בלאט 1 פון 1

א הקפדה פון דער דייטש!

נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 12:20 am
דורך עזריאל
בחיים חיותו ווען דער דייטש איז געווען בתוקפו איז זיין ווארט געווען ׳דער׳ ווארט, ווען ער האט געזאגט אריין איז אריין און ווען ער האט געזאגט ארויס איז ארויס.

צו רבי בערל האט עס ליעב צו נישט איז ער געווען דער אויסשליסלעכער בעה״ב אין דעם שטאט וואס ער האט א נאמען געגעבן ירושלים ד׳אמעריקא, גארנישט האט נישט געקענט פאסירן דארט קעגן זיין ווילן, אלעס האט זיך געבויגן צו אים בכח צו ברצון.

קאווע שטיבל איז אבער געווען א גירא בעינא (לשונו) דארט איז געווען איינער וואס האט אים נישט געלאזט במנוחה, נו וואס האט איר געמיינט, ער וועט זיך לאזן שאנטאזשירן פון א פשוטער בעל עגלה? אצינד ווייזט ער נאכאמאל זיין כח און זאגט מיט פאטאס: בערל טייערער נישט מיט מיר!