אוי, מי יורה לנו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

אוי, מי יורה לנו

שליחה דורך כוכב »

פיוט ישן נושן, נמצא בגניזת עתיק, בכתב יד בלוי, ונוהגין לאומרו ב' פעמים בעמידה, בנוסחא דאלד מקדאנדלד העד עי פארם וכו':

ווי וועלן מיר האבן א קלארע מיינונג אין אריזאנע ווייץ, דעם אמת'ן דעת תורה הצרופה אין צומת הגידין, א קלארע אפשאצונג איבער גדול הדור מוואדרוזש, און א גרינטליכע לעקציע איבער חסידות ווי נאר א [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט זיך אננעמען פאר באבוב, ווער וועט קעמפן קעגן מיכאל שניצלער אויפ'ן באס, און ווער וועט פארטיידיגן די מוסדות מיט די סיסטעם ווי נאר [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט קלאגן אויף אונזערע ביטערע פרנסות, און ווער וועט באוויינען אונזער פוסטע אידישקייט, ווער וועט שלום מאכן צווישן קריגערישע קעץ ווי נאר [tag]שמעקעדיג[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט פארדאמען דעם רויטן פרה אדומה, און ווער וועט אונז אלע מאכן פאר סאציאליסטן און ברענגען יעדע אויסגעקוועטשטע באריכט איבער סאנדערס, ווער וועט פירן טיש אין סטעטנד איילענד, ווי וועלן מיר האבן א וויזשניצער שוואנץ אן אוטידי, און ווער וועט שעלטן פוטסטעפס ווי נאר [tag]שבת אחים[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט בלאזן א תקיעה גדולה, און ווער וועט בריקעווען אויף טוויטער, ווער וועט זיך דרייען מיט די זאקן אין זיין וועסטל טאש, ווער וועט טאנצן קידאטשקע מיט א פארשוויגענעם גורן האט"ד, אבער ווער וועט אונז אויסלערנען טראכטן אויטענטיש און אריגינעל ווי נאר [tag]לעיקוואד[/tag] קען,
אוי מיר יורה לנו
ווער וועט אונז פראוויצירן מיט ארטיקלען איבער א פסח אן יציאת מצרים, ווער וועט קעמפן קעגן מאלעסטארס, ווער וועט אונז מאכן טראכטן אבער גלייצייטיג פארבייסן די ליפן, ווער וועט שפילן רואיג און קולדנט קעיר לעסס ווי נאר [tag]הוגה[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט טראלן מיט סמייליס און פינטלעך, און שעלטן דעם בעק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיט סנדר דעם דייטש זכותו יגון, ווער וועט אונז אויסלערנען די בלע"ז פון רש"י'ס און פארציילן געשיכטעס און אנעקדאטן פון אוריגוויי ווי נאר [tag]בערלבאלעגאלע[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט זאגן עפ-יו אויפ'ן איך וויל נישט זאגן וועמען, און אז דער זעלבער איך וויל נישט זאגן ווער איז א ווערזשין, ווער וועט אונז שרייבן פיוטים, ווער וועט אונז ברענגען בילדער העכער ווי אותיות און קליפס פון חבד'סקער ווי נאר [tag]ונבנתה העיר[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט פארטיידיגן די פאלעסטינער און פארדאמען מדינת ישראל, ווער וועט אונז לערנען א פאסט מאדערניזם סארט קנאות געמישט מיט פונדאמענטאליזם ווי נאר [tag]ישראל קאפקע[/tag] קען,
אוי אללא אכבאר
ווער וועט ענטפערן די קלאסיפיידס פאר א געשמאקער יונגערמאן, ווער וועט צונישט מאכן די ירידת הדורות מיטאס, ווער וועט באוויינען ר' לעמלען ביי זיין לוי', און ווער וועט זיך נעמען איבער דעם יאנקעלע כהן דער באגאבאנד ווי נאר [tag]איש עברי[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט טאנצן פון שטאק און באגיין זעלבסטמארד, ווער וועט אינטערוויואירן טעקסי דרייווערס, ווער וועט אונז לערנען וועגן בודהיזם און קריסטיזם ווי נאר [tag]מושב זקנים[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט האסן לייקס און זיין א געטרייער זאלי ווי נאר [tag]זר זהב[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט זיך לאזן דרוקן זיינע מאמרים לכבוד שבועות און אונז אלע האבן אין בוידעם, ווער וועט פארגעטערן אונזערע משפיעים און באזינגען אונזערע צעלעבראטארן ווי נאר [tag]מאראנצןזאפט[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט גלעטן די ציגעלע בארד און ווער וועט קויפן כריין פאר שבת ווי נאר [tag]אפטעמיסט[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט מאכן אן אומגעלונגענע אפרילס פול וויץ, ווער וועט אונז פארשטעלן אזא גאלדענעם פעדער ווי נאר[tag]קינד אן קייט[/tag] קען
אוי מי יורה לנו
ווער וועט קארגן לייקס און באשרייבן טשורטשיל דער משוגענער ווי נאר [tag]כעלעמער מגיד[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט שרייבן אין ענגליש, מיט וועמען וועט מען קענען פלירטן מיט א געשמאק, און ווער וועט קעמפן פאר פרויען רעכטן און פרויען בילדער ווי נאר[tag]פידלער[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט געדענקען ר' וואלוויש מיט די אויגן-וואנצעס-ברעמען, ווער וועט ווערן פון אוטידי א בעל תשובה, און ווער וועט גיין צו זשורי דוטי ווי נאר [tag]בן תמליון[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט צושטעלן די סלאגאנען פאר די פראטעסטן ווי נאר [tag]בר דעת[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט אנפרעגן די הארבסטע שאלות פון פוסק הדור ר' יצחק שטיין און ווער וועט ברענגען די הייסטע נייעס פון בעלעד52 און פארשטעלן דעם אמת'ן געשטאלט פון רשכבה"ג מבעלעד ווי [tag]דולה ומשקה[/tag],
אוי מי יורה לנו
מיט וועמען וועלן מיר טרינקען קאווע אין סטארבאקס ווי נאר [tag]הציץ ונפגע[/tag] קען,
אוי מי ירפה לנו
ווער וועט זיין א פארשטייער פון טאהש אויפן אמעריקאן גאט טעלענט, ווער וועט מאכן שלום בית ביי שלומיאל און צורישדי ווי נאר [tag]בעל מדות[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו
ווער וועט האדעווען די מאלפעס, ווער וועט מאכן א ביג -בענג אויף אונזער קאפ מיט א געמיטליכקייט ווי פרעה ביים נילוס ווי נאר [tag]יאיר[/tag] קען,
אוי מי יורה לנו


(חלק א')
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר