דער עתיד פון קאווע שטיבל!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

דער עתיד פון קאווע שטיבל!

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:59 pm

איך האב אצינד אראפגעלייגט די טעלעפוין מיט תהילים כולל נאכן אויסהאמערן א דיעל פאר א גאנצער ישועה, עס איז ערווארטעט צו קלאזן דעם דיעל אין די נאנטע שעות, כולל חצות האט קודם נישט געוואלט איינגיין אויף די פרייז וואס מיר האבן פארגעשלאגן און האבן נישט מורא אז תהילים כולל וועט נעמען דער מופת אויף זיך.

מיר האבן זיך אויך פארבינדען טעלעפויניש קיין ארץ ישראל מיט רבי יעקב מאיר וואס האט געזאגט מ׳זאל צוגעבן א נאמען, אבער רעדנדיג קיין אנטווערפן האט מען עס שטארק אפגעווארפן פון רבי לייבוש׳ס שטוב, מיר זיצן מיט געבינדענע הענט נישט וויסן וויאזוי צו גיין ווייטער דערמיט, עס איז ערווארטעט אז די צוויי צדדים זאלן זיך טרעפן אין די שווייץ אויסצוהאמערן א שלום אפמאך צו מ׳זאל יא אדער נישט צוגעבן א נאמען.

דערווייל איז דער דיעל מיט תהילים כולל אויף האלד נישט וואוסענדיג אויף וועלעכער נאמען מתפלל צו זיין, עס איז צום ערווארטן אז די צוויי צדדים זאלן זיך אויסקומען וועגן די נאמען אזוי וועט די תהילים כולל דיעל גיין ווייטער, אנדערע אויסזיכטן זענען אז די גערעדאכץ מיט כולל חצות זאל גיין אויף די גוטע ריכטונג און ווי זיי זאגן קענען זיי מתפלל זיין אויף פיקטיווע נעמען דאס איז ווייל זייער גאנצער כולל איז פיקטיוו, עס איז צום האפן צו מאכן שנעלע פארשריט אין איינע פון די פראנטען אויף וואס מ׳ארבעט אצינד און דער שטיבל וועט בלייבן אפען לאורך ימים ושנים טובים אמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך עזריאל אום דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:02 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך בעל מדות » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:01 pm

פארוואס גיסטו זאלץ אויף די וואונדן?
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1925 מאל

Re: דער עתיד פון קאווע שטיבל!

הודעהדורך ירא שמים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:02 pm

וואס טוט זיך מיט מוסדות רמ״א? האסט שוין מנדב געווען כמנין קאווע שטיבל עם הכולל ועם האותיות?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:07 pm

בעל מדות האט געשריבן:פארוואס גיסטו זאלץ אויף די וואונדן?

ווייל כידוע האבן די אידן אין אוישוויץ נאר דורכגעלעבט אדאנק שווארצע הומאר...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15649 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:38 pm

9:23 - אצינד קומט די נייעס אז די שלום געשפרעכן אין די שווייץ רוקט זיך אין א פאזעטיווער ריכטונג.

9:27 - ווי טייל געבן איבער האט מען געזעהן ווי מ׳טראגט אריין אין זאל די ספר הגולגולים.

9:32 - און געציילטע מינוטן גייט דער שטיבל׳ס אויסערן מיניסטער געבן א לייוו באריכט.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 11, 2016 12:00 pm

פרישע מודעה

.
בייגעלייגטע פיילס
התאחדות.JPG
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15204
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18307 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט