אן טראכטן פון אפאר אפציעס צו צופרידן שטעלן ס'בייכל, אזוי אינמיטן דן זיין צו לוינט משקיע זיין אין די פארטיגע סענדוויטשעס וואס קומען מיט א גענעכטיגטע פיקל, וואס בעצם איז די גאנצע סענדוויטש א סקרעטש לאטא, אדער בעסער קויפן א ראלל מיט עפעס איינטינקאכץ, בינעך שוין אנגעקומען צום גראסעריי, כ'שטעל זיך אפ דאבל פארקד פארנט פונעם גראסעריי, די הוט און רעקל ליגט נאך אין טראנק, נו, א כפרה, כ'גיי דאך נישט דאווענען מנחה יעצט, כ'לויף אריין אין געשעפט, מיט שנעלע טריט טוה איך שפאנען צפונית דרומית, דארט ווי די סענדוויטשעס געפינען זיך, אזוי אינמיטן וועג, שטייט א באבע מיטן שאפינג קארט אויף די ברייט פונעם אייל, זי איז פארטיעפט אין די דשעלאו סוגיא, און איך געפין מיך אין א מצב ווי בלעם מיטן אייזל, זיך אדורך שטיפן לא יעלה על הדעת, ס'דאך אביזרייהו דג"ע, קיין מחוצף בינעך דאך נישט, סתם שטיין ליידיג האטעך אויך נישט קיין פשט, מיין פאון טשארדשט זיך אינעם קאר, רייכערן טאר מען דאך נישט, הייב איך אהן אביסל זיך אומקוקן אויף די שעלווס עד יעבור זעמתא...

גייט נישט אריבער קיין דרייצן סעקונדען, און פינף פרויען שטייען ארום מיך מיט שווערע קשיות, איינער וויל וויסן אויב די דייפערס זענען נאך אויף ספעשל, ווען א צווייטעקע האקט איבער, אנטשולדיגט, ווי זענען די ספליט ביענס?, א דריטער איז באה בטענה אז זי קען נישט טרעפן די דשעלאו, זי האט שוין געזיכט אינעם גאנצן געשעפט, א פערטער פרעגט אויב מ'האט געטראפן איר טאכטער'ס רוביקס קיוב וואס זי האט נעכטן דא פארלוירן, א פיפטער וויל וויסן אויב כ'קען איר צו ווייזן די טרייאקי סאוס, נו, כ'הייב אן טראכטן, רבש"ע, קומט מיר טאקע אזא עונש פארן גיין אין געשעפט אנע רעקל?!? א נייס גיי בינעך דאך, נו, ווי קען מען אפזאגן דעי פרויען אזוי, הייב איך אן דן זיין אינעם סוגיא צו במאי דסליק פתח, אדער על ראשון ראשון, ביי וועם הייבט מען אן? ס'איז געבליבן אז וויבאלד אין אמעריקע לויטעט די כלל אז 'פירסט קאם, פירסט סערווד', דארף איך זיך צושטעלן צו מנהג המקום.

פיין, כ'הייב אן צו קראצן מיין שטערן, כ'האב שוין פארגעסן וואס די ערשטע האט געפרעגט.... וואס טוט מען דא? טאמער פרעג איך איבער קען עס דאך שאטן פאר מיינע קינדער'ס שידוכים רח"ל, מ'העט זאגן אז ס'טאטע איז א שוטה ל"ע, ווידער שטיין אזוי ווי א גולם איז אויך נישט קיין בא'טעמ'טער עסק, כ'הייב זיך אן דערמאנען עפעס וועגן ספעשל פעמפערס, זאג איך איר, יא, די ספעשל פעמפערס זענען שוין אויסגעגאנגען, אבער האפענטליך וועט מאנטיג זיין נאך.

די צווייטע קשיא איהיז... גיי ווייס... כ'וויל אנטלויפן פון בושה, כ'האב שוין חרטה אויפן גאנצן עסק, מחול לך די פרישטיג, ווי זעהט מען זיך ארויס פון דא?

א בליץ אין מח! 'כ'האב א זייער וויכטיגע פאון קאל' שריי איך אויס מיט די גאנצע ערענסקייט, כ'הייב אן נישטערן אין איין טאש נאכן צווייטן, והנער אינני, נישטא קיין זכר פון א פאון... כ'דערמאן זיך אז כ'האב עס אין קאר... ס'טוישט זיך מיר קאלירן... ריבונא דעלמא כולא, וויפול קען איין יונגערמאן אנע רעקל זיך אלס צאמליידן?!?

ס'גייט נישט אריבער דריי סעקונדען און מיין שוויגער וואקט אריין צוזאמען מיט מיין שוועגערין מיט ריזיגע אויגן אויף דעם פארלוירענעם אינגערמאן וואס שטייט צווישן פינף פרויען מיט איין באבע, און טוישט קאלירן נאכאנאנד.... פון דא און ווייטער געדענק איך שוין נישט צופיל.... עפעס געדענק איך אן הצלה טראק... צוויי טעג שפעטער בינעך אויפגעשטאנען אין שפיטאל.

א גוטן פורים.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר